בלאט 1 פון 1

רבי פרחיה'ס קשיא

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 07, 2018 2:45 pm
דורך גדליה
דער עולם דא האט זיך שוין אביסעלע באקענט מיט רבי פרחיה. כ'האב שוין עטליכע מאל איבערגעגעבן זיינע דברי חכמה דא.
היינט טרעף איך רבי פרחיה'ן אין מקוה אינגאנצען פארטראכט. וואס גייט פאר רבי פרחיה? פרעגען מיר אים. א שווערע קשיא איז אים בייגעפאלן, זאגט ער. וואסי?
אמער, הייבט רבי פרחיה אן דרייען מיט'ן פינגער, די חנוכה נס איז געווען אז מ'האט געטראפן איין קריגל אויל און ס'האט געברענט אכט טאג.
נו יא, שטים איך צו.
אויב דו לעכט האט געברענט אכט טאג, פארוואס צינדט מען ניין טעג?
הערשט יעצט האב איך געשפירט די שווערער געוויכט פון רבי פרחיה'ס קשיא און פארשטאנען וואס ער טראכט אזוי אריין.
ברוך השם די אייבערשטער האט מיר חונן דעת געווען און באלד אריינגעגעבן אין קאפ דריי תירוצים.
א. די ניינטע טאג איז פאר ספיקא דיומא.
ב. שטײט אין שלטי הגיבורים אז חנוכה איז קעגען סוכות, אויב אזוי איז פארשטענדליך אז די ניינטער טאג איז קעגען שמיני עצרת.
ג. צוליב חביבות המצוה, ווייזען אז מ'קען זיך נישט געזעגענען פון די הייליגע חנוכה לעכט.
אויב איינער האט נאך תירוצים קען מען עס דא שרייבען לתועלת הרבים, מ'זאל עס קענען נאכזאגן ביי די חנוכה מסיבות. ולמצוה גדולה יחשב.
א פרייליכען שבת חנוכה.