הודיעני נא את דרכיך - די לעבנסלאנגע פלאג פונעם מענטש

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1767
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2157 מאל

הודיעני נא את דרכיך - די לעבנסלאנגע פלאג פונעם מענטש

שליחה דורך פרייוויליג »

בילד

א פראגע וואס עגבערט מיר שוין מיום שעמדתי על דעתי. די פראגע איז נישט מיינע און נישט קיין נייע, און האט שוין דורכגעמאכט א סך גלגולים. עס איז גראדע געפרעגט געווארן פון א מענטש וואס האט גערעדט פנים אל פנים צו ג-ט. און דאס איז, פארוואס פאסירן שרעקליכע יסורים פארן מענטש? איך וויל דא נעמען מיין קשיא אויף א טריט ווייטער, אבער נישט איידער איך וועל אדרעסירן די קשיא וויאזוי די וועלט פרעגט, און ענטפערט עס.

למה פורעניות באין לעולם? פון די סאמע טיפסטע קשיות וואס פלאגט דעם מענטש. באמת האט דאך שוין משה רבינו געפרעגט די קשיא פון ג-ט: "הודיעני נא את דרכיך", משה האט זיך בעיקר באצויגן צו די תופעה "פון צדיק ורע לו". אויף דעם האט אים ג-ט גענטפערט: "כי לא יראני האדם וחי" - קענסט דאס נישט וויסן.

משה רבינו האט דאך אבער דאס נישט אויסגעהאלטן, והתעקש יא צו וויסן. פארוואס לייגט פרעה אריין קליינע קינדער צווישן ציגל? עס איז דאך שרעקליך. אויף דעם האט אים ג-ט געענטפערט: "אתה רוצה להציל ילד? קח אותו, משה הציל ילד מיכה שמו, כשגדל מיכה, הוא חטא והחטיא את הרבים".

פארשטייט זיך אז די קשיא וואס קומט באלד אין מחשבה איז, הזאת בחירה חופשית?

איך וועל אבער נישט אריינגיין אין די ענדאלזע ציקל פון קשיות איבער ידיעה ובחירה, נאר איך וועל מיך האלטן צו די "תופעה פון למה פורעניות באין לעולם".

דער בעסטע ענטפער וואס מען געבט דערויף (אויסער די טעאריעס הגלגול) איז: "שוועריקייטן בויען דעם מענטש".

באקאנט וואס דער חובת הלבבות שרייבט, אז א קליין קינד באקומט אן אויער אינפעקציע אז ער/זי זאל זיך קענען צוגעוואוינען צו די סדר העולם פון פרעניות און שווערקייטן. אויב א מענטש וואלט קיינמאל געהאט קיין שוועריקייטן אדער יסורים וואלט דער וועלט נישט געקענט אנגיין. אויב א מענטש באקומט נישט קיין עמיונישען-שאטס, איז ער מער אויסגעשטעלט צו קרענק. ער מוז זיך לאזן שטעכן, כדי זיין גוף זאל זיך אויסלערנען קעמפען קעגן חולאים. אויב א מענטש זאל נישט זיין אויסגעשטעלט צו שוועריקייטן אדער קרענק, וואלט ער נישט געגעבן קיין רויטן דעקל איבער וואס ער טוט, אדער עסט. אויב איז מען נישט אויסגעשטעלט צו קיין קרענק אדער אבסטעקלס, איז מען אויסגעשטעלט צו אלעס וואס מען גליסט נאר, אנגעהויבן פון: רציחה, זנות, גניבה, נישט ארבעטן וכו'. בדרך כלל רעכנט זיך די טבע העולם אפ מיט די פעולות פונעם מענטש. אויב עסט מען שלעכט, ווערט מען קראנק, אויב מען טאנצט אראפ פון א וואלקן קראצער ווערט מען אויס. יסורים שטארקן די מענטש, האלט דעם מענטש אין באלאנס, אז ער זאל קענען באלאנגן צו די טבע וסדר העולם.

דאס איז אין קורצן דעם אלגעמיינער ענטפער וואס איז דא אויף למה יסורים באים. מען קען טרעפן בערך די סארט ענטפער אין כמעט יעדן ספר אדער בוך, יעדער בסגנון שלו, ובנופח שלו.

וכאן הבן שואל, עד היכן תכלית היסורים?

איך ווייס אויכעט אז אן אבסאלוטע ענטפער איז נישט פארהאנען. מי לנו גדול פון ג-ט אליין וואס האט געענטפערט "כי לא יראנו האדם וחי". יעדער סארט ענטפער וואס איז נאר פארהאנען, זענען נאר טעאריעס וואס פראבירן אביסל צו לינדערן די שמערצן פונעם ברומענדן נפש. ווייל מיר ווייסן קוים פארוואס מיר עקזעסטירן בכלל.

איידער איך קום צו די תכלית פון מיינע שורות, איז קודם וויכטיג צו ציטירן אן אנדערע ענטפער וואס מען טרעפט בעיקר אין מיסטישע ספרים. אית דין ואית דיין, וואס איז דאס דין? מה זה עונש? מה זה גיהנם? איז דא טאקע א פיזישע טויטליכע גיהנם וואס ווארפט מערדעליכע פינקן פייער? איז דא אבער א טעאריע פון תלמידי בעש"ט ועוד, אז עונש מיינט די אפוועזענהייט פון גוטס, אדער די אנערקענונג פונעם אמת טוט שטארק מעניש זיין די געוויסנביסן, נאך וואס ער האט פארשווענדעט א לעבן פון שקר און שלעכטס. דאס טייטשט, אז גיהנם און עונש איז אבסטראקט, און נישט פיזישע יסורים כפשוטו.

לדעתי איז דאס אבער א גאר שוואכע טעאריע, וויבאלד איך זע אז מענטשן גייען דורך גיהנם אויף די וועלט. עס איז דא כל מיני צרות מכאובים ויסורים ל"ע, זע איך פון דעם אז ג-ט איז יא אומשטאנד אריינצוווארפן א מענטש אין א שרעקליכע הייסע פייער בעולם הבא, אדער עכ"פ עפעס וואס איז עקוויוועלענט צו פייער אין א פיזישע געשטעל. עס איז נישט מער מסתבר צו זאגן אז די עקוויוועלענס צו פייער איז א פיינפולע אבסטראקטע עונש, ווי צו זאגן אז גיהנם מיינט פייער פשוטו כמשמעו, ווייל דאס פאסירט אויף די וועלט. נישט אז פייער כפשוטו איז יא מיושב על הדעת, אבער עס איז נישט ווייניגער מסתבר ווי אבסטראקטע עונשים, ווייל מיר זעען דאך דאס פאסירן בכל יום, שאין יום שאין קללתו מרובה מחברו.

ג-ט האט געוויזן פאר משה אז מיכה גייט זינדיגן, ובכן? לאמיר פאר א רגע אננעמען א ידיעה ובחירה איז אן אילוזיע, און מיכה וואלט זיכער יא געזינדיגט, דאן פארוואס זאל נישט ג-ט מאכן א מיכה זאל נישט האבן געזינדיגט? וואס טוט זיך מיט אלע אנדערע קינדער אין די ציגל, האבן זיי אלע אויך געזינדיגט צום סוף?

אויב מוזן קומען יסורים אויף די וועלט צו האלטן דעם מענטש אין באלאנס, דאן פארוואס דארפן קליינע קינדער האבן יסורים? נישט סתם יסורים נאר שרעקליכע יסורים?

איך האב נישט קיין תערומות אויף ג-ט ב"ה, נאר איך פרעג כבן המתחטא לאביו, הודיעני נא את דרכיך.

עס איז דא א טיפישע ליין פון בעלי דרשנים, דו האסט ליב דיין קינד? זיכער, האב איך אים ליב! דאן דער אייבערשטער האט דיך טויזענט מאל מער ליב ווי דו האסט ליב דיין קינד. דאס איז אמת, ווייל איך זע דאך די מיליאנען חסדים עד אין סוף, אבער עס איז זייער שווער צו ריזעמבלן א טאטע פון בלוט און פלייש צו א ג-ט, ווייל איך וואלט נישט פארברענט מיין זין, און אים נישט געגעבן קיין שרעקליכע יסורים. איך וואלט אים געקענט געבן לייכטע יסורים ווי א שטאך פון א נידל, אבער איך וואלט אים אויף קיין שום פאל נישט געגעבן שרעקליכע יסורים. אויב ג-ט ברוך הוא דארף געבן שרעקליכע יסורים פאר א מענטש, כדי צו ראטעווען זיין לעבן, דאן קען ער דאך טוישן די סדרים. אויב איז נישטא קיין בחירה דאן מאך ער זאל נישט דורכפאלן, און אויב איז יא דא א בחירה פארוואס דארף די סדר זיין ברוטאלע יסורי הנפש והגוף?

וויאזוי האט דזשארדש קארלין געזאגט: He didn't meet my needs, Really? Then drop some of your needs.

עס איז אמת אז מיר זעען נאר א קליין בילד פון די גרויסע בילד, און אויב וואלטן מיר געהאט די ספירוטאל-קעפעסעטי וואלטן מיר פארשטאנען זאכן אנדערש. אבער פארוואס מוז די סדר העולם זיין דורך הימל-שרייענדע קרענק פאר קליינע קינדער שלא טעמו טעם חטא אא"וו, אז דער סדר זאל שטימען?

אויב זענען דא עונשים צו אויפוועקן מענטשן, זענען אבער די עונשים אייניג צו די זינד? ועוד, א מענטש האט קאנדישענס וואס פירן אים צו טון זאכן, צו איז דאס נאטור, סביבה, סיבה, שטות, נסיונות, אונס. עס איז נישט פארהאנען קיין מענטש "שידע ומעל בזדון".

איך האב אמאל געהערט א טעאריע פאר די וואס גלייבן אז עס איז דא נאך א וועלט, אז "שוועריקייטן" איז די גרעסטע צייכן אז עס איז דא נאך א לעבן נאכן טויט. אויב איז די תכלית נאר די וועלט און גארנישט מער, דאן וואס איז די תכלית פון באשאפן א מענטש, אים געבן גוטע זאכן צוזאמען מיט בלוטיגע שלעק? אויב ענדיגט זיך די וועלט דא, דאן געב אים כל מילי דמיטב, פארוואס דארפסטו אים אומזיסט פייניגען?

צו ליינען אין א PDF פארמעט. קליקט דא
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום פרייוויליג, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 304 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר