תכלה שנה וקללותיה

מחשבה, השקפה ועיון

תכלה שנה וקללותיה

הודעהדורך שושן פורים » מיטוואך אוגוסט 29, 2018 2:32 pm

איך האב א פשוטע שוועריגקייט מיט די אחות קטנה תפילה.

וויאזוי קענען מיר בעטן אז תחל שנה וברכותיה ווען מיר ווייסן קלאר אז נישט קיין חילוק וויאזוי די יאר וועט זיך אויסלאזן שטייט שוין אריינגעדריקט אין מחזור אז קומענדיגן יאר וועט מען סיי ווי זאגן תכלה שנה וקללותיה אויף דעם זעלבן יארע וואס מיר בעטן איצט תחל שנה וברכותיה
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך שושן פורים אום מיטוואך אוגוסט 29, 2018 5:00 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 676
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 507 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 820 מאל

Re: תכלה שנה וקללותיה

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אוגוסט 29, 2018 3:13 pm

ניין, משיח וועט קומען און מיר וועלען זינגען נייע לידער, ונודה לו על גאולתינו ועל פדות נפשינו

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8816
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8275 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך אוגוסט 29, 2018 3:27 pm

שושן פורים האט געשריבן:איך האב א פשוטע שוועריגקייט מיט די אחות קטנה תפילה.

וויאזוי קענען מיר בעטן אז תחל שנה וברכותיה ווען מיר ווייסן קלאר אז נישט קיין חילוק וויאזוי די יאר וועט זיך אויסלאזן שטייט שוין אריינגעדריקט אין מחזור אז קומענדיגן יאר וועט מען סיי ווי זאגן תכלה שנה וקללותיה אויף דעם זעלבן יארע וואס מיר בעטן איצט תכל שנה וברכותיה

שושן פורים: ס'איז דאך נאר אתפילה. א געבעט און א האפענונג אז דאס קומענדיגע יאר וועט זיין בעסער ווי די פארגאנגענע יאר. אונז דארפן מיר אלעס מקבל זיין באהבה. אזוי ווי די גמ' זאגט על כל גל וגל...אויף א יעדן וואלל פון וואסער בייגט מען זיך אראפ דעם קאפ און מ'איז עס מקבל באהבה. און מיר האפן אז דאס קומענדיגע יאר וועט זיין בעסער . סיי בגשמיות און סיי ברוחניות...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13199
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14709 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8406 מאל

הודעהדורך יין שרף » מיטוואך אוגוסט 29, 2018 3:54 pm

פון דא

סקרן האט געשריבן:פארוואס אין א לוח איך האב נעכטן ערהאלטן שטייט ערב ראש השנה תשע"ט "תכלה שנה וקללותי'"????


יין שרף האט געשריבן:הליכות שלמה, מדברי הגאון רבי שלמה זלמן אויערבאך זצ"ל
IMG_20170919_193301.jpg
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2055
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 8:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4204 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2586 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך אוגוסט 29, 2018 4:14 pm

שושן פורים: במושכל שני האביך געטראכט אז די גאנצע ..."אחות קטנה"... איז נישט מער ווי א פאעמע. און מ'דארף עס נישט נעמען אזוי ערנסט. ווייל סוכ"ס ווען איך מאך דעם חשבון הנפש פונ'ם פארגאנגענעם יאר האביך ב"ה זייער א סאך צו דאנקען פאר השי"ת. און איך בעט און בין מתפלל אז דאס קומענדיגע יאר זאלל זיין לכה"פ אזוי גוט ווי דאס פארלאפענע יאר. אבער, ס'מעג און ס'קען זיין בעסער...!

איך וועלל אויסזאגן א סוד פאר גאנץ בראד. איך זאג עס טאקע נישט. איך קוק אריין אין א ספר ווען מ'זאגט עס...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13199
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14709 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8406 מאל

הודעהדורך זבולון » מיטוואך אוגוסט 29, 2018 9:11 pm

די ברכות פון דעם יאהר זענען די קללות פונעם נעקסטן יאהר. ודו"ק
באניצער אוואטאר
זבולון
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 261
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 7:57 am
האט שוין געלייקט: 573 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 920 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מיטוואך אוגוסט 29, 2018 10:23 pm

איך פרעג די זעלבע קשיא, וויאזוי קען איך בעטן "חננו מאתך חכמה בינה ודעת", ווען איך זעה דאך בחוש ווי וואס א טאג מער גייט אריבער אלץ נארישער ווער איך? ואפשר ליישב.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך רביה''ק זי''ע אום דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 1:00 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
פרומקייט: די פארפאלגענדע פחד אז איינער ערגעצוואו וועט אפשר זיין פריילעך.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2855
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1871 מאל

הודעהדורך גדליה » מיטוואך אוגוסט 29, 2018 10:39 pm

ס'איז געווען איין יאר וואס ס'נישט געווען קיין שום צרות קיין איין עקסידענט און ר' שלמה לייב האט געפסקנט מ'זאל נישט זאגן תכלה שנה וקללותיה
אויך האט מען יענע יאר געמעגט גיין שמאלע געפאסטע קליידער ווייל קיינער איז סייווי נישט געשטארבן
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1067
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 4:34 pm
האט שוין געלייקט: 619 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1714 מאל

הודעהדורך אברך משי » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 12:13 am

נאך א פשט קען מען זאגן, ערענסט גערעדט, "תכלה שנה וקללותיה" = אז די יאר זאל זיך ענדיגן און אוועקטראגן מיט זיך אירע קללות, סוף כל סוף געשעען דאך ליידער געוויסע זאכן כסדר, זאל דאס אלעס בלייבן א פארגאנגענהייט, און די שלעכטע זאלן מאכן פלאץ פאר "תחל שנה וברכותיה" = אז ס'זאל שוין אריינקומען די גוטע זאכן פון נייע יאר. אין הכי נמי אויב ס'וועט ח"ו ח"ו עפעס זיין נישט גוט אינעם נעקסטן יאר, וועלן מיר עס פארשיקן דערנאך
בכל אדם יש דבר יקר שאינו נמצא בשום אדם אחר! (רבי פנחס מקוריץ זי"ע)
אברך משי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 294
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 16, 2016 2:29 pm
געפינט זיך: נישט ווייט
האט שוין געלייקט: 250 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 369 מאל

הודעהדורך ריכטיג » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 1:13 pm

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך פרעג די זעלבע קשיא, וויאזוי קען איך בעטן "חננו מאתך חכמה בינה ודעת", ווען איך זעה דאך בחוש ווי וואס א טאג מער גייט אריבער אלץ נארישער ווער איך? ואפשר ליישב.

פארדעם בעטסטו טאקע כסדר אז דאס זאל זיך אויפהערן. למעשה איז תפילה עושה מחצה, און כל זמן דו ביסט אן עם הארץ איז דאך כל זמן שמזקינים וכו', דארפסט זעהן צו ווערן א ת"ח.
ס'אינטערסירט דא איינער בכלל? ניין ? או קעי ביי. (קרעדיט:@גראף)
באניצער אוואטאר
ריכטיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2296
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 7:11 pm
האט שוין געלייקט: 1817 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1811 מאל

הודעהדורך הוגה » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 2:07 pm

דער דריקער פונעם מחזור האט עס אריינגעלייגט פאר יענע יאר מיט די האפענונג אז קומענדיגע ר"ה וועט מען שוין זוכה זיין עס צו קענען אויסלאזן. ער וואלט טאקע געדארפט צושרייבן אז "בשנה שאין קללות לא יאמרו תפלה זו".
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2838
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7322 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6507 מאל


גיי צוריק העמק דבר

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט