הודיעני נא את דרכיך - די לעבנסלאנגע פלאג פונעם מענטש

מחשבה, השקפה ועיון

הודעהדורך גדליה » דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 6:41 pm

אז דו זאגסט מיר אז אין א געוויסע צייט גייט מען פארשטיין דאס קען איך הערען. אויב למשל איהר זאגט מיר אז אין צען יאר וועט נתגלה ווערען פארוואס מיין צאן טוהט יעצט וויי, דעמאלץ וועל איך ווארטען אביסעלע.
אבער צו זאגען אז נאכ'ן שטארבען גייט קומען די הסבר איז פשוט נישט געענטפערט די פראגע ווייל נאכ'ן שטארבען גייט מיך שוין גארנישט אינטרעסירען.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1067
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 4:34 pm
האט שוין געלייקט: 619 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1716 מאל

הודעהדורך הקטן » דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 6:55 pm

פרייוויליג האט געשריבן:
הקטן האט געשריבן:
גדליה האט געשריבן:אגב מוואלט געברויכט אנאליז די תשובה פון "אם לאו אני מחזיר לתוהו ובוהו".


די וועג וואו אזוי איך לערען פשט
ס'איז נישט דא אזא זאך וואו רע אדער יסורים באמת
וואס יא? ס'איז דא א בריאה א "פלעי" וואס בשעת מען איז אין טיאטער זעט דאס אויס יסורים
פארוואס א "פלעי" ? ווער האט פין די "פלעי"? נתאווה הקב"ה!
די פראפס וועלן קיינמאל נישט פארשטיין דעם דירעקטער!
א קליגע פראפ וועט דאס פארשטיין א נערישע פראפ וועט זאגן אז דאס איז א קאפ-אט

ווילסט פארשטיין יסורים ? ווארט א מעניט אני מחזיר לתוהו ובוהו איך וועל עפענען די לייט און דו וועסט זען ס'איז נישט דא אזא זאך? דאס איז נאר געווען אויף די סקרין!

וויבאלד איך בין א פראפ וואס האט שכל, איך בין נישט קיין שטיין, טוט מיך וויי ווען מצושניידט מיך פאר די פלעי. איך קען נישט פארשטיין פארוואס דער דירעקטער קען נישט שוינען מיינע הרגשות. אפילו איך קען נישט די סקריפט פון די פלעי, נאכאלס איז דאס יסורים. אפילו איך וועל יא פארשטיין די סקריפט וועלן די ווייטאגן נישט אוועקגיין.

מען צושניידט דיך נישט פאר די פלעי
דיין דו איז א חלק פין די פלעי, און עקזעסטירט נישט אינדרויסן פין די פלעי
איז ווער פינקטלעך האט טענות?!?

סיי דיין "שכל" וואו אויך דיינע וויי טון וואו אויך דיינע "הרגשים" זענען בכלל נישט קיין מציאות אינדרויסן פין די "פלעי"!

דיין שכלל שכלל'ט נישט
דיין וויי טון טוט נישט וויי
דיין הרגש הרגש'ט נישט
נאר אזוי לאנג וואו די דירעקטער איז זיי מהווה בכל רגע ורגע און די פראדשעקטאר שיינט אויף דעי וואנט!

די רגע ס'איז ציריק תוהו ובוהו איז נישטא ווער זאל פרעגן - אבער פארוואס?!?
ווילאנג די פלעי גייט אן זענען זיי פראפס!

איך קען ציריק די וועלט צי תוהו ובוהו אדער צי מיים איז נישט סתם א סטראשע!


----
בד"וו וויסען די אמת זעלבסט, איז א שטארקע ענעקדאד אקעגען יסורים (קענס'ט דאס אויך זען אין די תורה אור וואס ונבתה האט געברענגט)
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך הקטן אום דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 8:01 pm, רעדאגירט געווארן 4 מאל בסך הכל.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2371
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 1826 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל

הודעהדורך גדליה » דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 7:06 pm

הקטן איך פראביר באמת צו פארשטיין אייער מהלך.
די מלאכים פרעגען פון ג-ט זו תורה וזו שכרה? קוק אן די געטרייע רבי עקיבא האט דיך עהרליך געדינט אלע יארען און יעצט ענדיגט ער נעבעך מיט אזא מיתה משונה, מען שניידט לעבעדיגע שטיקער פון אים.
ענטפערט ג-ט, די גאנצע וועלט איז א פלעי, און טאמער דו הערסט נישט אויף פרעגען קשיות וועל איך ענדיגן די פלעי און שרייען קאלאר-וואר און אזוי וועט מער נישט זיין קשיות.
איז דאס אייער מהלך?
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1067
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 4:34 pm
האט שוין געלייקט: 619 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1716 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 7:08 pm

גדליה האט געשריבן:אגב מוואלט געברויכט אנאליז די תשובה פון "אם לאו אני מחזיר לתוהו ובוהו".

מקען עס מסביר זיין מיט א משל. ס'געווען איינער א מקובל וואס האט באשאפן א גולם, איין טאג קומט ער צו דעם גולם מיט א ריט און הייבט איהם אן אריינגעבן מכות רצח, פרעגט איהם דער גולם "פארוואס שלאגסטו מיר?". "ווער האט דיר געפרעגט?" - ענטפערט איהם דער מקובל - "איך קען טון מיט דיר וואס איך וויל, ווען נישט מיר עקזיסטירסטו בכלל נישט, אז ס'געפעלט דיר נישט וואס איך טו קען איך דיר צוריקמאכן פאר א שטיק ערד..."
מיין רייזע פון פארמאכטקייט צו אויפגעקלערטקייט. דער משל, דער משל, איז דאך דומה לנמשל...
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2976
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין ראדני בעיסמענט
האט שוין געלייקט: 2816 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2005 מאל

הודעהדורך גדליה » דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 7:10 pm

נו וואס האט די גולם געענטפערט? איך ווארט מיט שפאנונג...
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1067
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 4:34 pm
האט שוין געלייקט: 619 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1716 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 7:11 pm

אין אונזער פאל האט ער געענטפערט "פליז פליז הרג'ע מיך נישט, איך וויל בלייבן לעבן".
מיין רייזע פון פארמאכטקייט צו אויפגעקלערטקייט. דער משל, דער משל, איז דאך דומה לנמשל...
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2976
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין ראדני בעיסמענט
האט שוין געלייקט: 2816 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2005 מאל

הודעהדורך גדליה » דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 7:13 pm

און די מקובל האט ווייטער געטיילט מכות?
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1067
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 4:34 pm
האט שוין געלייקט: 619 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1716 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 7:14 pm

נעוואדע אזוי, ער טיילט נאך ביז היינט.

נאר צוצוענדיגן די משל. אזויווי דער גולם איז געווען אין א גרויסע פארלעגנהייט, פון איין זייט וויל ער בלייבן לעבן, אבער פון די אנדערע זייט וויל ער נישט צאלן די פרייז דערפאר, איז ער אויפגעקומען מיט א גאנצע רייע פילאזאפיעס פארוואס ס'לוינט זיך, און ער האט געעפנט אן אשכול אויסצושמועסן די אלע פילאזאפיעס. ביז איינער האט זיך אנגערופן אז מ'קען עס מסביר זיין מיט א משל...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך רביה''ק זי''ע אום דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 7:25 pm, רעדאגירט געווארן 3 מאל בסך הכל.
מיין רייזע פון פארמאכטקייט צו אויפגעקלערטקייט. דער משל, דער משל, איז דאך דומה לנמשל...
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2976
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין ראדני בעיסמענט
האט שוין געלייקט: 2816 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2005 מאל

הודעהדורך גדליה » דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 7:15 pm

אגב הקטן, איר וואלט געדארפט וואטשען westworld
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1067
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 4:34 pm
האט שוין געלייקט: 619 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1716 מאל

הודעהדורך גדליה » דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 7:27 pm

איינער שרייבט מיך אין אישי:

קיק איבער, טריי צי פארשטיין
סאיז נישט א וועג פין נישט ענפערען סאיז א א תירוץ צי פארשטיין וואס דאס איז יסירום

דיין תגובות געט דעם איינדריק כאילו איינער האט דיך געפרעגט, ווילסט יא ווארטען ווילסט נישט ווארטן
העלא! ביסט א "נברא" ! אמאל ווייסט דאס א מענטש אליין אין אמאל טוט אים יסורים (אויף קיינעם געדאכט) דאס פארציילן


האב איך אים געענטפערט:

איך האב שוין איבערגעקוקט און פראבירט פארשטיין און ס׳גייט נישט. כ׳האב שוין אויך געהערט די מהלך פון אנדערע און אין מיינע אויגען שטימט עס נישט.
אז איך האב א קשיא פארוואס א גוטע באשעפער לאזט צו איך זאל האבען יסורים, ווערט עס נישט פארענטפערט אויב ס׳איז א פלעי. און כ׳זעה נישט פארוואס דאס דארף מיר אפילו בארואיגען אז ס׳איז א פלעי. למעשה בין איך בצער און די פלעי שאפט מיך יסורים.
אדרבה, דאס אז איך בין א פראפ אין א פלעי מאכט די גאנצע זאך אסאך אסאך ערגער. כ׳האף די טעאריע איז נישט אמת ווייל אויב יא איז גרויסע צרות. ס׳טייטש מיין גאנצע יסורים איז ווייל איך בין א פלעי? פאר א נארישע פלעי לייד איך יסורים? פשוט כדי מיין דיירעקטאר זאל באקומען א נחת רוח זעעהענדיג מיין צער?
קיינער האט מיך נישט געפרעגט? אמת! פארדעם בין איך דאך בצער. אז איך האב א ברירה וואלט איך נישט געוואלט האבען די יסורים.
איך בין א נברא? אמת! און פארדעם בין איך בצער און ס׳טוט מיך וויי. ווי אזוי איז דאס א תירוץ אויף מיין קשיא?
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1067
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 4:34 pm
האט שוין געלייקט: 619 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1716 מאל

הודעהדורך הקטן » דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 8:07 pm

גדליה האט געשריבן:אגב הקטן, איר וואלט געדארפט וואטשען westworld

איך וואטש געוונדיך נישט די זאכן, אבער א שנעלע גאגעל האט מיך געוויזען אז מ'רעדט פין artificial consciousness
איז מיר איינגעפאלען א משל:
געווען אמאל א פראגראמער...
...
...
פארשטייסט?
איך ערווארט נישט אידער זאל פארשטיין!
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2371
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 1826 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל

הודעהדורך פרייוויליג » דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 8:14 pm

גדליה האט געשריבן:אז דו זאגסט מיר אז אין א געוויסע צייט גייט מען פארשטיין דאס קען איך הערען. אויב למשל איהר זאגט מיר אז אין צען יאר וועט נתגלה ווערען פארוואס מיין צאן טוהט יעצט וויי, דעמאלץ וועל איך ווארטען אביסעלע.
אבער צו זאגען אז נאכ'ן שטארבען גייט קומען די הסבר איז פשוט נישט געענטפערט די פראגע ווייל נאכ'ן שטארבען גייט מיך שוין גארנישט אינטרעסירען.

גלייבן אדער נישט גלייבן נעמען נישט אוועק די יסורים, קומט אויס אז מיר בלייבן מיט צוויי אפציעס. אדער אנגיין מיטן לעבן צוזאמען מיט די שוועריקייט, און זיך אויפעסן אויף די תעלומה פון פרעניות. אדער אנגיין מיטן לעבן אבער במחשבה אז עס מוז זיין אז יש דברים בגוי, על אף איך קען דאס נישט משיג זיין אויף קיין שום פאל, אבער די סייקי בארואיגט זיך אביסל אז עס נישט קיין הפקר וועלט.

וועלכע אפציע וואלסטו גענומען?
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1616
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:44 pm
האט שוין געלייקט: 1378 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1976 מאל

הודעהדורך הקטן » דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 8:17 pm

לויט וואו איך קען גדליה איז ער אויף די זייט פין "אמת"!
און איז אין קיין פאל נישט גרייט סתם ציבאריגען אביסל זיין סייקי
רייט?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך הקטן אום דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 8:19 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2371
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 1826 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל

הודעהדורך פרייוויליג » דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 8:19 pm

גדליה האט געשריבן:נו וואס האט די גולם געענטפערט? איך ווארט מיט שפאנונג...

דער גולם האט אים צוריק געענטפערט? פארוואס האסטו מיך דאן בכלל באשאפן?

אויף דעם גראדע איז דא די באקאנטע ליין אין מיסטישע ספרים, אז די קשיא פארוואס האסטו מיך באשאפן איז נישט קיין קשיא, ווייל יעדער מענטש איז א חלק מאלקי ממעל, א נשמה איז א מציאות ווי ג-ט, סא איז נישט שייך צו זאגן למה בראת אותי, ווייל עס האט נישט געקענט זיין אנדערש.
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1616
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:44 pm
האט שוין געלייקט: 1378 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1976 מאל

הודעהדורך פרייוויליג » דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 8:20 pm

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:נעוואדע אזוי, ער טיילט נאך ביז היינט.

נאר צוצוענדיגן די משל. אזויווי דער גולם איז געווען אין א גרויסע פארלעגנהייט, פון איין זייט וויל ער בלייבן לעבן, אבער פון די אנדערע זייט וויל ער נישט צאלן די פרייז דערפאר, איז ער אויפגעקומען מיט א גאנצע רייע פילאזאפיעס פארוואס ס'לוינט זיך, און ער האט געעפנט אן אשכול אויסצושמועסן די אלע פילאזאפיעס. ביז איינער האט זיך אנגערופן אז מ'קען עס מסביר זיין מיט א משל...

וואונטש איך דיך אן אז דו זאלסט קיינמאל נישט דארפן זאגן טוב מוות מחיי. עס זענען ליידער דא א סך מענטשן וואס די טויט וואלט געווען זיסער פאר זיי ל"ע.
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1616
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:44 pm
האט שוין געלייקט: 1378 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1976 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 8:22 pm

פרייוויליג האט געשריבן:דער גולם האט אים צוריק געענטפערט? פארוואס האסטו מיך דאן בכלל באשאפן?

ווייל איך האב געדאפט איינעם וועם אריינצופראקן.
מיין רייזע פון פארמאכטקייט צו אויפגעקלערטקייט. דער משל, דער משל, איז דאך דומה לנמשל...
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2976
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין ראדני בעיסמענט
האט שוין געלייקט: 2816 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2005 מאל

הודעהדורך פרייוויליג » דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 8:25 pm

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
פרייוויליג האט געשריבן:דער גולם האט אים צוריק געענטפערט? פארוואס האסטו מיך דאן בכלל באשאפן?

ווייל איך האב געדאפט איינעם וועם אריינצופראקן.

על כגון זה זענען דא וואס ווילן זאגן יושב בשמים יצחק, כמו שנאמר אלוהים לא ברא את העולם רק לצחוק בו (כדענק נישט די פונקטליכע לשון)
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1616
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:44 pm
האט שוין געלייקט: 1378 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1976 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 8:30 pm

פרייוויליג האט געשריבן:על כגון זה זענען דא וואס ווילן זאגן יושב בשמים יצחק, כמו שנאמר אלוהים לא ברא את העולם רק לצחוק בו (כדענק נישט די פונקטליכע לשון)

לאך לאך. די פאקט איז אז ער לאכט פון אונז (ס'דאך א בפירושע פסוק), ווען ער וויל ווען נישט לאכן וואלט ער דאך נישט געלאכט, ע"כ איז דאס געווען איינע פון די גורמים צו די החלטה צו באשאפן די בריאה.
מיין רייזע פון פארמאכטקייט צו אויפגעקלערטקייט. דער משל, דער משל, איז דאך דומה לנמשל...
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2976
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין ראדני בעיסמענט
האט שוין געלייקט: 2816 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2005 מאל

הודעהדורך גדליה » דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 8:50 pm

הקטן האט געשריבן:לויט וואו איך קען גדליה איז ער אויף די זייט פין "אמת"!
און איז אין קיין פאל נישט גרייט סתם ציבאריגען אביסל זיין סייקי
רייט?

איך בין דווקא זייער א פראקטישע מענטש... אויב איינער פון די תירוצים דא וואלטן מיך געהאלפען וואלט איך זיי גערן אדאפטירט
אנשטאט דעם ווען מיין צאן טוט וויי גיי איך צום דענטיסט און איך הער אביסעל רילעקסינג מוזיק און טאמער דאס איז אויך נישט גענוג כאפט מען זיך אריבער קיין קאנאדא
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1067
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 4:34 pm
האט שוין געלייקט: 619 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1716 מאל

הודעהדורך גדליה » דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 9:00 pm

פרייוויליג האט געשריבן:
גדליה האט געשריבן:אז דו זאגסט מיר אז אין א געוויסע צייט גייט מען פארשטיין דאס קען איך הערען. אויב למשל איהר זאגט מיר אז אין צען יאר וועט נתגלה ווערען פארוואס מיין צאן טוהט יעצט וויי, דעמאלץ וועל איך ווארטען אביסעלע.
אבער צו זאגען אז נאכ'ן שטארבען גייט קומען די הסבר איז פשוט נישט געענטפערט די פראגע ווייל נאכ'ן שטארבען גייט מיך שוין גארנישט אינטרעסירען.

גלייבן אדער נישט גלייבן נעמען נישט אוועק די יסורים, קומט אויס אז מיר בלייבן מיט צוויי אפציעס. אדער אנגיין מיטן לעבן צוזאמען מיט די שוועריקייט, און זיך אויפעסן אויף די תעלומה פון פרעניות. אדער אנגיין מיטן לעבן אבער במחשבה אז עס מוז זיין אז יש דברים בגוי, על אף איך קען דאס נישט משיג זיין אויף קיין שום פאל, אבער די סייקי בארואיגט זיך אביסל אז עס נישט קיין הפקר וועלט.

וועלכע אפציע וואלסטו גענומען?

איך בין מסכים מיט אייך אז סהאט נישט קיין זין זיך אויפצועסען. לך אכול בשמחה לחמך ושתה בלב טוב יינך כי זה כל האדם. רוב מענטשען האט גענוג אויף וואס צו דאנקען און זיך צו פרייען און הנאה האבען פון די קורצע צייט וואס מיר זענען דא. א שאד צו פאקוסירען אויף די שלעכטס
און אויב די דירעקטאר פון די פלעי האט דווקא א משונהדיגע הנאה פון מיין צאן ווייטיג, פארגין איך עס עם
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1067
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 4:34 pm
האט שוין געלייקט: 619 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1716 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 1:04 am

בכלל נישט! דער דירעקטאר פונעם פלעי זאגט קלאר אז אים זעלבסט טוט עס אויך וויי, בכל צרתם לו צר, בזמן שאדם מישראל בצער שכינה מה אומרת, קלני מראשי קלני מזרועי וכו'.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15138
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17861 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18149 מאל

הודעהדורך וואלווי » מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 1:54 am

שמעקעדיג האט געשריבן:בכלל נישט! דער דירעקטאר פונעם פלעי זאגט קלאר אז אים זעלבסט טוט עס אויך וויי, בכל צרתם לו צר, בזמן שאדם מישראל בצער שכינה מה אומרת, קלני מראשי קלני מזרועי וכו'.


פונקט ווי דער חדר רבי.

גלייב מיר ס'טוט מיר אסאך מער וויי...

אויב אזוי הער אויף פראסקענען!
.Weed: you dont dream. You are the dream
באניצער אוואטאר
וואלווי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2365
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 3304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3088 מאל

הודעהדורך גדליה » מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 2:14 am

במחילת כבודכם, מהאט דא געמאכט א קאריקעטשור פון ג-ט
ביי איינעם איז ער א מאווי דיירעקטאר, ביי א צווייטען איז ער א גרויזאמע דיקטאטאר. ביי א דריטען איז ער סתם א צערודערטער.
ווי איז ונבנתה העיר?
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1067
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 4:34 pm
האט שוין געלייקט: 619 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1716 מאל

הודעהדורך יהודי פשוט » מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 4:27 am

א איד ברויך דאך אלץ צו ווארפן זיינע צוויי צענט, וועל איך אויך פרובירן.

בנוגע די גמרא אז די מלאכים האבן געפרעגט זו תורה וזו שכרה, און כביכול האט גע'ענפערט אז אויב זיי בלייבן נישט שטיל איז ער מחזיר די וועלט לתוהו ובוהו, ס'איז באמת שווער צו פארשטיין וואספארא סארט געשעפט איז דאס, מ'געט א פרעג דעם באלעבאס א שאלה, סטראשעט ער אז מ'פארמאכט ס'גאנץ געשעפט?! דאס איז דאך נישט קיין נארמאלע געשעפט...

אזוי אויך איז דא א גמרא איבער רבי אלעזר בן פדת וואס האט נעבעך געליטן ציפקע צרות, אויף אזוי ווייט אז נאך הקזת דם האט ער נישט געהאט וואס צו נעמען אין מויל אריין און ער האט גע'חלש'ט, האט ער גע'חלומ'ט ווי ער פרעגט פונעם אויבערשטן, ווילאנג נאך ער גייט זיך אזוי מוטשענען, האט איהם דער אויבערשטער געזאגט אז אויב דו ווילסט מאך איך יעצט פריש איבער די גאנצע וועלט און ס'קען זיין אז ס'וועט דיר געלונגען אז דו וועסט געבוירן ווערן אין א גוטע מזל, ס'איז אויך עפעס אזא פלא, ר' אלעזר האט נישט קיין געלט, זאל איהם דער אויבערשטער געבן געלט און שוין... וואס איז דער איבער מאכן די וועלט ווייל איינער האט נישט קיין געלט?! און אפילו מיט'ן איבער מאכן די וועלט באקומט ער נישט קיין גערענטי אז ס'העט געלונגען...

אלא מאי, די ענטפער אויף די אלע זאכן איז אזוי ווי דער אויבערשטער אליינס האט אזוי שיין און זיס געענפערט פאר איוב:

א  וַיַּעַן ה' אֶת אִיּוֹב, מנהסערה (מִן הַסְּעָרָה); וַיֹּאמַר.
ב  מִי זֶה, מַחְשִׁיךְ עֵצָה בְמִלִּין בְּלִי-דָעַת.
ג  אֱזָר-נָא כְגֶבֶר חֲלָצֶיךָ; וְאֶשְׁאָלְךָ, וְהוֹדִיעֵנִי.
ד  אֵיפֹה הָיִיתָ, בְּיָסְדִי-אָרֶץ; הַגֵּד, אִם-יָדַעְתָּ בִינָה.

דאס זענען די ערשטע פיר פסוקים וואס ווערן נאכגעפאלגט מיט א לאנגע רייע פון שאלות וואס דער אויבערשטער פרעגט צוריק פון איוב, נאך אלע טענות וואס איוב האט אויפ'ן אויבערשטן.

די ערשטע שאלה מיט וואס כביכול הייבט אן איז: וואו ביסטו געוועהן ווען איך האב געגרינדעט די וועלט???

אין אנדערע ווערטער, ס'נישט מעגליך צו פארשטיין וואס קומט פאר אויף די וועלט אויב דו האסט נישט מיטגעהאלטן פון אנהייב, ס'נישט שייך מסביר צו זיין פארוואס דער אדער יענער האט יסורים ווייל ס'פעלט דיר דעם יסדי ארץ, דו ביסט נישט דארט געוועהן און דו האסט עס נישט מיט געהאלטן פון דעמאלטס ביז יעצט.

ווען די מלאכים האבן געפרעגט אזא גוטע שאלה פון זו תורה וזו שכרה, האט דער באשעפער זיי געזאגט: איך האב א תירוץ אבער עטס קענטס עס נאר פארשטיין אויב עטס האלטסט מיט די וועלט פון אנהייב, איז ממילא וועל איך צוריק קערן די וועלט צו תוהו ובוהו און דאן וועל איך ענק קענען ווייזן.
איך בין א נער און איך גלייב!!!
באניצער אוואטאר
יהודי פשוט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 617
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 10:00 pm
האט שוין געלייקט: 373 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 375 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 9:00 am

שמעקעדיג האט געשריבן:בכלל נישט! דער דירעקטאר פונעם פלעי זאגט קלאר אז אים זעלבסט טוט עס אויך וויי, בכל צרתם לו צר, בזמן שאדם מישראל בצער שכינה מה אומרת, קלני מראשי קלני מזרועי וכו'.

אין אנדערע ווערטער, גאט איז נישט קיין כל יכול, כ'הער וואס דו זאגסט.
מיין רייזע פון פארמאכטקייט צו אויפגעקלערטקייט. דער משל, דער משל, איז דאך דומה לנמשל...
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2976
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין ראדני בעיסמענט
האט שוין געלייקט: 2816 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2005 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק העמק דבר

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 5 געסט