הודיעני נא את דרכיך - די לעבנסלאנגע פלאג פונעם מענטש

מחשבה, השקפה ועיון

הודעהדורך גדליה » מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 11:30 pm

הקטן,
וואס זענען די שלאפעדיגע כללים?
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1030
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 4:34 pm
האט שוין געלייקט: 607 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1616 מאל

הודעהדורך הקטן » מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 11:39 pm

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך זעה אז ס'דא אזעלכע וואס זענען אביסל צומישט פון מיינע ווערטער, וועל איך קלאר מאכן איין מאל פאר אלעמאל.

מיין שטעלונג איבער גוט און שלעכט רופט זיך hedonism.

מיין שטעלונג איבער ווער ס'מאכט אפ וואס איז מאראליש און וואס נישט, The unconscious mind. יא, ס'טאקע אונזער אייגענע שכל, אבער אונז האבן נישט קיין שום קאנטראל איבער עס. ס'פירט אונז ביים נאז, פשוטו כמשמעו.

@שמערל איך גלייב אז די לעצטע תגיבה פין רביה"ק קען דיר אויך זיין זייער בייהילפיג, אפגעזען צי קויפסט יא אדער נישט hedonism
וואו אזוי די דרייסט דאס האבן מיר נישט דאס וואס ווערט געריפן Moral absolutism
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2303
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 1791 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1029 מאל

הודעהדורך הקטן » מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 11:42 pm

געדאנקען וועגן אינזערע ארטיפישל הרגשים, שכל און מאראל: (11)

גדליה האט געשריבן:הקטן,
וואס זענען די שלאפעדיגע כללים?

ס'איז מיר שווער צי זאגן ווייל איך בין יעצט אויף, איין זאך קען איך דיר זאגן, ס'לויפט דארט גאנץ אן אנדערע סעט פין כללים און לאגיק וואו די פין "אויפזייענדיגע" כללים.
וואס קען זיך דא נישט פארן קעלבן דארט ציזאם, קאלס און ווארעמס זענען משמשים בערבוביה!
דעס וואס דו מיינסט אז דאס איז הויך ווייזט נאר וואו קליין ס'איז...
און אזוי ווייטער...פרעג נישט!

אדרבה, לייג צי קאפ היינט באנאכט, קים ציריק מארגן, און פארצייל.
אז דו לייגסט שוין יא צי קאפ, באמערק אויב ס'פילט בשעת מעשה פאני צי נישט.

יעצט אז איך קוק ציריק קיקט דאס אויס פאני אבער בשעת איך האב כחלומט האט דאס געפילט זייער נארמאל, און דאס נעמט אוועק פין מיר מיין קאנפעדענס.
ווען איינער זאגט מיר אויף עפעס אז ס'איז נישט "רעצענאל" פרעג איך ס'איז נישט וואס...?
וואס זאל איך טון איך האב ממש פארלוירן מיין ביסעל ריספעקט וואס איך האב נאך געהאט פאר "קאמן-סענס"

איך ניץ עס ווייל איך האב נישט עפעס בעסערס, אבער רעספעקט?!? - נישט נאך מיין חלום פין נעכטען ביינאכט!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך הקטן אום דינסטאג דעצעמבער 25, 2018 8:10 pm, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2303
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 1791 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1029 מאל

הודעהדורך פרייוויליג » דינסטאג דעצעמבער 25, 2018 11:14 am

באניצער אוואטאר
פרייוויליג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1604
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:44 pm
האט שוין געלייקט: 1365 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1947 מאל

הודעהדורך גדליה » דינסטאג דעצעמבער 25, 2018 11:22 am

הקטן האט געשריבן:
גדליה האט געשריבן:הקטן,
וואס זענען די שלאפעדיגע כללים?

ס'איז מיר שווער צי זאגן ווייל איך בין יעצט אויף, איין זאך קען איך דיר זאגן, ס'לויפט דארט גאנץ אן אנדערע סעט פין כללים און לאגיק וואו די פין "אויפזייענדיגע" כללים.
וואס קען זיך דא נישט פארן קעלבן דארט ציזאם, קאלס און ווארעמס זענען משמשים בערבוביה!
דעס וואס דו מיינסט אז דאס איז הויך ווייזט נאר וואו קליין ס'איז...
און אזוי ווייטער...פרעג נישט!

יעך קלער אז אין חלום עקזיסטירען אינגאנצען נישט קיין כללים! אלע כללים ווערען פארשווינדען, אין פארדעם קען מען טאקע גארנישט אויפטוהן אין חלום, ויקץ והנה חלום
וזה סוד חלום אחד משישים בנבואה ווייל דעמאלטס כאפט מען אז די אלע כללים זענען סתם א באשעפעניש אין באמת קומט אלעס פון מקור אין סוף ב"ה
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1030
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 4:34 pm
האט שוין געלייקט: 607 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1616 מאל

הודעהדורך הקטן » דינסטאג דעצעמבער 25, 2018 11:47 am

געדאנקען וועגן אינזערע ארטיפישל הרגשים, שכל און מאראל: (12)

גערעכט, דאס איז דארט דער כלל, נישטא די אלע כללים!
זייער מעגליך ס'איז דארט אויך נישט קיין הפקר וועלט, און ס'האט זיך זיין אייגען סעט פין כללים.
און די חלום\לעבן גייט אן, מיר קענען עס פארנעמען, מיר זעען נישט אין דעם קיין סתירה.

ווייל סיי אינזער כללים וואס מיר האבן ווען מיר זענען אויף און סיי די כללים בשעתן שלאפן זענען "אויפגעמאכטע" - א "באשעפעניש "

א "באשעפעניש אזוי געפראגראמט!
די כללים האבן געקענעט גיין קאפויער און מעגליך אויף אן אנדערע יאנעווערס גייען זיי קאפויער.

תשואות חן פאר וזה סוד חלום אחד משישים בנבואה.
מיט דעם טייטש איך מיר, בשוב יהוה את שיבת ציון היינו כחלמים
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך הקטן אום דינסטאג דעצעמבער 25, 2018 8:11 pm, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2303
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 1791 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1029 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דינסטאג דעצעמבער 25, 2018 11:51 am

הקטן האט געשריבן:גערעכט, דאס איז דארט דער כלל, נישטא די אלע כללים! זייער מעגליך ס'איז דארט אויך נישט קיין הפקר וועלט, און ס'האט זיך זיין אייגען סעט פין כללים, און די חלום גייט אן, מיר קענען עס פארנעמען, מיר זעען נישט אין דעם קיין סתירה.

נישט ממש. איך האב שוין גענוג מאל געהאט, וואס אינמיטן חלום האב איך געכאפט אז ס'איז נאר א חלום, ווייל זאכן האבן פשוט נישט געשטימט.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2590
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2470 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1635 מאל

הודעהדורך גדליה » דינסטאג דעצעמבער 25, 2018 11:52 am

ס'שטייט דאך אין גמרא אז מ'קען נישט חלומ'ען פון א עלעפאנט וואס גייט אריין אין א נאדעל זעהט מען אז ס'איז טאקע יא דא כללים
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1030
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 4:34 pm
האט שוין געלייקט: 607 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1616 מאל

הודעהדורך הקטן » דינסטאג דעצעמבער 25, 2018 11:57 am

הקטן האט געשריבן:זייער מעגליך ס'איז דארט אויך נישט קיין הפקר וועלט, און ס'האט זיך זיין אייגען סעט פין כללים.

ס'איז אבער נישט אזוי rigid און ס'איז אנדערש ווי ווען מ'איז וואך

איז איין סעט פון כללים מער "גערעכט" פין די אנדערע?!

---

אויב זאכן פארקריכען צו ווייט, וועט דיין כח "הבחנה" אריינקומען און דיך אויפוועקן.
די זעלבע איז מיט היפנאסעס.
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2303
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 1791 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1029 מאל

הודעהדורך הקטן » דינסטאג דעצעמבער 25, 2018 12:26 pm

געדאנקען וועגן אינזערע ארטיפישל הרגשים, שכל און מאראל: (13)

די זעלבע איז אמת ווען מיר טוישן די קעמעסטרי פין אינזער מח, דארך מעדעטעשן, היפנאסעס, גיידעד אימעדשרי ,דראגס, וויין און נאך
א יעדע סארט דראג וועט אהער שטעלן אן אנדער סארט עפעקט.
איז ווער זאגט וועלכע state of mind איז די ריכטיגע
ווייל רוב טאג האבן מיר איין סארט מהלך המחשבה איז דאס וואס ס'איז "אמת"?

אויב ווען אינז איז עפעס שווער, זייער שווער, מיינט סך הכול אז אינזער קעמסעסטרי אין מח איז יעצט און אזא צישטנאד, איז עפעס "באמת" שווער?!?
איז מעגליך אז מיר נעמען זיך צי-ערענסט?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך הקטן אום דינסטאג דעצעמבער 25, 2018 8:11 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2303
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 1791 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1029 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דינסטאג דעצעמבער 25, 2018 1:31 pm

הקטן: אזויווי אלעמאל, מישסטו דא אויס א קוגל פון צוויי עקסטערע זאכן. קאממאן סענס איז טאקע סוביעקטיוו, אבער לאגיק איז נישט. יא, ס'דא מענטשן וואס קענען נישט טראכטן לאגיש, אבער די וואס קענען יא, טוישט זיך עס קיינמאל נישט, בהקיץ, בחלום, שיכור, אנגעדראגט, וכו' וכו'.

https://www.google.com/search?q=common+ ... e&ie=UTF-8
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2590
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2470 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1635 מאל

הודעהדורך הקטן » דינסטאג דעצעמבער 25, 2018 2:07 pm

ביסט זייער גערעכט, אזוי וואו אייביק.
מיין ספק איז טאקע אויף לאגיק זעלבסט.

איז מעגליך אז מיר האבן נישט קיין שום אנערע וועג צי בארעכטיגען לאגיק אלס אן אבדשעקטיו אמת אויסער אינזער קאמען סענס?
קען זיין אז לאגיק לעבט אויך אינדרויסן פין די וועלט, קען אויך זיין אז נישט, זאג מיר נאר וואו אזוי ביסט אנגעקימען צי דיין מסקנה
האסטו נישט געניצט דיין שאקעלדיגע סובדעשעקטיוו קאמען-סענס?

אויב ווילסטו זאגן די האסט געניצט לאגיק זעלבסט צי בארעכטיגען לאגיק - איז דאס נישט סירקעלער ריזענעיג?




----
איא, איך ווייס פין די מורה מיט די רשב"א, מיר עפלייען יעצט קאמנ-סענס
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך הקטן אום דינסטאג דעצעמבער 25, 2018 2:20 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2303
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 1791 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1029 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דינסטאג דעצעמבער 25, 2018 2:18 pm

ס'נישט שייך בכלל דן צו זיין איבער לאגיק, ווען דו האסט נישט קיין אהנונג וואס לאגיק איז בכלל, און מיט וואס ס'איז אנדערש פון קאממאן סענס און ריעזענינג.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2590
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2470 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1635 מאל

הודעהדורך Buddy » מיטוואך דעצעמבער 26, 2018 12:22 pm

די שכינה הק' וויינט מיט צער נישט אויסצוהאלטן איבער די אידישע קינדער וואס זענען בצער, לאמיר זיך משתתף זיין בצערה, און ס'זאל שוין זיין פקד פקדתי מל' פקידה בין איש לאשה, אזוי ווי ר' שלמה ראבינאוויטש ז"ל ברענגט שיין ארויס אין תפארת שלמה די וואך.
Buddy
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 499
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 18, 2018 8:24 am
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 113 מאל

הודעהדורך הקטן » מיטוואך דעצעמבער 26, 2018 9:44 pm

געדאנקען וועגן אינזערע ארטיפישל הרגשים, שכל און מאראל: (14)

פרייוויליג האט געשריבן:
הקטן האט געשריבן:
פרייוויליג האט געשריבן: פאר מענטשן קרוצי חומר, וואס האבן שכל, אפילו ער זאל האבן אן איי-קיו פון איבער 300 וועט ער נישט קענען מאכן סענס פון דעם. נישטא קיין שום ראציאנאלע סיבה פארוואס דער אייבערשטער האט באשאפן א מענטש מיט די סיסטעם

האט נישט ממש מיט די שמוס, אבער ליינענדיג איז מיר שווער געווארן.

ס'איז שוין געווען ערגעץ אנדערש א שמוס אויב "ראציאנאל" איז אן אבסעלאטער אמת אדער סך הכול איין מהלך וואס דער עמאדשי פראגראמער האט אהערגעשטעלט, איין ווערשען פין artificial intelligence און וואס מאכט סענס אין ver 1.2 מאכט בכלל נישט קיין סענס אין די updated 2.0.

איך וויל פרעגן וואו אזוי פארשטייען מיר אינזער ווערשען פין "ראציאנאל" ווען איינשטיין קימט און זאט בפשטות זיין טעאריע פין רעלעטיוו, איז פאר רוב רעצענאליע טראכטערס אדער פארשטייען זיי בכלל נישט וואס ער רעדט אדער וואס ער וויל. מיר וועלן עס אנעמען מיט אזא סארט אם קבלה היא נקבל, ביז וואו לאנג מיר וועלן עס קענען איבערווייזען אין די לעב.

יעצט אבער אז איינשטיין האט דאס געזאגט, און ער איז געווען אן ראציאנאלע קריטשער, קענען מיר אנעמען אז די טעאריע פין "רעלעטיוו" איז "ראצינאל".
וואו וואלט געווען אויב איינשטיין ווערט נישט געבוירן, וואלט "רעלעטיוו" אויך געווען "ראצינאל"?
לאמער זאגן אז איינשטיינס IQ איז געווען 300 מעג דאך אבער איינער אויך האבן 600 - וואס פאלט איין פאר די 600 IQ און מיר און איינשטיין פארשטייען דאס בכלל נישט, קען מען דאס נאך ריפן "ראצינאל" ?

אסך מאל וועט איינער מיט אביסעל מער IQ אויפקימען מיט עפעס וואס איז ממש counter-intuitive איז פארוואס זאלן מיר אננעמען אז איינשטיין האט די לעצטע ווארט?
ווייל איינשטיין איז יא געבוירן און שמיינשטיין נישט?!?

דער טעארי אוו רעלאטיוויטי האט גארנישט מיט קבלה היא נקבל, און עס איז נישט עפעס וואס מיר גלייבן אים בלינדערהייט, און דאס איז צוליב די פאלגענדע:

Theory of relativity איז עפעס וואס איז עולה על השכל און מאכט שטארק סענס.
Theory of relativity איז א פאקט וואס מען קען איבערצייגן.
Theory of relativity האט גארנישט מיט איינשטיינס אייקיו. זיין אייקיו האט אים דאס געגעבן, אבער נישט וויבאלד ער האט די אייקיו האט מען דאס אנגענומען.
אויב איינשטיין וואלט נישט געווען געבוירן וואלטן מיר מעגליך נישט געוויסט פון די טעאריע בכלל, און נישט וויבאלד עס וואלט נישט געווען ראציאנאל.
אדרבה קום דו אויף מיט א טעאריע און רייס אויף די וועלט. איינשטיין האט נישט די לעצטער ווארט. אויב דו קומסט אויף מיט עפעס וואס איז שכל'דיג און דו קענסט דאס איבערצייגן, קענסטו אויך איבערמאכן די וועלט.


פין דיין תגיבה, קוקט אויס דו האסט נישט פארשטאנען אוואו איך ציל,קען זיין אז איך בין נישט אריין געקימען געניג קלאר.

מיין נקידה איז, איידער איינשטיין האט געזאגט וואס ער האט געהאט צי זאגן איבער די Theory of relativity, און איידער ער האט מסביר געווען וואו אזוי ער איז אנגעקימען צי די מסקנות, אדער ווען דו זאגס'ט ווען דאס און מקוה, נאר די פאקטן פין די טעאריע, אן מסביר זיין וואו אזוי ביסט געקימען צי די פאקטן וואלט א יעדער געלאכט פין דיר.

ווייל די פאקטן פאר זיך, אן די הסבר וואס פירט צי זאגן אזוי זענען counterintuitive
"Einstein concluded that simultaneity is relative; events that are simultaneous for one observer may not be for another," the encyclopedia stated. "This led him to the counterintuitive idea that time flows differently according to the state of motion, and to the conclusion that distance is also relative."


Einstein's work led to some startling results, which today still seem counterintuitive at first glance even though his physics is usually introduced at the high school level.


די איינציגסעט סיבה וואס מיר ווייסן היינט די פאקטען איז, ווייל אחד היה איינשטיין וואס האט דאס אינז מסביר געווען, און ווייל מיר האבן דאס אבזערווירט אין די labs.

נאך מער, ציציקימען צי אט די מסקנות, האט מען געדארפט האבן שכל בערך איינשטיינ'ס שכל
דאס מיינט סיי ווער וואס איז נאר העלפט אזוי קליג, וואלט קיינמאל נישט ציגעקימן דערצו דארך שכל.

מיר קענען אנענמען ווען נישט איינשטיין אדער זיין גלייכן זאגן אט די פאקטן, אין ווייל יענער איז נישט אזוי קליג וואו אינזער איינשטיין, קען ער נישט מסביר זיין די פאקטן וואלטן מיר קלאר נישט געהאלטן אז די פאקטן זענען אמת און די ראי וואלט געווען אז ס'איז נגד השכל.

מיר וואלטן געזאגט ס'איז נישט אמת ווייל ס'איז נגד השכל!
איז עס דען נגד השכל?!?
אבער מיר וואלטן זיכער געזאגט אזוי!

מיר וואלטן אויך געניצט אינזער גרעסטער חכם וואס מיר האבן (אבער נישט קיין איינשטיין) אלס א ראי, זעסט? חכם פלוני, וואס האט x amount of IQ - האלט אויך ס'איז נישט אמת, ווייל ס'איז נגד השכל!

אצינד ווייסן אבער מיר, נאך וואו ס'איז אמת!
דאס ברענגט אינז צי אינזער ערשעטע לאגישע מסקנה:
וואס פאר אינז קיקט אויסנגד השכל, קען זיין אמת!

וואס איז counterintuitive פאר א קלענערע בעל שכל איז אמאל קאמען סענס פאר א גרעסערע בעל שכל!

וואס מיר האבן געפראפט ביז אהער סייענטיפיש, מיט אבזערוואציעס פין די מציאות, אז א קלענער שכל פארשטייט נישט פין זיך אליין וואס א גרעסערע שכל פארשטייט.
די דעפעניציע פין מער "שכל" מיינט ער פארשטייט מער וואו דער וואס האט ווייניגער, דאס זאגט אויב קען זיין איינער וואס האט מער פין אינז איז בהכרח אז ס'דא וואס מיר "פארשטייען נישט"!

שכלדיג איז אויך נישט דא קיין שום סיבה צי זאגן אז ס'קען נישט זיין א "שכל" וואס זאל זיין 100 מאל מער אדער 200 מאל מער אדער אינפינעטי מאל מער וואו איינשטיינס שכל!
ס'איז נישט וויכטיג פאר אינזער שמיעס אויב דער "שכל" ליגט אין א מענטש, אדער אין אן עליען אדער שוועבט ארים אין outer space

דאס זאגט אינז לאגיש און סייענטיפיש ס'מיז זיין אז איינשטיין, מיט האקינג'ס "פארשטייען נישט" זייער זייער אסך זאכן.

מיט וויפיל מאל מער די גרעסערע שכל איז מער פין איינשטיינ'ס שכל מער זענען די דשאנסעס אז איינטשטיין פארשטייט נישט!
איז דא א סיבה נישט צי זאגן אז ס'איז ס'קען זיין אינפינעטי מאל מער ?

דאס ברענגט אינז צי אינזע צווייטער לאגישע מסקנה:
ס'איז בהכרח דא אסך אסך זאכן וואס קוקט אויס נגד השכל, אין ס'איז אמת!



דאס ברענגט אינז צי אינזע דריטער לאגישע מסקנה:
אינזער שכל קען בכלל נישט געניצט ווערן צי מעסטען אויב עפעס איז אמת צי נישט.
שכל איז בכלל נישט קיין מברר האמת!

שווער...
זייער שווער...

ווער ס'פארשטייט אז ער פארשטייט נישט פארשטייט!
ווער ס'פארשטייט נישט אז ער פארשטייט נישט פארשטייט נישט!
פארשטייסט?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך הקטן אום דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2018 12:27 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2303
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 1791 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1029 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2018 12:47 am

דאס אז צייט און פלאץ זענען נישט אביעקטיוו איז אינגאנצן נישט נגד השכל, ס'איז א פשוטע חשבון וואס מ'האט שוין געוואוסט לאאאאאנג פאר איינשטיין. איך אליינס האב עס שוין געהאט אויסגערעכנט נאך פאר די בר מצוה, און איך געדענקט אז אין ישיבה איז עס געווען אלגעמיין באקאנט (און איך גלייב נישט אז אפילו איין בחור דארט האט שוין דעמאלטס געוואוסט פון איינשטיינ'ס טעאריע צו זאגן). די גאנצע וואס איינשטיין האט אויפגעטון, ער האט מסביר געווען וואס ס'איז יא, און וויאזוי פונקטליך ס'ארבעט.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2590
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2470 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1635 מאל

הודעהדורך נולד מאוחר » פרייטאג דעצעמבער 28, 2018 4:29 am

הקטן האט געשריבן:דאס ברענגט אינז צי אינזע דריטער לאגישע מסקנה:
אינזער שכל קען בכלל נישט געניצט ווערן צי מעסטען אויב עפעס איז אמת צי נישט.
שכל איז בכלל נישט קיין מברר האמת!

פארוואס דאס גופא קען מען יא מברר מיט שכל?
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3776
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 4558 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1857 מאל

הודעהדורך הקטן » פרייטאג דעצעמבער 28, 2018 9:56 am

און ווער זאגט אז דאס גופא קען מען טאקע יא מברר זיין, מיט שכל, אויף אן אמת.
"שכל" זאגט אז "שכל" איז נישט קיין מברר האמת.

אפשר קען potato salad זיין א מברר האמת?
אפשר, מיר ווייסן נישט דערפון און מיר ווייסן נישט ווי אזוי, די זעלבע איז מיט שכל.
דאס איז סך הכל, אינזער לאגישער מסקנה!

דער אמת איז מיר נוצן שכל אלס א tool
צו קענען נוצן די tool עפעקטיווילי דארפן מיר ארויס האבן אירע מעלות און חסרונות - וואס ס'קען יא און וואס ס'קען נישט.
אויב איינער האט א האמער און רעדט זיך איין אז ער קען דאס נוצן פאר א פערעשאט און טאנצט ארויס מיט זיין האמער פון אן ערעפלאן, קען ער נישט האבן קיין טענות אויף די האמער אדער אויף די מאנופעקטשאר פין די האמער.

@פרייוויליג האט געברענגט א לינק פין רב סאקס The Meaning is Outside the System
ווי ער איז מסביר ס'דא זאכן וואס זענען "אין די סיסטעם" און זאכן וואס זענען "אינדרויסען פין די סיסטעם" - פארשטיין דאס העלפט שטארק ארויס צי וויסן ווען צו נוצן שכל און ווען צי וויסן אז דו נוצט די tool wrong

מיין אבזערוועשען איז, ס'איז כדי צו נוצען די tool פין שכל, "אין די סיסטעם" נישט ווייל דו ביסט גאראנטירט מיט אן "אמת" נאר ווייל ס'איז עפעקטיוו!
ווען די טרייסט אבער צו עפלייען שכל אויף וואס איז "אינדרויסן פין סיסטעם" - יו אר טאטעלי אףף בעס, דו ניצט א האמער פאר א פערעשאט, נישט עפעקטיוו!!!
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2303
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 1791 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1029 מאל

הודעהדורך הקטן » זונטאג יאנואר 13, 2019 7:06 pm

מיר האבן ליעב פיצא און האבן נישט ליעב צי שטארבן.
וואס עפעס? האבן מיר דאס אליין בוחר געווען?
איז טאקע אריינעמען עסען אין מויל באמת גוט און פארגיסען בלוט אדער שטארבן באמת שלעכט?


גיי פרעג די זכר ביען, ער פייגערט צי קענען קאמיטען סא-סייט פאר די מלכה ביען
פרעג אים צי שטארבן איז שלעכט, ער וועט טון אלעס וואס פעלט אויס צי שטארבן, ער האט א ברירה, אדער איז ער געצווינגען דארך זיין אינסטינגט
The next male honey bee to mate with the queen will remove the previous endophallus and eventually lose his own after ejaculation. Male honey bees are only able to mate seven to 10 times during a mating flight, and after mating, a drone dies quickly, as his abdomen rips open when his endophallus is removed.

mechanics-of-honey-bee-mating/


ווען מען פרעגט דיר פארוואס דו ווילסט עסען, זאגסטו ווייל ס'גיט, אין איך וויל ס'זאל זיין גוט פאר מיר
אדער ווייל איך בין הינגעריג, און איך וויל נישט זיין הינגעריג
אדער ווייל איך וויל נישט שטארבן
דו האסט שוין געזען א קאר וואס גייט און לעבן צי האבן געז?
מזל האט "טבע" אז מיר האבן ליעב צי עסען אויב נישט וואלט גארנישט געבליבען פין איר.


מיר האבן מורא צי דשאמפן פין דאך ווייל מיר וועלן זיך ציקלאפן, און מיר ווילען נישט דאס
מיר וועלן שטארבען און מיר האבן אן אייגען אינטערעסע און לעבן
וועסטו שטארבן, וואס גייט דיך דאס אן?

מיר זענען עוסק אין דעם חוש המישוש ווייל ס'פילט זיך אינז קעשמאק, אנדערע רעדען וועגן קשר און ראמענס.
איינוועגס גייט דער וועלט ווייטער, און קיום המין לעקט אויך אפ א ביינדעל, דארך אינזער תאות.
זאג, דו האסט טאקע נישט וואס צי טון? קאם-אן!

עפעס קיקט מיר דא אויס פישי!
קיקט אויס וואו מיר, פינקט וואו די honey bee, דינען דא איינעמס אינטערעסע!
דער האט דאס אזוי גיט געמאכט מיט אינז, אז מיר רעדען זיך גאר איין מיר טוען דאס ווייל מיר ווילען דאס באמת טון.
מיר מיינען גאר ווייל אינז לוינט אזוי.
Hedonism - what a joke!

איז נישט די סיסטעם ריגט?!?
די עליענס ווארפען זיך פאר געלעכטער ווען זיי קוקען צי צי אינזער ווערטשאפט און מיינד-סעט

געשריבן שנעל, געדאנקען וואס לויפן מיר אין קאפ, אן קיין סדר
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2303
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 1791 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1029 מאל

הודעהדורך הקטן » זונטאג פעברואר 24, 2019 10:52 pm

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך פארשטיי בכלל נישט די קשיא, פונקטליך וועלכע חלק אין די בריאה איז מחייב אז ס'זאלן נישט זיין קיין שוועריקייטן?

און א וועלט וואס האט נישט קיין ציל, און א וועלט וואס איז סך הכול אן אנלויפעניש פין ביליאנע יאר טעותים פארוואס זאל נישט זיין קיין שוועריקייטן?
וואס איז אבער אלץ שווער איז, דאס אז מענטשען ווערן געהארגט רעכטס און לינקס דאס איז פיין פארענפערט, דאס אז צינאמיס קימען און שווענקען אפ גאנצע מדינות שטימט.

אבער פארוואס זען מיר דאס אלס א "שוועריקייט" און "שלעכט" פארוואס זען מיר דאס נישט אלס א "שמחה" און א גאר גיטע זאך
וואו נישט וואו איז דאך אינזער געוויסען און אינזער מחשבה אויך נישט מער פין א קעמישע צאםמיש וואס איז אנגעקימען דארט וואו ס'האלט יעצט נאר בטעות.

געטראכט און געטראכט מיט מיין צאמלויף פין מאלעקיאס און איך מיין איי-עם-אן-טא-סאמטינג.
איז אזוי, פין אנפאנג האבן זיך די נבראים יא זיך געפרייט ווען אן אנדערע נברא אדער ער אליין איז געקימען נאנט צים טויט, מען האט געגעבן קידיש א יעדע מאל מען האט געהאט א ציינווייטאג
ציביסלעך האט זיך געמאכט נבראים וואס האבן געהאט אן אנדערע סארט הרגשה צי צער און טויט, זיי האבן זיך געהיט פין טויט און פארשטייט זיך זיי זענען נישט געגאנגען אריין אין פייער אזויווי זייער זיידעס
די חברה וואס האבן געלאכט פין צער, די חברה וואס האבן זיך געשחטן פארשטייט זיך פין זיי איז גארנישט געבליבן און מיר זענען אלע אייניקלעך פין די וואס האבן יא אנגעפאנגען צי האלטן אז טויט טויג נישט - און מיר זענען געבליבן צי פארציילן די מעשה

פארשטייט זיך דאס אז טויט איז שלעכט וועט נאר אנהאלטן נאך א ביליען יאר, סקימט א צייט וואס מיר וועלן זיך פאריקען אלע און א ווינקעל און מיר וועלן אויסרעכענען מיט אלאגרידעמס אז טויט איז מער כדי... און מיר וועלן זיך איבער געבען צי די ראבאטס ממשיך צי זיין
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2303
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 1791 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1029 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » זונטאג פעברואר 24, 2019 11:01 pm

...The whole book 'The selfish gene' in a nutshell

הגם מ'קען זיך דינגען איבער געוויסע פרטים אין psychoanalysis, און טענה'ן די זעלבע ווי איך האב געזאגט לגבי מאראל, אבער ס'דא געוויסע פרטים וואו ס'וועט נישט ארבעטן, און מ'וועט סייווי מוזן צוקומען צו די סעלפיש גענע טעאריע.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2590
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2470 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1635 מאל

הודעהדורך הקטן » זונטאג פעברואר 24, 2019 11:21 pm

יעצט אז דו הערסט אז דאס איז סך הכול עוועלאציע, און די דשאק האט אפילה א פענסי נאמען "סעלפיש-דשין" לאזט זיך שוין גרינג פארשטיין אז דאס וואס מיר נעמען אן אלס שלעכט האט נישט קיין שייכת מיט קיין שלעכט.
ומשם תדרשנו
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2303
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 1791 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1029 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » זונטאג פעברואר 24, 2019 11:24 pm

דאס פונקט איז די אפטייטש פון "שלעכט" ע"פ hedonism און נאכמער ע"פ קאנט.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2590
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2470 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1635 מאל

הודעהדורך הקטן » זונטאג פעברואר 24, 2019 11:35 pm

די האסט פריער אויך געברענגט קליפס פין hedonism - און אויך מאראל לויט קאנט לדעתי גייען די צוויי בכלל נישט ציזאמען.
קאנט טרייט נעבעך יא זייער שטארק אראפצילייגן שטאארקע יסודות וואס איז דאס "באמת" מאראליש!

איך מיין האסט דערנאך אויסגעמעקט די לינק צי קאנט, און מיט רעכט.
בכלל איז די גאנצע פשעטל פין מאראל לויט hedonism געלייגט די וואגן פאר די פערד, אבער דאס איז אן אשכול פאר זיך.

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:דאס פונקט איז די אפטייטש פון "שלעכט" ע"פ hedonism און נאכמער ע"פ קאנט.

מיש נישט וואס קאנט זאגט וואס מיינט א מענטש טוט שלעכט, און שלעכטע זאכן וואס געשען אין די וועלט - דאס זענען צוויי באזינדערע באגריפען
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2303
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 1791 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1029 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » זונטאג פעברואר 24, 2019 11:42 pm

איך ווייס נישט וואו פערד און וואגן קומען דא אריין, בכל אופן ווען דו הערסט מיר זאגן די ווארט "שלעכט" מיין איך איינס פון די צוויי, אדער עפעס וואס פילט נישט גוט - hedonism, אדער א רצון וואס איז נישט לאגיש אויסגעהאלטן - קאנט. (באמת איז עס נישט ממש צוויי באזונדערע זאכן, נאר ביידע האבן איין שורש וואס דאס איז "שלעכט", ואכמל"ה)

דאס אז מענטשן קאטעגארעזירן היטלער אלץ שלעכט איז א פאקט, קאנט קומט נאר מסביר זיין פארוואס ס'איז אזוי, צו דו ביזט מסכים מיט זיין הסבר צו נישט מאכט נישט אויס קיין כי הוא זה.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2590
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2470 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1635 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק העמק דבר

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט

cron