הודיעני נא את דרכיך - די לעבנסלאנגע פלאג פונעם מענטש

מחשבה, השקפה ועיון

Re: הודיעני נא את דרכיך - די לעבנסלאנגע פלאג פונעם מענטש

הודעהדורך מי אני » דאנערשטאג פעברואר 06, 2020 1:58 pm

IMG_6531.jpg
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 932
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 5032 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 550 מאל

הודיעני נא את דרכיך - די לעבנסלאנגע פלאג פונעם מענטש

הודעהדורך מי אני » זונטאג פעברואר 23, 2020 5:22 pm

אגב, דער רס״ג אין האמונות והדעות (מאמר ג פ״ב) טענה׳ט אז אויב מ׳נעמט אן העדאניזם (אן אן עטישע, יוטעליטעריען, אדער קאנסעקווענטעליסט קאמפאנענט), אז ״(אייגענע) גוטס״ = ״תענוג״, פירט דאס צו א לאגישע סעלף-קאנטרעדיקשאן. דהיינו, אז וואס איז, למשל, א תענוג פאר׳ן רוצח ווען ער הרג׳עט זיין שונא איז א צער פאר׳ן נרצח. און אפילו פאר׳ן מענטש אליין קען עס זיין א סעלף-קאנטרעדיקשאן ווען, למשל, ער עסט פארסמ׳טע האניג - ער האט תענוג אבער למעשה ברענגט דאס אים אויך צער צום סוף.

אין מאמר ה (פ״ג, ווי אויך אביסל אין מאמר ו סופ״ד) רעדט ער ארום איבער דעם פראבלעם פון שלעכטס בכלל. זיינע מהלכים אין דעם זענען די באקאנטע אדער אפצוקומען די עבירות אויף די וועלט, אדער יסורין של אהבה, אדער אלס נסיון ע״ש. (פארשטייט זיך אז בנוגע נסיון דארף מען צוצייכענען צו דעם מו״נ (ח״ג פכ״ד) אז דאס איז נישט פאר דעם מענטש אליין, נאר אויף כדי אויסצולערנען וכדומה עפעס פאר אנדערע אדער אויף אים אויסצולערנען עפעס ע״ש). ועיין ג״כ בפתיחתו למאמר ג וואו ער זאגט (די באקאנטע טעזע) אז ס׳איז בעסער צו באקומען שכר וטוב מאת הקב״ה נאכ׳ן האב׳ן געארבעט דערפאר ע״ש. ‏אין מאמר ט פ״א נוצט ער א מהלך בנוגע צער אויף די וועלט צו טענה׳ן פאר גמול ועונש בעוה״ב מכח ראציאנאל (איינמאל מ׳נעמט אן מציאת הבורא, אזוי ווי ער האט גע׳טענה׳ט אין מאמר א וכו׳). ‏(ועכ״כ, זאגט ער דארט ווייטער אין פ״ב, אז דעריבער שטייט נישט יעודי עוה״ב אין די תורה ווייל מ׳קען צוקומען דערצו דורך ראציאנאל אליין הגם אז אין זיין הקדמה איז זיין מהלך בעצם אז מ׳דארף יא נבואה וכו׳ אפילו פאר ראציאנאלע זאכן. (ואפשר ליישב קצת בדוחק אז דאס איז נאר ווען עס איז נוגע למעשה, ועיין במאמר ג פ״ג)).
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 932
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 5032 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 550 מאל

Re: הודיעני נא את דרכיך - די לעבנסלאנגע פלאג פונעם מענטש

הודעהדורך מי אני » מיטוואך מערץ 04, 2020 8:06 am

"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 932
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 5032 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 550 מאל

Re: הודיעני נא את דרכיך - די לעבנסלאנגע פלאג פונעם מענטש

הודעהדורך מי אני » פרייטאג מערץ 13, 2020 8:51 am

ס׳איז אינטרעסאנט אנצומערקן אבער אין די פילאזאפישע סוגיא/חקירה פון וואס פונקטליך איז ״תענוג״ איז דא א סארט ״פראבלעם פון גוטס״. דהיינו, אויב טיילט מען אפ תענוג כשלעצמו און מען זאגט אז דאס איז בעצם אומאפהענגיג פון די מאטיוועישאן אנצוקומען דערצו, דעמאלטס קען מען טאקע פארשטיין פארוואס בע״ח פיהלן תענוג בשעת בשעת זיי זענען זיך מתענג אבער נישט אזוי ווייט פארוואס זיי יאגן דאס נאך מעיקרא און זוכן דאס. אין אנדערע ווערטער, טאמער זאגט מען נישט אז תענוג איז אט דאס וואס א בע״ח איז נאטורליך גענויגט [מאָטיוועיטעד] צו זוכן ווערט נולד די ״פראבלעם״ אז פארוואס זוכן זיי דאס מעיקרא. (דאס קען אויך פארמאלירט ווערן (ביי מענטשן) אלס ״וואס קומט ערשט? די [העדאניסטישע] וועליוּ פון די תענוג אדער די מאָטיוועישאן דערצו?״)
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 932
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 5032 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 550 מאל

הודעהדורך הקטן » פרייטאג מערץ 13, 2020 12:02 pm

איז נישט דא קיין בע"ח וואס [זעט אויס וואו] זיי לויפן נאך צער אדער גאר טויט?
פארשטייט זיך אלס פאר-די-גרעטער-גאד
check it out


וואס איז מיט די בינען
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2371
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 1826 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק העמק דבר

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 4 געסט