הודיעני נא את דרכיך - די לעבנסלאנגע פלאג פונעם מענטש

מחשבה, השקפה ועיון

הודעהדורך הקטן » מאנטאג פעברואר 25, 2019 11:53 am

סיי קאנט און סיי אפיקורת האבן נאר א פשט אויב מיר קענען קיקען אויף וועלט וואו דאס האט א כוונה - אויב איז אבער וועלט איין גרויסע מיקרה פין רענדעם מיאטעשענס, א טעות געבויט אויף א פרידערדיגע טעות, אריינגעכענט די אזוי געריפענע סעלפיש דשין, האבן די אלע הסברים נישט קיין הענט און קיין פיס
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2339
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 1807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מאנטאג פעברואר 25, 2019 12:03 pm

איך האב שוין איינמאל געזאגט און וועל איבער'חזר'ן, מ'קען אפשר מעיין זיין אין די ווערטער פון הקטן, קען זיין ס'האט אין זיך אמת, קען זיין נישט; כ'האב נישט מברר געווען.
אבער אלענפאלס, די גאנצע דעבאטע פארט אויף די נישט ריכטיגע ליניעס. דער ציל פון די אשכול איז געווען פארוואס דער יומען-ביאינג מוטשעט זיך אזוי אין לעבן, אין דעם יעצטיגן סטעיט, ד.ה. ווי אזוי א נארמאלער מענטש (אן די טיפע פסיכאלאגיע) זעהט עס און שפירט עס.

וועסט נישט טרעפן קיין איין ספר כמעט רעדן אזעלכע טיפע רעיונות ווי הקטן ווארפט דא צוזאם. ווען דער באשעפער רעדט צו אונז רעדט ער אונזער שפראך פשוט ווי מיר פארשטייען, לויט אונזער שכל און פרעספעקטיוו.

לויט הקטן קען מען אפפרעגן די גאנצע תוכחה, ווייל "ווער זאגט דען אז עסן די פלייש פון אייגענע קינדער איז שלעכט, ווייל מיר האבן אזוי דעסיידעט"? אפשר איז עס יא גוט, והא ראי' א געוויסע מין חי' עסט יא די אייגענע קינדער וכו' וכו'.

"דיברה תורה כלשון בני אדם". אפגעזען ווער עס האט אפגעמאכט וואס, איז עסן צום זעט און האבן נחת גוט פאר'ן מענטש, און ליידן יסורים - פיזיש ווי גייסטיש - ביטער און זויער. ועל זה אנו דנים, דאס קוועטשט פאר'ן פותח האשכול, און פאר מיר, און פאר נאך מיליאנען נבראים. לאמיר זיך האלטן צו דעם פרעספעקטיוו.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15122
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17826 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18120 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מאנטאג פעברואר 25, 2019 12:36 pm

הקטן רעדט גארנישט קיין טיפע רעיונות, ער רעדט סתם צאם דשיבעריש אין דער וועלט אריין, ס'דא א סיבה פארוואס קאנט איז אריין אין די קוריקולום און הקטן איז געבליבן א ניק אין קאווע שטיבל.
פרומקייט: די פארפאלגענדע פחד אז איינער ערגעצוואו וועט אפשר זיין פריילעך.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2862
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2686 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1875 מאל

הודעהדורך הקטן » מאנטאג פעברואר 25, 2019 1:04 pm

שמעקעדיג האט געשריבן:...
לויט הקטן קען מען אפפרעגן די גאנצע תוכחה, ווייל "ווער זאגט דען אז עסן די פלייש פון אייגענע קינדער איז שלעכט, ווייל מיר האבן אזוי דעסיידעט"? אפשר איז עס יא גוט, והא ראי' א געוויסע מין חי' עסט יא די אייגענע קינדער וכו' וכו'.


יא-אר-געטינג-קלאס
אבער לאמיך דיך אביסעל אויסבעסערן, נישט אז אפשר איז עס יא גוט, והא ראי...
ס'איז נישט דא קיין אמתע גוט און אמתע נישט-גוט אויף די וועלט.
ע"כ איז די פראגע, ווען דו רעדסט פין אחד-האמת, נאר א פעסודא-פראגע, און מאכט נישט קיין סענס צי פרעגן.
זיכער וויל איך ס'זאל זיין גוט פארמיר די וועג וואו אזוי איך פארשטיי גוט מיינט, און איך בלעם דיך נישט צי וועלן די זעלבע

און אויב וויל איך דו זאלסט עפעס טון מאכט סענס איך זאל דיך קענען סטראשענען מיט וואס דו האלסט אז ס'איז שלעכט פאר דיר, ווייל דאס וועט דיך נייגען צי טון וואס איך וויל.
חאטש ס'קען זיין אז באמת איז דאס בכלל נישט שלעכט פאר דיר.

איז אויב דו ווילסט נישט עסען די פלייש פין דיינע קינדער זאלסטו בעסער ביהעווען, די איירעני איז אבער אז ער אליין האט אויך געמאכט אז דו זאלסט טאקע נישט ווילען עסען די פלייש פין דיינע קינדער.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2339
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 1807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל

Re: הודיעני נא את דרכיך - די לעבנסלאנגע פלאג פונעם מענטש

הודעהדורך משהה פרידמן » פרייטאג מאי 03, 2019 12:27 pm

א איד קומט ארויף נאך די מלחמה אין עולם האמת און ער טרעפט דארט די באשעפער, הייבט ער אים אן צו פארציילען א וויץ "ווי אזוי קען מען באקומען א נומער פון א מיידל אין אוישוויץ? מ'הייבט איר אויף די ארבעל!" דער באשעפער האט זיך אבער נישט צולאכט, זאגט אים יענער "פארגעס, מ'וואלט געדארפט זיין דארט צו כאפן די דזשאוק"

Sent from my SAMSUNG-SM-G891A using Tapatalk
באניצער אוואטאר
משהה פרידמן
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 24
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 17, 2019 8:33 pm
האט שוין געלייקט: 92 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9 מאל

הודיעני נא את דרכיך - די לעבנסלאנגע פלאג פונעם מענטש

הודעהדורך מי אני » זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 7:55 pm

אפאר הערות:

1). לגבי די אנטי-נאטאליסט פאזיציע (די קליפ וואס רביה״ק האט געלינקט אויף p. 2), איז דא א מימרא פון ארטור שאופענהאוער:
If children were brought into the world by an act of pure reason alone, would the human race continue to exist? Would not a man rather have so much sympathy with the coming generation as to spare it the burden of existence, or at any rate not take it upon himself to impose that burden upon it in cold blood?

2). ועוד בזה, לגבי די סברא פון דר. דוד בענאטאר אז העדר הרע איז טוב משא״כ העדר הטוב איז נישט ממש רע (לגבי תענוג וצער), טרעפן מיר אז די פרדס יוסף זאגט אין פ׳ בחוקותי א שטיקל פארקערטע געדאנק. דהיינו, ער זאגט אז וועגן דעם זענען די ברכות קורצער פון די קללות, ווייל אויב פעהלט עפעס פון די טוב/ברכה איז עס שוין ממילא אויס ״טוב״, פעהלט נישט אויס אזוי מאריך צו זיין דערין.

3). מ׳קען אפשר אויך זאגן בסתם, מיט א קנייטש, אז וועגן דעם איז יהדות בעצם קעגן דעם קאנצעפט פון נישט האבן קינדער (כדוגמה ברכות י.), ווייל ווי דר. יוליאו קאברערא און קארים אקערמא זאגן איז די קאנצעפט מקושר מיט די קשיא פון רע בעולם; ווי ערווענט אז פארוואס ברענגט דער באשעפער (לשבר את האוזן), דעם יוצר הכל, רע אויף דער וועלט. והיינו, אז אונז, דורכ׳ן האבן און ״באשאפען״ קינדער טוהן דאס אויך. און אויב די קשיא אויף ג-ט איז שווער און האט נישט קיין תירוץ, האט דאס אויך נישט און אונז דארף מיר נישט אראפצוברענגן קינדער. איז דעריבער, וויבאלד יהדות וויל נישט אז אונז זאלן ארויסווייזן אזא סארט געדאנק קעגן ג-ט, איז עס קעגן דעם געדאנק פון נישט האבן קינדער (עכ״פ בכלל).

4). ס׳דא א מין וואספ [איכנומאנידעי] וואס געבוירט דורך פאראליזירן א קאטערפילער און אריינלייגן אין איר/אים די אייער. די אייער העטשן אינעווייניג פונ׳ם קאטערפילער אין עסן איר אויף פון אינעווייניג. דארווין האט געשריבן אויף דעם אז ער קען נישט פארשטיין ווי אזוי א רחמנות׳דיגע ג-ט האט באשאפן אזא זאך.

5). בנוגע דאס וואס מ׳רעדט און גלייכט צו דעם באשעפער צום פראגראמער און אונז צו פראגראמען/עמאדזשיס, איז די קליפ אינטרעסאנט בנוגע געבן רעכטן צו ארטיפישאל אינטעלידזשענס וואס קענען יא פילן צער (ווי גדליה האט ערווענט). https://youtu.be/DHyUYg8X31c

6). מ׳רירט אויך אן צו הסכמת בני אדם ביי מאראל [נארמאטיוו] איז א קובע אויף מאראל ריעליזם.

7). צו כאפן אז מ׳איז אינמיטן א חלום און עס מאכט נישט קיין סענס איז לכאורה א לוסיד חלום.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 619
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 4003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 349 מאל

הודעהדורך מי אני » מוצ"ש סעפטעמבער 28, 2019 8:51 pm

מי אני האט געשריבן:4). ס׳דא א מין וואספ [איכנומאנידעי] וואס געבוירט דורך פאראליזירן א קאטערפילער און אריינלייגן אין איר/אים די אייער. די אייער העטשן אינעווייניג פונ׳ם קאטערפילער אין עסן איר אויף פון אינעווייניג. דארווין האט געשריבן אויף דעם אז ער קען נישט פארשטיין ווי אזוי א רחמנות׳דיגע ג-ט האט באשאפן אזא זאך.

ס'איז אביסל איראניש אבער דר. דזשערי פאדאר און דר. מאסימו פיאטעלי-פאלמעריני, אין זייער בוך What Darwin Got Wrong, נוצן דאס וואס א מין וואספ [אמפולעקס קאמפרעסא] טוהט ענליך מיט א קאקרויטש צו טענה'ן קעגן נאטורליכע סעלעקציע.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 619
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 4003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 349 מאל

הודיעני נא את דרכיך - די לעבנסלאנגע פלאג פונעם מענטש

הודעהדורך מי אני » דינסטאג אקטאבער 22, 2019 9:08 pm

דער מו״נ (ח״ג פט״ו-כ״ג) האט אן אריכות אין די פראבלעם פון שלעכטס [צדיק ורע לו וכו׳] (בעיקר אינ׳ם קאנטעקסט פון השגחת הבורא ומהו, ומעשה איוב). לגבי בעלי בחירה איז אים גרינגער צו פארענטפערן, ווייל ווי באקאנט האלט ער בחירה פאר אן עיקר (הל׳ תשובה פ״ה). ווי אויך גייט ער אריין אין דעם אז דאס קען מען נישט אלעס קלאר וויסן בעומק הדין שיתברר לאחר המיתה וכו׳ וכו׳ ע״ש באריכות.

דער פי׳ שם טוב איז מסביר דארט לפי שיטתו אין אנהויב אז וויבאלד דבר והיפוכו בדבר/מושג אחד איז מהנמנע אף מצד הבורא ב״ה (ווייל אויב נישט מאכט דאס א פראבלעם בענין הגשמה וכו׳) ואין בו בזה משום חסרון וליאות, איז מהנמנע (אף מצדו כביכול) אז עס זאל נישט זיין שלעכטס/הפסד בהטבע וכו׳ וואס איז פון חומר ע״ש. דאס פארענטפערט די שאלה מער בכלליות, און פארוואס בע״ח (שאינן בעלי בחירה ואין בהן השארת הנפש וכו׳) ליידן ממקרי הטבע וכו׳.

איך וואונטש פאר יעדן דאס בעסטע.

(עס אין מערקווידיג צו באטאנען אז שפעטער אין פנ״א זאגט דער רמב״ם אז וויבאלד השגחתו יתברך איז געוואנדען לפי דעם מענטש׳נס ידיעה השגה ומחשבתו בו, און ס׳קען אים/איר נאר פאסירן שלעכטס מחמת המקרים ווען מען איז נישט מדובק בו אין מחשבה כזו ע״ש.)
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 619
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 4003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 349 מאל

הודעהדורך מי אני » מיטוואך נאוועמבער 06, 2019 8:51 pm

מי אני האט געשריבן:1). לגבי די אנטי-נאטאליסט פאזיציע (די קליפ וואס רביה״ק האט געלינקט אויף p. 2), איז דא א מימרא פון ארטור שאופענהאוער:
If children were brought into the world by an act of pure reason alone, would the human race continue to exist? Would not a man rather have so much sympathy with the coming generation as to spare it the burden of existence, or at any rate not take it upon himself to impose that burden upon it in cold blood?

2). ועוד בזה, לגבי די סברא פון דר. דוד בענאטאר אז העדר הרע איז טוב משא״כ העדר הטוב איז נישט ממש רע (לגבי תענוג וצער), טרעפן מיר אז די פרדס יוסף זאגט אין פ׳ בחוקותי א שטיקל פארקערטע געדאנק. דהיינו, ער זאגט אז וועגן דעם זענען די ברכות קורצער פון די קללות, ווייל אויב פעהלט עפעס פון די טוב/ברכה איז עס שוין ממילא אויס ״טוב״, פעהלט נישט אויס אזוי מאריך צו זיין דערין.

3). מ׳קען אפשר אויך זאגן בסתם, מיט א קנייטש, אז וועגן דעם איז יהדות בעצם קעגן דעם קאנצעפט פון נישט האבן קינדער (כדוגמה ברכות י.), ווייל ווי דר. יוליאו קאברערא און קארים אקערמא זאגן איז די קאנצעפט מקושר מיט די קשיא פון רע בעולם; ווי ערווענט אז פארוואס ברענגט דער באשעפער (לשבר את האוזן), דעם יוצר הכל, רע אויף דער וועלט. והיינו, אז אונז, דורכ׳ן האבן און ״באשאפען״ קינדער טוהן דאס אויך. און אויב די קשיא אויף ג-ט איז שווער און האט נישט קיין תירוץ, האט דאס אויך נישט און אונז דארף מיר נישט אראפצוברענגן קינדער. איז דעריבער, וויבאלד יהדות וויל נישט אז אונז זאלן ארויסווייזן אזא סארט געדאנק קעגן ג-ט, איז עס קעגן דעם געדאנק פון נישט האבן קינדער (עכ״פ בכלל).

לגבי די אסימעטרי טענה וואס דר. בענאטאר באטאנט, האב איך געטראכט אז מ'קען אפשר זאגן בדרך צחות אז וועגן דעם בשעת א חתונה [וואס מטרתו היא (ג"כ) כדי להביא דורות לעולם] זאגן די ב"ה (כתובות יז. וכן איפסק באבה"ע סימן סה סעיף א) אז מ'זאגט אויף די כלה שהיא נאה אף שאינה באמת כן ע"ש. איז קען מען אפשר זאגן אז די רמז אין דעם איז להוציא מסברתו של דר. בענאטאר איבער דאס "אסימעטרי" (פון תענוג/צער), וואס איז קעגן דעם געדאנק פון אראפברענגן קינדער, און מ'זאגט דייקא דעם ענין פון "נאה", וואס כידוע איז דאס [שיינקייט/ביוטי] גאר שטארק אנגעוואנדן אין "סימעטרי" דייקא (דאס קען מען אויך זאגן איז די קשר בשילהי תענית דף לא. בין זה שאין האשה אלא ליופי ובין זה שאין האשה אלא לבנים)...
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 619
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 4003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 349 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מיטוואך נאוועמבער 06, 2019 9:36 pm

אז מ'רעדט שוין פון antinatalism, לדעתי זענען antinatalism און pro-mortalism די שפיץ פון human enlightenment, ווער ס'האט שוין דאס משיג געווען דער האלט שוין ביים ויודע דעת עליון. צו מ'האט למעשה קינדער צו נישט איז שוין א באזונדערע זאך, און אפילו די חלק אז א מענטש קען פעיסן די פאקט אז ער טוט קיינעם נישט קיין טובה מיט געבוירן קינדער, און אלץ וואס ער טוט פאר זיי איז פאר זיינע אייגענע אינטערעסן, און בעצם דארף איהם קיינער נישט האבן, דאס אליינס איז שוין אויך אן enlightenment.

כ'האב לעצטנס געהערט אן אינטערוויו וואס סעם הערריס האט געמאכט מיט דאקטאר בענעטאר, ס'געגאנגען בערך אזוי: אין אנפאנג האט סעם (וואס האט צוויי קינדער) פרובירט צו קיצלען אביסל פון די זייט און אביסל פון יענע זייט, קיינע שטארקע טענות קעגן בענעטאר האט ער נישט געהאט, ער איז צו אן אויפריכטיגע און קלוגע מענטש צו קענען פארדרייען א קאפ מיט נארישע ארגומענטן, ער האט נאר פרובירט צו געבן אן אנדערן פערספעקטיוו. פארשטייט זיך אז בענעטאר האט זיך געהאלטן שטארק, צום סוף איז געבליבן אז סעם האט נאך צוגעלייגט פעפער און זאלץ צו בענעטאר'ס שטאנד ווי נאר ער קען. ער האט צוגעגליכן שטארבן צו שלאפן, זאגנדיג אז אויב אריינפאלן אין א טיפע שלאף איז אזוי געשמאק, קען מען זיך נאר פארשטעלן ווי געשמאק ס'איז צו שטארבן... ס'געווען ממש מתוק מדבש ונופת צופים.

https://www.youtube.com/watch?v=KYOQ5XMsbIk
פרומקייט: די פארפאלגענדע פחד אז איינער ערגעצוואו וועט אפשר זיין פריילעך.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2862
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2686 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1875 מאל

הודעהדורך הדסים » דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2019 1:53 am

איך פארשטיי בכלל נישט Antinatalism. נאך אלע סברות, וואלט איך געוואלט מייינע עלטערן זאלן מיר נישט אריינברענגען אין די וועלט? נאך אלע פראבלעמען וואס איך האב, וויל איך קלאר דא זיין, און איך בין דאנקבאר צו מיינע עלטערן. און ווער עס וויל נישט, זאל מוחל זיין טרעפן די עקזיט.

אגב, די גמ' בלייבט שוין טוב לו שלא נברא. ניין?
באניצער אוואטאר
הדסים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 192
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 01, 2019 1:29 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 136 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2019 1:58 am

וועלכע טייל פונקטליך פארשטייסטו נישט, אז איך האלט אז נוח לו לאדם שלא נברא אדער אז איך טרעף נישט דעם עקזיט? זיי וואוסן אז איך האב שוין געטראפן דעם עקזיט, און אונז זענען שוין אלע אויפ'ן וועג אהין בעזר השם, און ביזדערווייל מאכט מען א לעבן.
פרומקייט: די פארפאלגענדע פחד אז איינער ערגעצוואו וועט אפשר זיין פריילעך.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2862
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2686 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1875 מאל

הודעהדורך הדסים » דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2019 2:05 am

:lol: :lol: :lol:

איך רעד פון די חלק פון האבן קינדער. איך האלט אז עס איז לאגיש אריינצוברענגען פרישע נשמות, אפילו אונז האבן אזא סיסטעם, עקאנעמי, ענווייירעמענט, פרעזידענט, וכו'. מיט די פשוטע טענה: איך וויל דא זיין מיט אלע צרות.
באניצער אוואטאר
הדסים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 192
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 01, 2019 1:29 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 136 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2019 2:13 am

קען זיין אז ווען מ'פרעגט דיר פון פריער וואלסטו געוואלט געבוירן ווערן, אבער איך וואלט נישט געוואלט. פארשטייט זיך אז איינמאל איך בין שוין דא, צוריק גייט א קאזע. די antinatalists האלטן אז ווען דו זאלסט זיך גוט איבערטראכטן וואלסטו אויך נישט געוואלט, פארשטייט זיך אז דו האלטסט אז ווען די antinatalists זאלן זיך גוט איבערטראכטן וואלטן זיי יא געוואלט.
פרומקייט: די פארפאלגענדע פחד אז איינער ערגעצוואו וועט אפשר זיין פריילעך.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2862
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2686 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1875 מאל

הודעהדורך הדסים » דינסטאג נאוועמבער 12, 2019 11:37 pm

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:קען זיין אז ווען מ'פרעגט דיר פון פריער וואלסטו געוואלט געבוירן ווערן, אבער איך וואלט נישט געוואלט. פארשטייט זיך אז איינמאל איך בין שוין דא, צוריק גייט א קאזע. די antinatalists האלטן אז ווען דו זאלסט זיך גוט איבערטראכטן וואלסטו אויך נישט געוואלט, פארשטייט זיך אז דו האלטסט אז ווען די antinatalists זאלן זיך גוט איבערטראכטן וואלטן זיי יא געוואלט.

זיי ווילן איך זאל מיר איבערטראכטן, ok שוין געטראכט, איך האלט נאך אלץ אז איך וויל דא זיין.

איך פארשטיי נישט דיין לאגיק, ווען מען פרעגט דיר פון פריער וואלסטו נישט געוואלט, אבער יעצט גייסטו נישט צוריק. פארוואס? צוריק גייט א קאזע איז שיינע פראז, אבער ס'איז נישט קיין סברה, דו קענסט גיין צוזאמען מיט די קאזע.
באניצער אוואטאר
הדסים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 192
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 01, 2019 1:29 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 136 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דינסטאג נאוועמבער 12, 2019 11:49 pm

ערשטנס, קיינער וויל נישט פון דיר גארנישט, סך הכל זאג איך דיר וויאזוי איך פיל און טראכט, דו האסט יעדע רעכט צו האלטן אנדערש.

צווייטנס, דו האסט א קשיא פארוואס איך פיל אזוי, א קשיא אויף א מעשה, די פאקט איז אז אזוי פיל איך, און איך מיין אז רוב מענטשן זענען אזוי. ווען איינער גייט אויף א פלאץ וואס מ'זאגט איהם אז ס'וועט זיין אזאנס און אזעלעכס, און למעשה קומט ער אהין און ער זעהט אז ס'נישט ווער ווייסט וואס, רוב מענטשן וואלטן זיך נישט גלייך צוריקגעדרייט און אהיימגעפארן, אז מ'האט זיך שוין ממילא אהין געשלעפט פרובירט מען כאטש עפעס ארויסצונעמען דערפון.
פרומקייט: די פארפאלגענדע פחד אז איינער ערגעצוואו וועט אפשר זיין פריילעך.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2862
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2686 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1875 מאל

הודעהדורך הדסים » מיטוואך נאוועמבער 13, 2019 12:00 am

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ערשטנס, קיינער וויל נישט פון דיר גארנישט, סך הכל זאג איך דיר וויאזוי איך פיל און טראכט, דו האסט יעדע רעכט צו האלטן אנדערש.

איך האלט אז די שאלה איז וויכטיגער פון אסאך אנדערע פיליזאפישע שאלות, ווייל עס איז שטארק נוגע למעשה. איך האב שוין אמאל ערנסט געטראכט, אפשר זאל איך פראבירן צו טון אלעס וואס מעגליך צו האבן ווי ווייניגער קינדער, פשוט נישט צו בא'עוולן די נשמות וואס איך ברענג אריין אין אזא וועלט. אבער איך בין געקומען צום הכרה, אז מיט אלעם פריי איך זיך אז מיינע עלטערן האבן מיר געברענגט אויף דער וועלט.

איך האף מיינע קינדער וועלן עס אויך עפרישיעיטן.


רביה''ק זי''ע האט געשריבן:צווייטנס, דו האסט א קשיא פארוואס איך פיל אזוי, א קשיא אויף א מעשה, די פאקט איז אז אזוי פיל איך, און איך מיין אז רוב מענטשן זענען אזוי. ווען איינער גייט אויף א פלאץ וואס מ'זאגט איהם אז ס'וועט זיין אזאנס און אזעלעכס, און למעשה קומט ער אהין און ער זעהט אז ס'נישט ווער ווייסט וואס, רוב מענטשן וואלטן זיך נישט גלייך צוריקגעדרייט און אהיימגעפארן, אז מ'האט זיך שוין ממילא אהין געשלעפט פרובירט מען כאטש עפעס ארויסצונעמען דערפון.

מ'קען מיינען דו האסטעך אהערגעשלעפט... אויב די פלאץ ווי דו קומסט אן איז שווער צו זיין, וועסטו נאר דארט בלייבן אויב יעדע מינוט איז יצא הפסדו בשכרו.
באניצער אוואטאר
הדסים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 192
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 01, 2019 1:29 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 136 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מיטוואך נאוועמבער 13, 2019 12:05 am

גייסטו ווייטער אריין אין לאגישע ארגומענטן, די פאקט איז אז איך פיל ממש ווי יענע מענטש, קען טאקע זיין אז ס'איז נישט לאגיש אויסגעהאלטן, מילא איז וואס?
פרומקייט: די פארפאלגענדע פחד אז איינער ערגעצוואו וועט אפשר זיין פריילעך.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2862
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2686 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1875 מאל

הודעהדורך הדסים » מיטוואך נאוועמבער 13, 2019 12:13 am

אבער פון וואו נעמסטו אז דו וואלסט נישט געוואלט לכתחילה געבוירן ווערן?

איך זאג אז יעצט וויל איך דא בלייבן, איז עס א ראי' אז איך האב געוואלט געבוירן ווערן. דו זאגסט אז דו ביזט סטאק, ok דאס איז יעצט דיין געפיל, דאס מיינט אז די גאנצע זאך לוינט זיך נישט?
באניצער אוואטאר
הדסים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 192
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 01, 2019 1:29 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 136 מאל

הודעהדורך וואלווי » מיטוואך נאוועמבער 13, 2019 7:36 pm

הדסים האט געשריבן:אבער פון וואו נעמסטו אז דו וואלסט נישט געוואלט לכתחילה געבוירן ווערן?

איך זאג אז יעצט וויל איך דא בלייבן, איז עס א ראי' אז איך האב געוואלט געבוירן ווערן. דו זאגסט אז דו ביזט סטאק, ok דאס איז יעצט דיין געפיל, דאס מיינט אז די גאנצע זאך לוינט זיך נישט?


נח לו לאדם און טוב לו לאדם איז צוויי א אנדערע זאכן.

א מענטש קען האבן א תכלית אויף דער וועלט, און ס'קען גאר זיין אז ס'איז א גוטע זאך אראפ צו קומען אויף דער וועלט. אבער דאך, אין די גמרא שטייט "נוח" לו לאדם, דאס הייסט אז די פלוגתא אין די גמרא האט צו טוהן מיט דעם אז ס'איז נישט ווערד אדער ס'לוינט זיך נישט די שווערעגקייט, אדער אז מ'זוכט עס פשוט נישט. דאס איז טייטש לא נוח לו לאדם, אפגעזעהן צו די שוועריגקייט איז באמת גוט אדער נישט.

דו פארשטייסט די טוב לו לאדם, בשעת וואס רביה"ק ליינט עס "נח" לו לאדם.
.Weed: you dont dream. You are the dream
באניצער אוואטאר
וואלווי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2322
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 3253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3045 מאל

הודיעני נא את דרכיך - די לעבנסלאנגע פלאג פונעם מענטש

הודעהדורך מי אני » דאנערשטאג יאנואר 09, 2020 10:32 pm

מי אני האט געשריבן:דער מו״נ (ח״ג פט״ו-כ״ג) האט אן אריכות אין די פראבלעם פון שלעכטס [צדיק ורע לו וכו׳] (בעיקר אינ׳ם קאנטעקסט פון השגחת הבורא ומהו, ומעשה איוב). לגבי בעלי בחירה איז אים גרינגער צו פארענטפערן, ווייל ווי באקאנט האלט ער בחירה פאר אן עיקר (הל׳ תשובה פ״ה). ווי אויך גייט ער אריין אין דעם אז דאס קען מען נישט אלעס קלאר וויסן בעומק הדין שיתברר לאחר המיתה וכו׳ וכו׳ ע״ש באריכות.

דער פי׳ שם טוב איז מסביר דארט לפי שיטתו אין אנהויב אז וויבאלד דבר והיפוכו בדבר/מושג אחד איז מהנמנע אף מצד הבורא ב״ה (ווייל אויב נישט מאכט דאס א פראבלעם בענין הגשמה וכו׳) ואין בו בזה משום חסרון וליאות, איז מהנמנע (אף מצדו כביכול) אז עס זאל נישט זיין שלעכטס/הפסד בהטבע וכו׳ וואס איז פון חומר ע״ש. דאס פארענטפערט די שאלה מער בכלליות, און פארוואס בע״ח (שאינן בעלי בחירה ואין בהן השארת הנפש וכו׳) ליידן ממקרי הטבע וכו׳.

איך וואונטש פאר יעדן דאס בעסטע.

(עס אין מערקווידיג צו באטאנען אז שפעטער אין פנ״א זאגט דער רמב״ם אז וויבאלד השגחתו יתברך איז געוואנדען לפי דעם מענטש׳נס ידיעה השגה ומחשבתו בו, און ס׳קען אים/איר נאר פאסירן שלעכטס מחמת המקרים ווען מען איז נישט מדובק בו אין מחשבה כזו ע״ש.)

לגבי רע (בעולם) בכלל הייבט ער שוין אן דארט פון פ״י (וואו ער זאגט די באקאנטע כלל אז רע איז העדר הטוב ע״ש; ענליך צו וואס להבדיל אגוסטין האט געזאגט). און פי״ב האט ער אן אריכות אין דעם וואו ער צוטיילט רע אין דריי קאטעגאריעס:

‏1). רע אין נאטור מחמת מאורעות (אויף וואס מ׳קען די מערסטע בלעימן ג-ט), וואס עס איז אומעגליך אן דעם ווייל די גאנצע יקום איז אנגעוואוזען אין הוה ונפסד בכלל זייענדיג פון חומר, און עס וואלט נישט געקענט זיין א המשכת הקיום בכלל אן דעם, אזוי ווי די פריערדערמאנטע נמנע פון דעם אז עס זאלן זיין שני הפכים בדבר אחד. איז דורכדעם קען ח״ו אויסקומען אז ל״ע איינער זאל חלילה געבוירן ווערן פעלערהאפטיג. ‏(דער טעאלאג/פילאזאף דר. דזשאן העלדעין איז דאס מער מסביר אינ׳ם קאנטעקסט אז די בריאה ארבעט אויף א היארארכיע פון דומם צומח חי מדבר און אינטערקאנעקטעד סיסטעמן וואס די הויה והפסד פון איין וועט ארבעטן אויף די עקספענס פונ׳ם צווייטן. און ווי העכער מ׳איז אויף די היארארכיע אלס מער האט מען צו פארלירן פון אזא סארט עקסטזשעינדזש, און דאס ברענגט/איז די צער.)

‏2). רע הבא מאדם אל האדם (וואס גייט שוין צוזאמען מיט בחירה; אן עיקר לפי הרמב״ם. לגבי דעם פונקט פון מאראלישע שלעכטס איז דער טעאלאג/פילאזאף דר. עלווין פלענטינגא מאריך אין דעם אויך אז טעאלאגישע קאמפעטיביליזם, בחירה חופשית בשעת ג-ט זאל מעביר זיין מאראלישע שלעכטס, איז טאקע א סתירה מיניה וביה.)

‏3). רע הבא מן האדם לעצמו, צו ווייל ער שאדט דורך זיינע מעשים (לכאורה ביודעים ובלא יודעים) צום גוף אדער/און צו זיין פסייקי/נפש. די דריטע מין איז די מערסטע סארט רע וואס איז דא, און איז די מערסטע ביד האדם עצמו צו זיך אפהיטן/טוישן/פארעכטען.

