רבי פרחיה'ס קשיא

מחשבה, השקפה ועיון

רבי פרחיה'ס קשיא

הודעהדורך גדליה » פרייטאג דעצעמבער 07, 2018 3:45 pm

דער עולם דא האט זיך שוין אביסעלע באקענט מיט רבי פרחיה. כ'האב שוין עטליכע מאל איבערגעגעבן זיינע דברי חכמה דא.
היינט טרעף איך רבי פרחיה'ן אין מקוה אינגאנצען פארטראכט. וואס גייט פאר רבי פרחיה? פרעגען מיר אים. א שווערע קשיא איז אים בייגעפאלן, זאגט ער. וואסי?
אמער, הייבט רבי פרחיה אן דרייען מיט'ן פינגער, די חנוכה נס איז געווען אז מ'האט געטראפן איין קריגל אויל און ס'האט געברענט אכט טאג.
נו יא, שטים איך צו.
אויב דו לעכט האט געברענט אכט טאג, פארוואס צינדט מען ניין טעג?
הערשט יעצט האב איך געשפירט די שווערער געוויכט פון רבי פרחיה'ס קשיא און פארשטאנען וואס ער טראכט אזוי אריין.
ברוך השם די אייבערשטער האט מיר חונן דעת געווען און באלד אריינגעגעבן אין קאפ דריי תירוצים.
א. די ניינטע טאג איז פאר ספיקא דיומא.
ב. שטײט אין שלטי הגיבורים אז חנוכה איז קעגען סוכות, אויב אזוי איז פארשטענדליך אז די ניינטער טאג איז קעגען שמיני עצרת.
ג. צוליב חביבות המצוה, ווייזען אז מ'קען זיך נישט געזעגענען פון די הייליגע חנוכה לעכט.
אויב איינער האט נאך תירוצים קען מען עס דא שרייבען לתועלת הרבים, מ'זאל עס קענען נאכזאגן ביי די חנוכה מסיבות. ולמצוה גדולה יחשב.
א פרייליכען שבת חנוכה.
פרעג מיך אפ.
גדליה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 880
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 4:34 pm
האט שוין געלייקט: 541 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1339 מאל

הודעהדורך נהורא נפישא » פרייטאג דעצעמבער 07, 2018 4:01 pm

איך האב אלס פארשטאנען אז א קושיא וואס האט טויזענטער תירוצים מוז די קושיא זיין שוואך, אויב ס'קען בכלל ווערן אנגעריפן א קושיא, איצט זעך אז רוב תירוצים וואלטן געווען גילטיג אויב די קושיא וואלט געווען אנדרעש. דערמאנט מיך אביסל פון גימטריא במספר קטן וואס ס'איז דאא הונדרעט פראצענט טשאנס צוצופאסן א גימטריא לויטן געשמאק.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
נהורא נפישא
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1587
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1860 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2025 מאל

הודעהדורך גדליה » פרייטאג דעצעמבער 07, 2018 4:09 pm

נו רבי נהוראי, א תירוץ האט איר?
די גאול איז אנצוקומען צו צען תירוצים ביזן זמן הדלקת הנרות
פרעג מיך אפ.
גדליה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 880
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 4:34 pm
האט שוין געלייקט: 541 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1339 מאל

הודעהדורך ראובן » פרייטאג דעצעמבער 07, 2018 4:12 pm

ד. בעצם איז דאך שווער אויף דעם אכטן טאג אויך (עיי' בית יוסף). נאר היות חנוכה געפאלן אייביג אויך אין שבת, האט מען צוגעלייגט צוויי טעג פאר זכור ושמור.
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2387
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 2930 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9311 מאל

הודעהדורך גדליה » פרייטאג דעצעמבער 07, 2018 4:18 pm

ראובן האט געשריבן:ד. בעצם איז דאך שווער אויף דעם אכטן טאג אויך (עיי' בית יוסף). נאר היות חנוכה געפאלן אייביג אויך אין שבת, האט מען צוגעלייגט צוויי טעג פאר זכור ושמור.

הערליך! אייגענס?
ה. אין אישי שרייבט מיר יעצט א חבר א תירוץ בשם די זרע קודש אז די נס אין די ניינטע טאג איז געווען אז די קנויטען זענען נישט געווען צו דיק און סהאט געברענט מוראדיג שיין.
פרעג מיך אפ.
גדליה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 880
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 4:34 pm
האט שוין געלייקט: 541 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1339 מאל

הודעהדורך ראובן » פרייטאג דעצעמבער 07, 2018 4:40 pm

גדליה האט געשריבן:
ראובן האט געשריבן:ד. בעצם איז דאך שווער אויף דעם אכטן טאג אויך (עיי' בית יוסף). נאר היות חנוכה געפאלן אייביג אויך אין שבת, האט מען צוגעלייגט צוויי טעג פאר זכור ושמור.

הערליך! אייגענס?

געהערט אמאל פון א בעל דרשן.
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2387
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 2930 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9311 מאל

הודעהדורך ראובן » פרייטאג דעצעמבער 07, 2018 4:46 pm

ו. נאך א תירוץ ווערט געברענגט אז דער ניינטער טאג איז קעגן דעם צענטן טאג. ווייל באמת וואלט דאך געדארפט זיין 10 טעג, ווייל אף הם היו באותו הנס, נאר די חכמים האבן נישט געוואלט מטריח זיין אז מ'זאל דארפן היטן דעם צענטן טאג, האבן זיי אנשטאט דעם געמאכט דעם ניינטן טאג.
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2387
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 2930 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9311 מאל

הודעהדורך ונתנהתוקף » מוצ"ש דעצעמבער 08, 2018 9:01 pm

הרב שפיגעל זאגט אז די מתיוונים האבן געטראגן ווייטער מיט די עירוב אין ירושלים, אפילו נאך "ופרצו חומות מגדלי", און ירושלים איז געווארען א רשות הרבים.

לפי דבריו הקדושים, איז פארענטפערט פארוואס מען צינד למטה מעשרה, ווייל א מחיצה איז צען טפחים, און די מחיצה איז דאך צושטערט געווארען.

ולפי זה איז פארענטפערט פארוואס מען מאכט ניין טעג חנוכה, א זכר צו די צושטערטע מחיצה פין ירושלים. ודוק.
עס געפעלט אייך נישט? איר קענט מיר רופען צו ונתנה תוקף!
ונתנהתוקף
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 37
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 8:27 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » מוצ"ש דעצעמבער 08, 2018 9:10 pm

כ'האב געזען א חידה אין א טשיקאווער גליון: אויב איינער צינדט 9 טעג פאר ספיקא דיומא, און ער איז מחמיר כשיטת בית שמאי און אויך כשיטת בית הלל, וויפיל לעכט צינדט ער אן דורכאויס גאנץ חנוכה?
איסר האטלקי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1967
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 1005 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1194 מאל

הודעהדורך ראובן » מוצ"ש דעצעמבער 08, 2018 9:17 pm

איסר האטלקי האט געשריבן:כ'האב געזען א חידה אין א טשיקאווער גליון: אויב איינער צינדט 9 טעג פאר ספיקא דיומא, און ער איז מחמיר כשיטת בית שמאי און אויך כשיטת בית הלל, וויפיל לעכט צינדט ער אן דורכאויס גאנץ חנוכה?

גארנישט. ווייל אין א שפיטאל לאזט מען נישט צינדן קיין ליכט.
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2387
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 2930 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9311 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » זונטאג דעצעמבער 09, 2018 12:47 am

מ'רעדט נישט פון היינט, מ'רעדט פון א איד אין בבל פאר צוויי טויזנט יאר צוריק ווען מ'האט מקדש געווען ע''פ הראיה, בחיוו פון שמאי און הלל און ער האט זיך נישט געוואלט מישן.
איסר האטלקי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1967
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 1005 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1194 מאל

הודעהדורך ארי נוהם » זונטאג דעצעמבער 09, 2018 12:54 am

ז. די ערשטע טאג איז א זכר צום נצחון מלחמה, און די נעקסטע אכט טעג איז א זכר אז ס'האט געברענט פאר אכט טעג.

ח. ווייל די מנורה האט למעשה ניין רערן (מיטן שמש אריינגערעכנט), ותירוץ זה דומה לדברי רביה"ק מיארמע שליט"א בשם הרה"ק מבאבוב זי"ע ליישב קושיית הבית יוסף.

ט. ווייל די חיוב ספיקא דיומא איז נאר א דרבנן, און די גאנצע יום טוב חנוכה איז נאר א דרבנן, ולא עבדו רבנן גזירה לגזירה דרבנן. ועוד, ווייל ספיקא דרבנן איז להקל.

י. ספיקא דיומא איז נישט שייך אין חנוכה, ווייל אזויווי ס'קומט נאר די ריכטיגע טאג כ"ה בכסלו קען עס יעדע איד שפירן אן קוקן אין לוח, ווייל די אורות קומען דאך אראפ (מפי אדמו"ר זצ"ל).

יא. מ'צינדט טאקע יא די ניינטע טאג, וכפי שנהוג בחצרות הקודש די שריפת הפתילות ביום ט' הקדוש.

יב. אין אמת'ן אריין ברויך ווען צו זיין א ניינטע טאג, אבער וויבאלד די הייליגע טאג "זאת חנוכה" געפאלט אין די אכטע טאג חנוכה, פאסט שוין נישט צוצולייגן א טאג נאכדעם.

יג. גלוי וידוע פאר די הייליגע חכמים, אז מ'וועט עסן יעדן טאג געפרעגלטע פאנטשקעס און ס'וועט זיך טון א געפרעסעריי ביי פארטיס מפארטיס שונות, און דאס עסן אזויפיל גייט אריין אין שאלת ונשמרתם מאוד לנפשותיכם, און וויבאלד ספיקא דיומא איז נאר א דרבנן און ונשמרתם איז א דאורייתא, האבן זיי ברוב רחמנותם נישט צוגעלייגט דעם ניינטן טאג.

כ'האב אמאל געהערט פון א גוטן יוד, אז אויף דעם איז געזאגט געווארן דער תפוס לשון אחרון.



--
אויב מ'וויל הערן נאך תירוצים שנתגלו לי בחזיון היום, ביטע בעטן שיין און נישט זיך שטופן.
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)
באניצער אוואטאר
ארי נוהם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 290
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
האט שוין געלייקט: 846 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1049 מאל

הודעהדורך וואלווי » זונטאג דעצעמבער 09, 2018 1:02 am

מוסיפון לשיטת ר' חידקא
באניצער אוואטאר
וואלווי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2171
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 3025 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2799 מאל

הודעהדורך גדליה » זונטאג דעצעמבער 09, 2018 3:32 am

איסר האטלקי האט געשריבן:כ'האב געזען א חידה אין א טשיקאווער גליון: אויב איינער צינדט 9 טעג פאר ספיקא דיומא, און ער איז מחמיר כשיטת בית שמאי און אויך כשיטת בית הלל, וויפיל לעכט צינדט ער אן דורכאויס גאנץ חנוכה?

דעמאלץ האט ער לכאורה געדארפט צינדען יעדען טאג פיר מאל...
פרעג מיך אפ.
גדליה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 880
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 4:34 pm
האט שוין געלייקט: 541 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1339 מאל

הודעהדורך גדליה » זונטאג דעצעמבער 09, 2018 4:19 am

יד. אכט איז זוגות האט מען צוגעלייגט א ניינטע
פרעג מיך אפ.
גדליה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 880
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 4:34 pm
האט שוין געלייקט: 541 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1339 מאל

הודעהדורך גדליה » זונטאג דעצעמבער 09, 2018 4:22 am

טו. בדרך צחות אמרתי פעם בדרשה שאולי לא היו מספיק ימים לאלו מסיבות חנוכה שקורים כאנוק"ע פארט"י בלע"ז, ע"כ תיקנו עוד יום אחד...
וחכם אחד השיב ע"ז בבדיחותא שאין זה נכון, דאם כן למה לא התקינו שיהיה עוד שבוע חנוכה... ודפח"ח
פרעג מיך אפ.
גדליה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 880
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 4:34 pm
האט שוין געלייקט: 541 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1339 מאל

הודעהדורך וואלווי » זונטאג דעצעמבער 09, 2018 5:19 am

וואס פארא פנים וואלט דאס געהאט ווען מען רופט חנוכה די ניין טעג?!...

איז געבליבן אכט טעג...
באניצער אוואטאר
וואלווי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2171
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 3025 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2799 מאל

הודעהדורך צפור בודד » זונטאג דעצעמבער 09, 2018 6:50 am

די וואס זאגן פאר חנוכה ליכט צינדן דער לשם יחוד פון דעם בני יששכר און זענען זיך מייחד מיט די צדיקים שבדורינו, זיי צינדן א ניינטע ליכט נישט משום ספיקא דיומא נאר משום ספיקא דצדיק.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך צפור בודד אום זונטאג דעצעמבער 09, 2018 6:53 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
צפור בודד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 116
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 14, 2018 11:32 am
האט שוין געלייקט: 46 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 93 מאל

הודעהדורך וואלווי » זונטאג דעצעמבער 09, 2018 6:53 am

צפור בודד האט געשריבן:פאר די וואס זאגן פאר חנוכה ליכט צינדן דער לשם יחוד פון דעם בני יששכר און זענען זיך מייחד מיט די צדיקים שבדורינו, זיי צינדן א ניינטע ליכט נישט משום ספיקא דיומא נאר משום ספיקא דצדיק.


דאס איז שוין א סענסטיוו נושא פון ספיקות אין אמונה...
באניצער אוואטאר
וואלווי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2171
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 3025 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2799 מאל

הודעהדורך צפור בודד » זונטאג דעצעמבער 09, 2018 7:38 am

וואלווי האט געשריבן:
צפור בודד האט געשריבן:פאר די וואס זאגן פאר חנוכה ליכט צינדן דער לשם יחוד פון דעם בני יששכר און זענען זיך מייחד מיט די צדיקים שבדורינו, זיי צינדן א ניינטע ליכט נישט משום ספיקא דיומא נאר משום ספיקא דצדיק.


דאס איז שוין א סענסטיוו נושא פון ספיקות אין אמונה...


שטייט טאקע אין ספה"ק אז פארדעם איז דער מנהג פון ניין ליכט נישט נתקבל געווארן ברוב תפוצות ישראל ווייל עס קען אויסזען ווי מטיל מום בקדשים חלילה. אנדערע ווילן זאגן אז ס'איז מחזי כיוהרא כאילו מיט א נייטער ליכט זענען מיר זיך שוין מייחד מיט אלע צדיקים ווען למעשה זענען מיר קוים א שרויף אין זייערע קארס.
צפור בודד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 116
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 14, 2018 11:32 am
האט שוין געלייקט: 46 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 93 מאל

הודעהדורך ונתנהתוקף » זונטאג דעצעמבער 09, 2018 9:23 am

!!!!אלערט!!!!

די קשיא איז דורך א גלגול פין אנהייב אשכול ביז אהער, אנהייב איז די קשיא געוועהן פארוואס מען צינד ניין טעג, און דערנאך האט איינער במזיד משנה געוועהן, און איינגערעדט דער עולם אז דער קשיא איז פארוואס מען צינד נישט ניין טעג.
עס געפעלט אייך נישט? איר קענט מיר רופען צו ונתנה תוקף!
ונתנהתוקף
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 37
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 8:27 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14 מאל

Re: רבי פרחיה'ס קשיא

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג דעצעמבער 09, 2018 9:32 am

באמת וואלט עס געדארפט זיין צוועלף טעג, אזוי וי די ליד גייט ׳אויף די ערשטען טאג פון חנוכה, האט מיין אמת׳ע ליבע מיר געבראכט........׳ ביז די צוועלפטן טאג.
נאר וואס? ר"ח איז שוין צוויי טעג, און צוויי טעג ר"ח איז דאך שוין צוויי איבעריגע טעג. פעלט נאר איין טאג. שוין, דאס איז ווייל מ׳האלט טאקע ווי דער ב"י׳ס קשיא, והכל על מקומו יבא בשלום.
און לויט דעם פארשטייט מען די מדרש ׳ועל פתחינו כל מגדים׳ וואס גייט אויף נרות חנוכה, ווייל מ׳לייגט דאך פארשידענע שיינע זאכען ביים טויער אום די צוועלף אעג, און הייבען הייבט זיך עס אן מיט ליבע בלומען, וואס דאס האט ראובן אהיים געברענגט, וזהו הדודאים נתנו ריח.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8449
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2957 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7925 מאל

הודעהדורך ונתנהתוקף » זונטאג דעצעמבער 09, 2018 9:48 am

צוזאמען מיט שבת איז נאך א טאג.
עס געפעלט אייך נישט? איר קענט מיר רופען צו ונתנה תוקף!
ונתנהתוקף
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 37
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 8:27 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14 מאל

הודעהדורך קטלא קניא » זונטאג דעצעמבער 09, 2018 10:03 am

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:באמת וואלט עס געדארפט זיין צוועלף טעג, אזוי וי די ליד גייט ׳אויף די ערשטען טאג פון חנוכה, האט מיין אמת׳ע ליבע מיר געבראכט........׳ ביז די צוועלפטן טאג.
נאר וואס? ר"ח איז שוין צוויי טעג, און צוויי טעג ר"ח איז דאך שוין צוויי איבעריגע טעג. פעלט נאר איין טאג. שוין, דאס איז ווייל מ׳האלט טאקע ווי דער ב"י׳ס קשיא, והכל על מקומו יבא בשלום.
און לויט דעם פארשטייט מען די מדרש ׳ועל פתחינו כל מגדים׳ וואס גייט אויף נרות חנוכה, ווייל מ׳לייגט דאך פארשידענע שיינע זאכען ביים טויער אום די צוועלף אעג, און הייבען הייבט זיך עס אן מיט ליבע בלומען, וואס דאס האט ראובן אהיים געברענגט, וזהו הדודאים נתנו ריח.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


דאס איז שוין טאקע א באמבע קשיא והראיה אז די נשיאים גיין דאך ביזן צוועלפטן טאג. למעשה וואלט דאס געפאדערט אזויפיל תירוצים ווי אויפן ב"י'ס קשיא נאר אז מען וועט פרעגן א קינד (טאמער פרעגט מען נאך), זאג נאר, האסט א תירוץ אויפן ליטוואק'ס קשיא? וועט ער צוריקשיסן, מיין דאגה א ליטוואק'ס א קשיא? זאל ער פגר'ן דערפון. ממילא בלייבט די קשיא א קשיא ולית נגר ובר נגר דיפרקינה.
העלפט פאַררעכטן דער עתיד פון אונזערע ייִנגלעך!
וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר
באניצער אוואטאר
קטלא קניא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 78
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 08, 2018 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 33 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 248 מאל

Re: רבי פרחיה'ס קשיא

הודעהדורך חסיד פון ליטא » זונטאג דעצעמבער 09, 2018 4:31 pm

איך האב אמאל געזען אין עפעס א פארשטופטער קבלה ספר א פירוש אויפן זוה"ק פון ארום פופצן הונדערט יאר צוריק, אז די טעם פארוואס מ'צינדט ניין הגם וואס דער נס איז בלויז געווען אכט טאג, איז וויבאלד כ"א כסלו איז געווען גאר נאנט צום יו"ט חנוכה האט מען צוגעלייגט נאך א טאג משום פרסומי ניסא. (ער שטעלט זיך דארט אז לפי"ז וואלט געדארפט זיין צען טאג אלס י"ט כסלו, ברענגט ער פונעם גר"א אז וויבאלד י"ט כסלו איז נישט נתקבל געווארן בכל תפוצות ישראל אזוי ווי כ"א ממילא האט מען עס נישט מתקן געווען, אבער ער פירט אויס אז ווער ס'איז מדקדק צו צינדען צעהן תבוא עליו ברכה ובלבד שלא יברך עליה כיון דלא איתקן בשופי לא ייתי אנוש לאחצופי בברכתא דבטלא ודמי למאן דשפיך זרעיה לבטולי ולא לשום ענוגי וחדוותא.)
חסיד פון ליטא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 179
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 19, 2016 12:18 am
האט שוין געלייקט: 330 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 192 מאל

נעקסט

גיי צוריק העמק דבר

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט