בלאט 5 פון 14

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 5:45 pm
דורך שמעקעדיג
גדליה האט געשריבן:אקעי, ס׳איז נישט שיין וואס מ׳טוהט דא צו ג-ט.
ער טוט טאקע געוויסע נישט שיינע זאכען, אבער בדרך כלל פיהרט ער גאנץ א פיינע וועלטעל.

ער האט אייך אפילו צוגעשטעלט א אינטערנעט ווי מ׳קען לאכען און חוזק מאכען פון עם,

מי להשם אלי!

חס מלהזכיר אז איך האב איין רגע געהאט א מחשבה פון חוזק מאכן פון באשעפער! איך בין מגלה דעת הויך און קלאר: את אלקים אני ירא. הוא א-לי וחי גואלי וצור חבלי בעת צרה.
איך האב בעיקר געשריבן איבער די סתירות וואס אונזערע ספרים און מחנכים לערנען אונז אויס ביחס צו אונזער באשעפער, נישט אקעגן גאט אליינס, ח"ו. מי אנכי.
ביי מיר איז קלאר כי לא מחשבותי מחשבותיכם, וקדושתי למעלה מקדושתכם! גארנישט איז נישט אזוי פשוט ווי מען מיינט, מיר זענען נישט משיג זיין גרויסקייט און טיפקייט, קוים וואס זיין קליין באשעפעניש @הקטן בין איך משיג!
איך בין בטל ומבוטל פאר'ן יוצר כל, אתה שמחת לבנו וכל טובתינו, רצון עבדך לעשות נחת רוח, לך יוצר הכל ולערוך שיח. מי יתן ותשמח בפועל כפיך (פיוט מבעל החרדים).

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 5:47 pm
דורך גדליה
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:כאילו גאט ארבעט ביטער שווער, כאילו גאט צוקראצט זיך ווען עפעס א נארישע אידל בלעימט און שעלט איהם.

כאילו ג-ט עקזיסטירט

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 5:49 pm
דורך גדליה
שמעקעדיג האט געשריבן:
גדליה האט געשריבן:אקעי, ס׳איז נישט שיין וואס מ׳טוהט דא צו ג-ט.
ער טוט טאקע געוויסע נישט שיינע זאכען, אבער בדרך כלל פיהרט ער גאנץ א פיינע וועלטעל.

ער האט אייך אפילו צוגעשטעלט א אינטערנעט ווי מ׳קען לאכען און חוזק מאכען פון עם,

מי להשם אלי!

חס מלהזכיר אז איך האב איין רגע געהאט א מחשבה פון חוזק מאכן פון באשעפער! איך בין מגלה דעת הויך און קלאר: את אלקים אני ירא. הוא א-לי וחי גואלי וצור חבלי בעת צרה.
איך האב בעיקר געשריבן איבער די סתירות וואס אונזערע ספרים און מחנכים לערנען אונז אויס ביחס צו אונזער באשעפער, נישט אקעגן גאט אליינס, ח"ו. מי אנכי.
ביי מיר איז קלאר כי לא מחשבותי מחשבותיכם, וקדושתי למעלה מקדושתכם! גארנישט איז נישט אזוי פשוט ווי מען מיינט, מיר זענען נישט משיג זיין גרויסקייט און טיפקייט, קוים וואס זיין קליין באשעפעניש @הקטן בין איך משיג!
איך בין בטל ומבוטל פאר'ן יוצר כל, אתה שמחת לבנו וכל טובתינו, רצון עבדך לעשות נחת רוח, לך יוצר הכל ולערוך שיח. מי יתן ותשמח בפועל כפיך (פיוט מבעל החרדים).

יישר כח שמעקעדיג
האמיר שוין צוויי אידען
אגב כ׳מיין אז ג-ט איז גרינגער צו משיג זיין ווי הקטן,
ווי אזוי וייס איך? ווייל די זאכען וואס ג-ט האט געשריבען פארשטיי איך

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 5:51 pm
דורך שמעקעדיג
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
גדליה האט געשריבן: מי להשם אלי!

https://youtu.be/jS-5Nmm_rp8

די פאנטשליין איז אין די לעצטע פאר סעקונדעס.

"רבינו הקדוש - אשר כל רז לא אניס ליה, חריף ובקי טובא, ונהירין לי' שבילי דיו-טוב כשבילי דנהרדעא".

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 5:51 pm
דורך וואלווי
שמעקעדיג האט געשריבן:
גדליה האט געשריבן:אקעי, ס׳איז נישט שיין וואס מ׳טוהט דא צו ג-ט.
ער טוט טאקע געוויסע נישט שיינע זאכען, אבער בדרך כלל פיהרט ער גאנץ א פיינע וועלטעל.

ער האט אייך אפילו צוגעשטעלט א אינטערנעט ווי מ׳קען לאכען און חוזק מאכען פון עם,

מי להשם אלי!

חס מלהזכיר אז איך האב איין רגע געהאט א מחשבה פון חוזק מאכן פון באשעפער! איך בין מגלה דעת הויך און קלאר: את אלקים אני ירא. הוא א-לי וחי גואלי וצור חבלי בעת צרה.
איך האב בעיקר געשריבן איבער די סתירות וואס אונזערע ספרים און מחנכים לערנען אונז אויס ביחס צו אונזער באשעפער, נישט אקעגן גאט אליינס, ח"ו. מי אנכי.
ביי מיר איז קלאר כי לא מחשבותי מחשבותיכם, וקדושתי למעלה מקדושתכם! גארנישט איז נישט אזוי פשוט ווי מען מיינט, מיר זענען נישט משיג זיין גרויסקייט און טיפקייט, קוים וואס זיין קליין באשעפעניש @הקטן בין איך משיג!
איך בין בטל ומבוטל פאר'ן יוצר כל, אתה שמחת לבנו וכל טובתינו, רצון עבדך לעשות נחת רוח, לך יוצר הכל ולערוך שיח. מי יתן ותשמח בפועל כפיך (פיוט מבעל החרדים).

Sorry, it's inadmissible evidence.

א מסירת מודעה אויף קאווע שטיבל וועבסייט קען מען נישט ניצן ביי בית דין של מעלה, אלס אן איליגעל עקסיביט.

ס'איז נישט לצורך פרנסה.

דארפסט מאכן פלאקאטען און אראפ וואקען לי עוועניו.

אדער עכ"פ א באמפער סטיקער

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 5:57 pm
דורך גדליה
נארישקייטען,
ג-ט האט באשאפען די אינטערנעט מיר זאלען הנאה האבען פון איר
יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס יעדע איז ברוגז אויף ג-ט
דרעוילם איז אויפגעוואקסען מיט א שעקעדיגע ג-ט וואס הייסט טייטלען און טאמער נישט ברענגט ער א האלאקאוסט
מ׳פארגעסט אז ג-ט האט באשאפען א הייליגע אינטערנעט (נאך אזוי הייליג ווי ניימאנננן׳ס ראבא קאלללס)
די גוטע באשעפער האט אינז געגעבן א וויקיפידיע מיט א יו טאב מיט א קאווע שטיבעל מיט נעטפליקס
און דרעוילעם האט נאך טענות!

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 6:02 pm
דורך וואלווי
גדליה האט געשריבן:נארישקייטען,

שטעל דיך פאר וויפיל "גוטער" ער וואלט געווען ווען ער וואלט אונז נישט דערשראקן פון עס ניצען בשעת די באורדום פון די לאנגע ר"ה מוסף שמונעשערע...

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 6:07 pm
דורך גדליה
וואלווי האט געשריבן:

אט דאס איז עקזיביט נאמבער וואן אין די ג-ט בלעימינג געים
ג-ט איז שילדיג אז אייך האט אנגעשמעקט צו דאווענען אין א שוהל ווי מ׳ענדיגט מוסף ר״ה זעקסע פארנאכט?
עס שטייט ערגעץ אין די תורה אז ר״ה דארף מען דאווענען לאנג?
כ׳ווייס נישט ווי איר וואוינט אבער אויב ס׳איז נישט אין סקווער קענט איר דאווענען אין צענדליגע בתי מדרשים ווי מ׳ענדיגט צווייע נאכמיטאג
פאר א נויט קען איך איך טרעפען א היתר צו ברענגען א ביכעל אין שוהל אריינצוקוקען ביי די שטילע שעמענעסרע

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 6:14 pm
דורך גדליה
ס׳איז באקאנט אז ס׳דא מענטשען וואס זיי ניצען ג-ט אלץ א תירוץ
איך האב שוין אביסעל געשריבען וועגען דעם לגבי שלעכטס, אז ס׳דא רשעים וואס זענען חכמים להרע, אנשטאט צו זיין אלייינס רשעים זאגט מען אז ג-ט האט זיי געהייסען זיין א רשע, און עוילעם גוילעם קויפט עס אפ, ער איז דאך ג-ט׳ס א מענטש!
די זעלביגע איז מיט אנדערע זאכען, ס׳דא מענטשען וואס האבען פארשידענע שוועריקייטען, ווייל אזוי איז די טבע פון מענטשען אז ס׳מאכט זיך כסדר שוועריגקייטען,
אנשטאט צו זאגען, מורי ורבותי כ׳האב א געוויסע פראבלעם אין כ׳זוך הילף, ווארפט מען אלץ ארויף ג-ט
און דאס איז נאך א תירוץ גארנישט צו טוהן ווייל ווער קען זיך שלאגען מיט ג-ט?
פארשטייט זיך ס׳איז דא עכטע אומגליקליכע מענטשען וואס ליידען א גאנץ לעבען, זיי האבען אפשר א רעכט צו האבען תרעומות כלפי מעלה
אבער ביי סתם א נארמאלע מענטש דארף מען נעמען אחריות אויף די לעבען און נישט אנלייגען אלעס אויף א אומזעהבארע מענטש אין די הימעל

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 6:16 pm
דורך וואלווי
גדליה האט געשריבן:
וואלווי האט געשריבן:
גדליה האט געשריבן:נארישקייטען,
ג-ט האט באשאפען די אינטערנעט מיר זאלען הנאה האבען פון איר
יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס יעדע איז ברוגז אויף ג-ט
דרעוילם איז אויפגעוואקסען מיט א שעקעדיגע ג-ט וואס הייסט טייטלען און טאמער נישט ברענגט ער א האלאקאוסט
מ׳פארגעסט אז ג-ט האט באשאפען א הייליגע אינטערנעט (נאך אזוי הייליג ווי ניימאנננן׳ס ראבא קאלללס)
די גוטע באשעפער האט אינז געגעבן א וויקיפידיע מיט א יו טאב מיט א קאווע שטיבעל מיט נעטפליקס
און דרעוילעם האט נאך טענות!

שטעל דיך פאר וויפיל "גוטער" ער וואלט געווען ווען ער וואלט אונז נישט דערשראקן פון עס ניצען בשעת די באורדום פון די לאנגע ר"ה מוסף שמונעשערע...

אט דאס איז עקזיביט נאמבער וואן אין די ג-ט בלעימינג געים
ג-ט איז שילדיג אז אייך האט אנגעשמעקט צו דאווענען אין א שוהל ווי מ׳ענדיגט מוסף ר״ה זעקסע פארנאכט?
עס שטייט ערגעץ אין די תורה אז ר״ה דארף מען דאווענען לאנג?
כ׳ווייס נישט ווי איר וואוינט אבער אויב ס׳איז נישט אין סקווער קענט איר דאווענען אין צענדליגע בתי מדרשים ווי מ׳ענדיגט צווייע נאכמיטאג
פאר א נויט קען איך איך טרעפען א היתר צו ברענגען א ביכעל אין שוהל אריינצוקוקען ביי די שטילע שעמענעסרע

You're missing the point

כ'האב נישט בארירט דעם מעג יא מעג נישט, טוה יא טוה נישט מעסטער.

איך מיין דער זקן מלא רחמים'דיגע סטראשערייען....

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 6:16 pm
דורך שמעקעדיג
גדליה האט געשריבן:ג-ט האט באשאפען די אינטערנעט מיר זאלען הנאה האבען פון איר
די גוטע באשעפער האט אינז געגעבן א וויקיפידיע מיט א יו טאב מיט א קאווע שטיבעל מיט נעטפליקס
און דרעוילעם האט נאך טענות!

ער האט אבער נישט באשאפן גענוג צייט און ישוב הדעת צו וואטשן אפילו א צענטל דערפון!!
הרי שלחן והרי בשר והרי סכינא ואין לנו פה לאכול (מס' קידושין)

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 6:18 pm
דורך גדליה
ר׳ וואלף איהר דארפט רעדען קלארער
ווער האט אייך געסטראשעט, וואס האט מען אייך געסטראשעט,

טאקע אן עוולה :lol:

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 6:21 pm
דורך שמעקעדיג
גדליה האט געשריבן:ס׳איז באקאנט אז ס׳דא מענטשען וואס זיי ניצען ג-ט אלץ א תירוץ

די זעלביגע איז מיט אנדערע זאכען, ס׳דא מענטשען וואס האבען פארשידענע שוועריקייטען, ווייל אזוי איז די טבע פון מענטשען אז ס׳מאכט זיך כסדר שוועריגקייטען,
אנשטאט צו זאגען, מורי ורבותי כ׳האב א געוויסע פראבלעם און כ'זוך הילף, ווארפט מען אלץ ארויף ג-ט

אודאי אזוי! פארוואס האט גאט מיך באשאפן צווישן אזעלכע מענטשן וואס ווען כ'האב א פראבלעם מוז איך בלייבן סטאק דערין, ווייל אוועקגיין וועט זיין ביטערער פונעם טויט?

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 6:23 pm
דורך וואלווי
גדליה האט געשריבן:ר׳ וואלף איהר דארפט רעדען קלארער
ווער האט אייך געסטראשעט, וואס האט מען אייך געסטראשעט,

יעצט קומט full circle צירוק צום אנהייב, און מ'וועט קיינמאל נישט ענדיגן.

איסורים וענשים, מצוות און שכר. די סוגיא פון שילום הגמול, און א תוצאה פון דעם וואס איז, צדיק ורע לו רשע וטוב לו.

אז די ווילסט זיין גוט און געבן לעבן, דעמאלטס "לאז לעבען".

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 6:24 pm
דורך גדליה
שמעקעדיג האט געשריבן:
גדליה האט געשריבן:ס׳איז באקאנט אז ס׳דא מענטשען וואס זיי ניצען ג-ט אלץ א תירוץ

די זעלביגע איז מיט אנדערע זאכען, ס׳דא מענטשען וואס האבען פארשידענע שוועריקייטען, ווייל אזוי איז די טבע פון מענטשען אז ס׳מאכט זיך כסדר שוועריגקייטען,
אנשטאט צו זאגען, מורי ורבותי כ׳האב א געוויסע פראבלעם און כ'זוך הילף, ווארפט מען אלץ ארויף ג-ט

אודאי אזוי! פארוואס האט גאט מיך באשאפן צווישן אזעלכע מענטשן וואס ווען כ'האב א פראבלעם מוז איך בלייבן סטאק דערין, ווייל אוועקגיין וועט זיין ביטערער פונעם טויט?

אייער טענה איז אז די מענטשען ארום אייך מאכען אייך פראבלעמען און איר קענט זיי נישט איבערלאזען?

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 6:25 pm
דורך גדליה
וואלווי האט געשריבן:
גדליה האט געשריבן:ר׳ וואלף איהר דארפט רעדען קלארער
ווער האט אייך געסטראשעט, וואס האט מען אייך געסטראשעט,

יעצט קומט full circle צירוק צום אנהייב, און מ'וועט קיינמאל נישט ענדיגן.

איסורים וענשים, מצוות און שכר. די סוגיא פון שילום הגמול, און א תוצאה פון דעם וואס איז, צדיק ורע לו רשע וטוב לו.

אז די ווילסט זיין גוט און געבן לעבן, דעמאלטס "לאז לעבען".

ווער זאגט אז ג-ט לאזט נישט לעבען? אין מיין תורה שטייט ובחרת בחיים

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 6:32 pm

איר מוזט רעדען קלארער ווייל איך פארשטיי נישט אייערע ארגומענטען
ווער זאגט אז ג-ט לאזט נישט לעבען? אין מיין תורה שטייט ובחרת בחיים

ס'שטייט פיל מער מות יומת'ן אין די תורה ווי ובחרת בחיים'ס...

די טענה איז נישט מיינס. נאר עיין עירובין י"ג נמנו וגמרו שלא נוח לו לאדם, וכמבוא' במפ' מריבוי הל"ת והפסדן...

From the lions mouth...

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 6:41 pm
דורך גדליה
ליסען
איך ווייס נישט וואס דרעוילעם רעדט זיך אזוי אפ דא, ס׳איז דא א הערליכע וועלט מיט גראז אין ביימער אין קליידער אין עסען אין אינטערנעט און חוש המישוש. אין מיינע אויגען איז די גיטס אסאך אסאך מער ווי די שלעכטץ.
יא ס׳איז דא א מיעוט מענטשען וואס האבען א שלעכט מזל, זיי ווערען נעבעך געבוירן מיט שווערע מחלות אין ליידען זיך אן א גאנץ לעבען, ס׳איז דא מענטשען וואס פאלען אריין אין צרות צרורות וואס לויפט זיי נאך טאג און נאכט, אזעלכע מענטשען קענען האבען תרעומות און מיט רעכט.
אבער אויב אייער פראבלעם איז אז איר זענט סטאק מיט די עירובין גמרא, און א לאנגע ר״ה מוסף, קען אייך קיינער נישט העלפען, אפילו ג-ט אליין.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 6:49 pm
דורך וואלווי
גדליה האט געשריבן:ליסען
איך ווייס נישט וואס דרעוילעם רעדט זיך אזוי אפ דא, ס׳איז דא א הערליכע וועלט מיט גראז אין ביימער אין קליידער אין עסען אין אינטערנעט און חוש המישוש...

OMG וואס איז דאס? חוש המישוש? עפעס א לשון נקייה שלא עיקם הכתוב?.... :P

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 6:54 pm
דורך רביה''ק זי''ע
ס'זעט מיר שוין באלד אויס ווי די קהילה קדושה אין אויסטראליע...

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 7:19 pm
דורך גדליה
וואלווי האט געשריבן:
גדליה האט געשריבן:ליסען
איך ווייס נישט וואס דרעוילעם רעדט זיך אזוי אפ דא, ס׳איז דא א הערליכע וועלט מיט גראז אין ביימער אין קליידער אין עסען אין אינטערנעט און חוש המישוש...

OMG וואס איז דאס? חוש המישוש? עפעס א לשון נקייה שלא עיקם הכתוב?.... :P

די ערשטע מצוה אין די תורה

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 8:46 pm
דורך פרייוויליג
שמעקעדיג האט געשריבן:
גדליה האט געשריבן:אקעי, ס׳איז נישט שיין וואס מ׳טוהט דא צו ג-ט.
ער טוט טאקע געוויסע נישט שיינע זאכען, אבער בדרך כלל פיהרט ער גאנץ א פיינע וועלטעל.

ער האט אייך אפילו צוגעשטעלט א אינטערנעט ווי מ׳קען לאכען און חוזק מאכען פון עם,

מי להשם אלי!

חס מלהזכיר אז איך האב איין רגע געהאט א מחשבה פון חוזק מאכן פון באשעפער! איך בין מגלה דעת הויך און קלאר: את אלקים אני ירא. הוא א-לי וחי גואלי וצור חבלי בעת צרה.
איך האב בעיקר געשריבן איבער די סתירות וואס אונזערע ספרים און מחנכים לערנען אונז אויס ביחס צו אונזער באשעפער, נישט אקעגן גאט אליינס, ח"ו. מי אנכי.
ביי מיר איז קלאר כי לא מחשבותי מחשבותיכם, וקדושתי למעלה מקדושתכם! גארנישט איז נישט אזוי פשוט ווי מען מיינט, מיר זענען נישט משיג זיין גרויסקייט און טיפקייט, קוים וואס זיין קליין באשעפעניש @הקטן בין איך משיג!
איך בין בטל ומבוטל פאר'ן יוצר כל, אתה שמחת לבנו וכל טובתינו, רצון עבדך לעשות נחת רוח, לך יוצר הכל ולערוך שיח. מי יתן ותשמח בפועל כפיך (פיוט מבעל החרדים).

כ'גלייב נישט אז עס איז דא איינער דא שעלה במחשבתו להתלוצץ. כמטי משמיה צדיקים, אז הקב"ה האט אפילו הנאה ווען איינער איז זיך מתרעם לו. ווי געשריבן אז דאס איז, כבן המתחטא לאביו. מיר רעדן זיך אויס דאס הארץ. עס איז א פינסטערע וועלט, מיר זענען בלינד, מיר זען גארנישט. מיר בעטן פאר אביסל ליכטיקייט, הודעני נא את דרכך. לאמיר דיך זען דורך דיינע חסדים.