בלאט 1 פון 1

ספר יונה היה ונברא, או משל היה

הודעהפורסם: מיטוואך אקטאבער 03, 2018 10:54 pm
דורך מיימון
אויף דעם פורום עצור כאן חושבים האב איך אקארשט געזען א שמועס איבער דעם ספר יונה וואס מען ליינט יום כיפור, איינער איז דארט מציע א מאדנע פארשלאג אז נאך דעם וואס עס שטייט ויונה ירד אל ירכתי הספינה וישכב וירדם דארף מען צולייגן "ויחלום" און נאך די מעשה מיטן פיש זאל שטיין "ויקץ"...

האב איך זיך דערמאנט פון צוויי מראי מקומות דערוועגן איינס איז עפעס א מאדנע ספר תשובת אד"כ וואס ברענגט אזוי בשם א ספר פלג חיים וואס האט לכאורה קיינמאל נישט עקזיסטירט. איך האב נישט קיין מושג ווער עס איז דער מחבר און וואס איז זיין ציל (א צווייטער בשמים ראש?).

א צווייטער מקור איז וואס איך האב לעצטנס געזען מאכנדיג פארש ארבעט פאר מיין פראיעקט פון חכמות חיצוניות. איבער א געוויסן ר' זרחיה חן פון איטאליע וואס האט אויסגערופן קריטיק אפילו צווישן די מעריצי הרמב"ם צוליב זיינע ראדיקאלע שטעלונגען ווי צב"ש אז ספר יונה איז בלויז א משל

און צום לעצט פארשטייט זיך מיין פעיוואריט אוצר השמות שמועסט שיין איבער דעם ענין

Re: ספר יונה היה ונברא, או משל היה

הודעהפורסם: דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 1:17 am
דורך קל וחומר
ע"פ דרך הטבע קען מען נישט לעבן אין דאס בויך פון א פיש, ווארום עס איז דארט קיין אקסעגין ניט פארהאן, מידעך זיין אז ס'געשען א נס און ער האט געהאט אן אקסעגין טאנק, השתא דאתית להכי וואלט ער נישט געדארפט אריינגיין אין א פיש, אלא על כרחך אז ס'געווען א חלום.

הודעהפורסם: דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 1:36 am
דורך רביה''ק זי''ע
די תורה קענסטו זאגן אויף אסאך מעשיות פון די תורה, און אויך פון אלע אנדערע רעליגיעס.

גראדע אין אזא פאל וואלט אן אקסידשען טאנק גארנישט געהאלפן, ער וואלט צומאלן געווארן פון די עסיד אין די פיש'ס מאגן.

הודעהפורסם: דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 2:14 am
דורך גדליה
כמיין מקען זאגן אז די חלק פון די פיש איז געווען במראה הנבואה, כעין מה שכתב הרמב"ם על שאר עובדות מוזרים בתנך, ראה רמב"ן ריש וירא
מיט דעם ווערט אויך פארשטענדליך פארוואס אין די תפילה פון יונה ווערט נישט דערמאנט קיין ווארט איבער'ן דג
ועל דרך האמת יש לומר אז סאיז כדאי צו פארוויקלען די גאנצע טיפע מעסעזש פון יונה אין אזא מאדנע מעשה, ווייל די פשוטע מענטשן האבען הנאה פון א שיינע פאני פאנטאסטישע מעשה און דאס פארקירעוועט זייער אטענשאן אזוי אז נאר די וואס דארפן פארשטיין זאלען פארשטיין, והמשכיל יבין.

הודעהפורסם: דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 8:06 am
דורך ונתנהתוקף
וכבר אמר החכם, דער וואס פארשטייט פארשטייט.

הודעהפורסם: מוצ"ש אקטאבער 06, 2018 10:41 pm
דורך berlbalaguleh
קל וחומר האט געשריבן:ע"פ דרך הטבע קען מען נישט לעבן אין דאס בויך פון א פיש, ווארום עס איז דארט קיין אקסעגין ניט פארהאן, מידעך זיין אז ס'געשען א נס און ער האט געהאט אן אקסעגין טאנק, השתא דאתית להכי וואלט ער נישט געדארפט אריינגיין אין א פיש, אלא על כרחך אז ס'געווען א חלום.

קל וחומר: לאמיך דיר עפעס זאגן. דו גייסט אויפ'ן דרך פון די ..."ביבל קריטיקער"... (די פסעוודא-אינטעלעקטואללן ווי שבת אחים זז"ג. וועללן מסתמא אויפווייזן אז דער בעל עגלה איז אן עם הארץ און ער ווייסט נישט אז מ'ספעללט בייבל מיט צוויי יוד'ן. אט דערפאר זענען זיי פסעוודא-אינטעלעקטואללן. ווייל זיי ווייסן נישט אז אויף דויטש זאגט מען עס ארויס ביבל. און די אריגינאלע קריטיקירער פון די תוה"ק זענען געקומען פון דויטשלאנד. די רעפארמערס און אנדערע אפיקורסים ומינים.). ווייל דו האסט 2 ברירות. אדער גלייבן די ווערטער וועלכע שטייען געשריבן אין תנ"ך ככתבם וכלשונם. אדער קענסטו זיי לייגן אונטער א מייקראסקאפ. און אפפרעגן אפילו קבלת התורה און יציאת מצרים אויכעט...וא"כ אין לדבר סוף. זעמיר אויף איין מדריגה מיט די אלע מינים ואפיקורסים. האטציך אלעס אויפגעהערט...!

הודעהפורסם: מאנטאג אקטאבער 15, 2018 5:15 am
דורך אגרות צפון
בכת"ה דו וואלסט אנגערופן די רמב"ם א ביבל קריטיקירער?

הודעהפורסם: מאנטאג אקטאבער 15, 2018 12:08 pm
דורך berlbalaguleh
אגרות צפון: דער רמב"ם איז אין א געוויסן זין געווען א..."ביבל קריטיקער"...אבער ער האט געוואוסט וואס יא אנצונעמען און וואס נישט. משא"כ די קלאסישע ביבל קריטיקער זענען געווען א טייל פונ'ם רעפארמיסטישן שטראם אין דייטשלאנד. און זיי האבן אפגעפרעגט די גאנצע תורה. זייער קריטיק איז נישט געקומען מכח אן אמת'ע אינטערעס צו פארשטיין און צו וויסן. זייער קריטיק איז געקומען ווייל זיי האבן געהאלטן אז די גאנצע תורה איז (ח"ו) פאלש...זיי האבן געזוכט זיך צו דערנענטערן און נאכצומאכן דאס קריסטענדום. און אין די זעלבע צייט האבן זיי (מעטאפאריש) געשפיגן אויף די תורה און די אידישע אמונה...!

הודעהפורסם: מיטוואך אקטאבער 17, 2018 1:51 am
דורך מיימון
יעקב רייפמאן האט גאר א מדרש וואס האלט אז עס איז נאר א משל דא

הודעהפורסם: זונטאג אקטאבער 21, 2018 12:50 am
דורך מיימון
יעצט האב איך געטראפן א מאמר פון דעם חוקר ההשכלה משה פלאי אויף דעם ענין פון ספר יונה דא

דא איז דער פעידזש פון משה פלאי וואו אלע זיינע מאמרים זענען אוועילעבל אנליין, זייער אינטערעסאנט פאר ווער עס איז אינטערעסירט אין מחקר ההשכלה.