מ׳קען אפשר נאך אלס פרעגן מעיקרא דדינא, אז פארוואס האט דער באשעפער בכלל מעיקרא אראפגעשטעלט די געזעצן פונ׳ם יקום, נאטור וכו׳ אזוי (כשברא יש מאין גמור - הגם אז אונזער גאנצע מושג מעיקרא פון פועל ומופעל, צער ותענוג וכו׳ קומט נאר נאכ׳ן ״יש״) אז עס זאל האבן פיין, צער, און רע אין זיך? דאס קען מען אפשר אפילו פרעגן אויף די צווייטע און דריטע מינים אויך: פארוואס האט דער באשעפער עס אראפגעשטעלט אזוי אז עס זאל מעיקרא זיין אזוי? ער רירט אן דערויף אין די נעקסטע פרק.

(ער טענה׳ט דארט אויך אז בכלליות איז דא מער גוטס ווי שלעכטס אויף דער וועלט, וויבאלד די מין האדם, און וואס מ׳פערסיווט אלס שלעכטס אין מענטשליכע טערמינען צום מענטש, איז נאר א קליין חלק דערפון ע״ש. דאס ווענט זיך פארשטייט זיך אין די הגדרה פון וואס איז טוב וע״ש. מ׳קען אפשר אביסל פרעגן דערויף מכח די פיין וואס בע״ח האבן. אבער לפי שיטתו האבן זיי לכאורה אסאך ווייניגער פון די דריטע סארט פון פיין, וואס איז מער ביים מין האנושי מכח זיין אינטעלידזשענס, קאנשענס/סענשינס, קנאה, (תאוה) וכו׳ וכו׳, און דאס איז די מערסטע פארשפרייטע רע וואס איז פארהאן וכנ״ל. ועוד, דער רמב״ם האלט , אין פי״ז, אז אויף בע״ח און יעדע זאך וואס איז נישט א בעל שכל איז נישט דא קיין השגחה בפרטיות/באישית אויף זיי און זיי זענען נתונים לגמרי תחת די געזעצן פון נאטור, ע״ש. דאס קען אויך אפשר זיין אין איינקלאנג מיט׳ן תירוץ וואס מ׳פרובירט צו זאגן אויף די פראבלעם, אז ג-ט כביכול לאט צו דאס שלעכטס מחמת זיין אהבה כביכול צו די אינדיווידואלע מענטשן וואס עקזיסטירן אינ׳ם צוקונפט פון די שלעכטס אדאנק (אין א וועג) די שלעכטס וואס האט פאסירט. נעמליך, וויבאלד ביי מענטשן איז יא דא א השגחה אישית און נישט נאר אויפ׳ן מין בכלליות, דעריבער מוז שלעכטס ווערן צוגעלאזט, וועגן די אינדיווידואלן וואס עקזיסטירן מחמת די אגרעגעיט וכו׳ פונ׳ם פאסירטן שלעכטס. דאס איז גראדע נישט קיין קשיא אויף בענאטאר׳ס הנחה איבער די אסימעטרי פון שלעכטס צו גוט, ווייל בנוגע דער מענטש אליין קען מען נאך אלס טענה׳ן אז ס׳דא מער שלעכטס פון גוטס, הגם ס׳איז מחמת חסרון בנפשו/בהשגתו.)

*

בנוגע (אן ענליכקייט) צו הקטן׳ס טענה אז בעצם איז שלעכטס אן אילוזיע, טענה׳ט דער אויבן-דערמאנטער דר. דזשאן העלדעין אז דאס פארענטפערט נישט די פראבלעם: עס וועט אויסקומען אז אונז זענען מיר איגנארענט פון די אמת (לגבי שלעכטס), אונז זענען מיר אין אן אילוזיע (לגבי דעם), וואס דאס אליין איז אליין א שלעכטס.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 619
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 4003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 349 מאל

Re: הודיעני נא את דרכיך - די לעבנסלאנגע פלאג פונעם מענטש

הודעהדורך מי אני » זונטאג יאנואר 26, 2020 10:39 pm

אין דעם שמועס איז אויך אינטרעסאנט אנצומערקן דאס וואס איז באקאנט אלס די פאראדאקס פון העדאניזם. דהיינו, אז דאס נאכגיין בפועל ובכוונה תענוג טוהט צונעמען פונ׳ם תענוג. ווי אויך דאס פאקוסירן אויפ׳ן אייגענעם תענוג טוהט פארמינערען דערפון (אפשר אביסל ענליך צום אנסירטענטי פרינציפ אין קוואנטום מעקאניקס...).
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 619
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 4003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 349 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מאנטאג יאנואר 27, 2020 5:04 pm

העדאניזם איז נאר א פאראדאקס פאר די וועלכע ווייסן נישט וואס דאס איז, די וואס ווייסן וואס העדאניזם מיינט ווייסן אז ס'האט נישט גארנישט איינגעשטויסן מיט נאכלויפן תענוגים.
פרומקייט: די פארפאלגענדע פחד אז איינער ערגעצוואו וועט אפשר זיין פריילעך.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2862
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2686 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1875 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק העמק דבר

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט