עולם הפוך ראיתי (רעדן אויף א שוכן עפר)

מחשבה, השקפה ועיון

עולם הפוך ראיתי (רעדן אויף א שוכן עפר)

הודעהדורך גדליה » מאנטאג נאוועמבער 26, 2018 5:42 pm

יא, אהעם. איז אזוי.
יעדע ווייסט אז מ'טאר נישט רעדען אויף א מענטש וואס לעבט שוין נישט. אז א מענטש שטארבט און מ'בארעדט זיינע מעשים טובים ווערען מענטשען ברוגז. ס'טייטש, נישט רעדען אויף א שוכן עפר!
איז אזוי, ווי לאנג ער לעבט מעג מען עם צאפען די בלוט, בארעדען באשמוצען און לאכען פון אים. איינמאל ער שטארבט, ווען ער קען שוין נישט פילען אדער שפירען גארנישט, דעמאלץ ווערט חל די שרעקלעך הארבע איסור פון רעדען אויף א שוכן עפר.
אין די אלגעמיינע וועלט ווייסט מען פינקט פארקערט, אמאל איז דא לשון הרע'ס וואס מפארציילט נישט ווייל די באטרעפענדע מענטש איז א פאפולערע פיגור און ס'קען עם שאטען, און איינמאל ער שטארבט דערציילט מען עס, ווייל ער לעבט דאך שוין סייווי נישט.
אזוי איז אויך באקאנט פון צדיקים אז נאכ'ן שטארבען ווערט מען געוואויר ווי זיי האבען געהאט א פויערישע פעלץ און ארומגעגאנגען אין די ועלדער און קרעטשמעס אינמיטען די נאכט.
על כל פנים, ילמדנו רבינו. פארוואס איז הארבער צו רעדען אויף א מענטש נאכ'ן שטארבען ווי פארדעם, א מין שטעלונג וואס איז קעגען יעדע מענטשליכע שכל?
פרעג מיך אפ.
גדליה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 864
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 4:34 pm
האט שוין געלייקט: 537 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1319 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » מאנטאג נאוועמבער 26, 2018 6:02 pm

בפשטות איז דאס צוליב דעם וואס בארעדן און אנאליזירן א מענטש וואס האט נישט די מעגליכקייטן זיך זעלבסט צו פארטיידיגן, (ווייל דאס גייסט האט צום באדויערן פארלאזט זיין גוף) איז ווארשיינליך הארבער ווי צו רעדן אויף א מענטש וואס איז ב''ה געזונט אין פריש און האט די מעגליכקייט זיך זעלבסט צו פארטיידיגן, נישט אזוי?
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1542
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 133 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1602 מאל

הודעהדורך שמערל » מאנטאג נאוועמבער 26, 2018 6:39 pm

רעדן אויף א לעבעדיגן איז א איסור דאוריתא פון לשון הרע, אויף א טויטן ווי דער איסור לשון הרע איז נישט חל איז דא א חרם הקדמונים אז מען זאל אויך נישט רעדן. למעשה האבן מענטשן מער מורא פון א חרם ווי פון א לאו.
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1031
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 1135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1212 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » מאנטאג נאוועמבער 26, 2018 6:43 pm

איז דער חרם הקדמונים נישט בלויז אויף "מוציא לעז"?
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1542
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 133 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1602 מאל

הודעהדורך שמערל » מאנטאג נאוועמבער 26, 2018 7:38 pm

הייסט אז רעדן אמת אויף א מת איז מותר לכתחילה? קען זיין.
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1031
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 1135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1212 מאל

הודעהדורך גראדעמעכעלע » מאנטאג נאוועמבער 26, 2018 8:56 pm

ווען מען בארעדט א לעבעדיגען האט מען דעם געפיל אז מען רעדט זיך פשוט אפ, הלואי וואלט ער געווען בעסער. משא''כ אויף א טויטן איז די שלעכטע רייד פיינעל.
באניצער אוואטאר
גראדעמעכעלע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1768
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 08, 2014 10:16 pm
האט שוין געלייקט: 6383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2192 מאל

הודעהדורך אישתישבי » מאנטאג נאוועמבער 26, 2018 9:54 pm

דער וועלט זאגן אז פאר באגראבן א נפטר, מעג מען רעדן וואס מען וויל, ווייל ער לעבט נישט, און איז נאך נישט א שוכן עפר.
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
מקור
אישתישבי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1639
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 72 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 866 מאל

הודעהדורך מיימון » מאנטאג נאוועמבער 26, 2018 10:17 pm

חוץ דעם שרעקעדיגן ח-ר-ם הקדמונים פון וואס מענטשן(?) ציטערן ווי פון פייער נאך מער ווי איסורי דאורייתא (וצוואת ר"י החסיד יוכיח) איז לכאורה אויך דא א שטיקל פחד פון טויט וואס איז דער גרעסטער נושא אין אלע רעליגיעס כמבואר כמ"פ בדברי הרב ד"ר אברם העברי. יעדע זאך וואס האט צו טון מיט טויט ווערט אויטאמאטיש פארוואנדלט אין א שרעקעדיגע זאך, גיי פארשטיי פארוואס מענטשן האבן מורא צו גיין נעבן א בית הקברות ביינאכט. אזוי איז עס.
מיימון
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 317
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 1:17 am
האט שוין געלייקט: 153 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 815 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג נאוועמבער 26, 2018 11:46 pm

מיימון: יישר כח. איך האב געמיינט אז איך בין דער איינציגסטער וואס האט מורא אדורכצופארן. כש"כ אדורכשפאצירן נעבן א בית הקברות ביינאכט. ס'איז נאך דערווייל קיין איין נפטר נישט אויפגעשטאנען פון זיין קבר. און געגאנגען פאר א שפאציר...אבער דאך...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12973
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14386 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8282 מאל

שוכן עפר

הודעהדורך קל לראש » מיטוואך יאנואר 02, 2019 6:35 am

אישתישבי האט געשריבן:דער וועלט זאגן אז פאר באגראבן א נפטר, מעג מען רעדן וואס מען וויל, ווייל ער לעבט נישט, און איז נאך נישט א שוכן עפר.

טעות העולם חוזר
די לשון אין שולחן ערוך איז על המתים, משום לשון נקיה זאגן מענטשן שוכן עפר.
איך ווייס נאר נישט פארוואס שוכן עפר איז מער לשון נקיה.
קל לראש
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 9
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2018 3:46 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל


גיי צוריק העמק דבר

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט