בלאט 1 פון 1

צדיקים פון אנדערע רעליגיעס

נשלח: מאנטאג אקטאבער 08, 2018 1:41 pm
דורך נהורא נפישא
צעווישען די פילצאליגע בייעסעס וואס זענען פארהאן איז דא עפעס אזא סארט בייעס וואס איך האב נאכנישט געפונען די פאסיגע טערמין. אדרבה איך וועל דאנקאבאר זיין ווער ס'קען מיר ציווייזן די פאסיגע טערמין דערפאר. די בייעס איז ווי פאלגענד; געווענליך א מענטש וואס איז אויפגעוואקסען אין א געוויסע רעליגיע, אפילו ער האלט זיך גאנץ ראציאנאל און יושר'דיג וועט אבער געווענליך האבן אזא סארט נגיעה צו באטראכטן צדיקים פון זיין אייגענע רעליגיע מיט א געוויסע אנערקענונג, בשעת ווען צדיקים פון אנדערע רעליגיעס אינטערסירט אים ניטאמאל, געוואנדן אין יעדן לויט זיינע אפשאצונגען, וועט ער אנקוקן דעם צדיק פונעם אנדערען רעליגיע אלס אזא איינער וואס פארברענגט די צייט מיט מאדנע פראקטעצירונגען, מיט שטיות, אדער גאר מיט עניני טומאה, אדער קוקט ער גאר אן יענעם ווי עפעס סתם א שפילער און נישט קיין אויפריכטיגער מענטש, עכ"פ שערי נגיעות לא ננעלו.
מיין פראגע איז, איז דא א בארעכטיגטע ראציאנאל צו האבן א אומפראפארציאנאלע אינטרעסע פאר צדיקים פון די אייגענע רעליגיע בשעת ווען ס'אינטערסירט אים גארנישט איבער צדיקים פון אנדערע רעליגיעס. איז דען נישט ריכטיג צו טראכטן אז יעדער צדיק איז אין זיין רעליגיע צוליב דעם וואס ער איז דארט אויפגעוואקסן, אויב וואלט ער אויפגעוואקסן אין אן אנדערע רעליגיע וואלט ער מעגליך געווען א צדיק דארטן.
פארשטייט זיך אז איך רעד נישט פון אינטרעסע אלס זיך מדבק זיין אין א צדיק וכדומה איך רעד נאר פון די התפעלות חלק.