הודיעני נא את דרכיך - די לעבנסלאנגע פלאג פונעם מענטש

מחשבה, השקפה ועיון

הודעהדורך הקטן » מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 9:32 am

גדליה האט געשריבן:במחילת כבודכם, מהאט דא געמאכט א קאריקעטשור פון ג-ט
ביי איינעם איז ער א מאווי דיירעקטאר, ביי א צווייטען איז ער א גרויזאמע דיקטאטאר. ביי א דריטען איז ער סתם א צערודערטער.
ווי איז ונבנתה העיר?

באראיג דיך, דו האסט דאס שלעכט גענימען, ביזט גערעכט האסט נישט פארשטאנען
איך זאג אז דו ביסט דער קאריקעטשור:
כ-prop ביד הדיירעקטאר
כ-emoji ביד הפראגרעמער ברצותו לייגט ער א סמייל וברצותו א frown פארשטייט זיך מיט artificial consciousness קענסט טרייען צי לויפן אויף קאנעדע.

און יעדען פאל, ס'קיקט מיר אויס אז א טייל דא ליידען מער פין "ייסורי מצפון" וואו פין "צאן ווייטאג"
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2412
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 1856 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1096 מאל

הודעהדורך פרייוויליג » מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 10:13 am

שמעקעדיג האט געשריבן:בכלל נישט! דער דירעקטאר פונעם פלעי זאגט קלאר אז אים זעלבסט טוט עס אויך וויי, בכל צרתם לו צר, בזמן שאדם מישראל בצער שכינה מה אומרת, קלני מראשי קלני מזרועי וכו'.

פארשטייט זיך אז דאס איז נישט כפשוטו, עס איז אוממעגליך אז הקב"ה זאל ליידן פונקט ווי אונז. דער בכל צרתם לו צר איז בלויז מצייר צו זיין אז אלעס האט א חשבון, און יבא יומו וואס מ'וועט דאס פארשטיין.
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1622
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:44 pm
האט שוין געלייקט: 1392 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1993 מאל

הודעהדורך פרייוויליג » מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 10:20 am

יהודי פשוט האט געשריבן:א איד ברויך דאך אלץ צו ווארפן זיינע צוויי צענט, וועל איך אויך פרובירן.

בנוגע די גמרא אז די מלאכים האבן געפרעגט זו תורה וזו שכרה, און כביכול האט גע'ענפערט אז אויב זיי בלייבן נישט שטיל איז ער מחזיר די וועלט לתוהו ובוהו, ס'איז באמת שווער צו פארשטיין וואספארא סארט געשעפט איז דאס, מ'געט א פרעג דעם באלעבאס א שאלה, סטראשעט ער אז מ'פארמאכט ס'גאנץ געשעפט?! דאס איז דאך נישט קיין נארמאלע געשעפט...

אזוי אויך איז דא א גמרא איבער רבי אלעזר בן פדת וואס האט נעבעך געליטן ציפקע צרות, אויף אזוי ווייט אז נאך הקזת דם האט ער נישט געהאט וואס צו נעמען אין מויל אריין און ער האט גע'חלש'ט, האט ער גע'חלומ'ט ווי ער פרעגט פונעם אויבערשטן, ווילאנג נאך ער גייט זיך אזוי מוטשענען, האט איהם דער אויבערשטער געזאגט אז אויב דו ווילסט מאך איך יעצט פריש איבער די גאנצע וועלט און ס'קען זיין אז ס'וועט דיר געלונגען אז דו וועסט געבוירן ווערן אין א גוטע מזל, ס'איז אויך עפעס אזא פלא, ר' אלעזר האט נישט קיין געלט, זאל איהם דער אויבערשטער געבן געלט און שוין... וואס איז דער איבער מאכן די וועלט ווייל איינער האט נישט קיין געלט?! און אפילו מיט'ן איבער מאכן די וועלט באקומט ער נישט קיין גערענטי אז ס'העט געלונגען...

אלא מאי, די ענטפער אויף די אלע זאכן איז אזוי ווי דער אויבערשטער אליינס האט אזוי שיין און זיס געענפערט פאר איוב:

א  וַיַּעַן ה' אֶת אִיּוֹב, מנהסערה (מִן הַסְּעָרָה); וַיֹּאמַר.
ב  מִי זֶה, מַחְשִׁיךְ עֵצָה בְמִלִּין בְּלִי-דָעַת.
ג  אֱזָר-נָא כְגֶבֶר חֲלָצֶיךָ; וְאֶשְׁאָלְךָ, וְהוֹדִיעֵנִי.
ד  אֵיפֹה הָיִיתָ, בְּיָסְדִי-אָרֶץ; הַגֵּד, אִם-יָדַעְתָּ בִינָה.

דאס זענען די ערשטע פיר פסוקים וואס ווערן נאכגעפאלגט מיט א לאנגע רייע פון שאלות וואס דער אויבערשטער פרעגט צוריק פון איוב, נאך אלע טענות וואס איוב האט אויפ'ן אויבערשטן.

די ערשטע שאלה מיט וואס כביכול הייבט אן איז: וואו ביסטו געוועהן ווען איך האב געגרינדעט די וועלט???

אין אנדערע ווערטער, ס'נישט מעגליך צו פארשטיין וואס קומט פאר אויף די וועלט אויב דו האסט נישט מיטגעהאלטן פון אנהייב, ס'נישט שייך מסביר צו זיין פארוואס דער אדער יענער האט יסורים ווייל ס'פעלט דיר דעם יסדי ארץ, דו ביסט נישט דארט געוועהן און דו האסט עס נישט מיט געהאלטן פון דעמאלטס ביז יעצט.

ווען די מלאכים האבן געפרעגט אזא גוטע שאלה פון זו תורה וזו שכרה, האט דער באשעפער זיי געזאגט: איך האב א תירוץ אבער עטס קענטס עס נאר פארשטיין אויב עטס האלטסט מיט די וועלט פון אנהייב, איז ממילא וועל איך צוריקקערן די וועלט צו תוהו ובוהו און דאן וועל איך ענק קענען ווייזן.

האבן מיר נאך אן ענטפער פארוואס מיר קענען נישט פארשטיין. קודם א יישר כח, עס איז א שיינער תגובה. אבער די פונדאמענטאלע קשיא איז למה? פארוואס אזא סארט סיסטעם? דאס קומט שוין נאך די הנחה אז מיר קענען דאס נישט פארשטיין. פאר מענטשן קרוצי חומר, וואס האבן שכל, אפילו ער זאל האבן אן איי-קיו פון איבער 300 וועט ער נישט קענען מאכן סענס פון דעם. נישטא קיין שום ראציאנאלע סיבה פארוואס דער אייבערשטער האט באשאפן א מענטש מיט די סיסטעם אז ער זאל ליידן ציפקע שוועריקייטן לאורך ימי חייו, און פאר טייל מענטשן יסורים נוראים ל"ע. רבוש"ע עד מתי?

איך מיין אז די תעלומה איז גרעסער פון ידיעה ובחירה, און גרעסער פון אמונה.
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1622
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:44 pm
האט שוין געלייקט: 1392 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1993 מאל

הודעהדורך הקטן » מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 10:43 am

פרייוויליג האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:בכלל נישט! דער דירעקטאר פונעם פלעי זאגט קלאר אז אים זעלבסט טוט עס אויך וויי, בכל צרתם לו צר, בזמן שאדם מישראל בצער שכינה מה אומרת, קלני מראשי קלני מזרועי וכו'.

פארשטייט זיך אז דאס איז נישט כפשוטו, עס איז אוממעגליך אז הקב"ה זאל ליידן פונקט ווי אונז. דער בכל צרתם לו צר איז בלויז מצייר צו זיין אז אלעס האט א חשבון, און יבא יומו וואס מ'וועט דאס פארשטיין.

דו האלסט און איין אויפקימען מיט strawman פשטים, און דערנאך, דאס נישט פארשטיין אזוי גוט,ממילא איז דאך שווער, זייער שווער!
ס'איז טרענספערענט פאר די באזעצענע ליינער.


סביב רשעים יתהלכון, איז דאך שווער, וואו גייען זיי?
זיי גייען און סירקולס, אמאל מיט איין ניק און אמאל מיט די אנדערע
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך הקטן אום מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 10:58 am, רעדאגירט געווארן 5 מאל בסך הכל.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2412
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 1856 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1096 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 10:46 am

פרייוויליג האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:בכלל נישט! דער דירעקטאר פונעם פלעי זאגט קלאר אז אים זעלבסט טוט עס אויך וויי, בכל צרתם לו צר, בזמן שאדם מישראל בצער שכינה מה אומרת, קלני מראשי קלני מזרועי וכו'.

פארשטייט זיך אז דאס איז נישט כפשוטו, עס איז אוממעגליך אז הקב"ה זאל ליידן פונקט ווי אונז. דער בכל צרתם לו צר איז בלויז מצייר צו זיין אז אלעס האט א חשבון, און יבא יומו וואס מ'וועט דאס פארשטיין.

מ'קען אסאך ארומרעדן אין די עומק הפשט פון די מימרא, וואס איז דאס קודשא בריך הוא, וואס איז דאס שכינתיה, וועם ס'טוט יא וויי און וועמען נישט, וואס דאס מיינט צער כלפי די שכינה הקדושה, וכו' וכו'. בכל אופן, די וועג וויאזוי מאנכע פארשטייען די מימרא איז ריין נאנסענס, ווער רעדט נאך ווען ס'דארף צו פארענטפערן אונזער קשיא דא.
פרום = פיל רשעות ווייניג מצוות. .Frumkeit: The haunting fear that someone, somewhere, may be happy
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3179
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין בית שערים
האט שוין געלייקט: 3117 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2279 מאל

הודעהדורך פרייוויליג » מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 10:58 am

הקטן האט געשריבן:
פרייוויליג האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:בכלל נישט! דער דירעקטאר פונעם פלעי זאגט קלאר אז אים זעלבסט טוט עס אויך וויי, בכל צרתם לו צר, בזמן שאדם מישראל בצער שכינה מה אומרת, קלני מראשי קלני מזרועי וכו'.

פארשטייט זיך אז דאס איז נישט כפשוטו, עס איז אוממעגליך אז הקב"ה זאל ליידן פונקט ווי אונז. דער בכל צרתם לו צר איז בלויז מצייר צו זיין אז אלעס האט א חשבון, און יבא יומו וואס מ'וועט דאס פארשטיין.

דו האלסט און איין אויפקימען מיט strawman פשטים, און דערנאך, דאס נישט פארשטיין אזוי גוט,ממילא איז דאך שווער, זייער שווער!
ס'איז טרענספערענט פאר די באזעצענע ליינער.

שטרוימאן אויסדריק איז נישט אין פלאץ.

איך בין באמת וויליג צו הערן, געב מיר א בעסערע פשט פאר בכל צרתם לו צר. איך מיין אז עס האט נישט קיין פשוט'ע פשט, נאר אויב דו קומסט מיט ווערטער ווי שכינתא בגילותא, צער השכינה וכו' ווערטער וואס מיר קענען נאך מאמבלען אבער מיר פארשטייען דאס נישט.
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1622
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:44 pm
האט שוין געלייקט: 1392 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1993 מאל

הודעהדורך הקטן » מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 11:10 am

דו שאלה וואס מיר פרעגן איז פארוואס קימט יסירום אויף גיטע אדער אויף סתם מענטשען, טייל פארשטייען נישט טייל פארשטייען אביסל און טיין זאגן אז די פרעמיס פין די קשאי איז א נארישע

איך זעה בכלל נישט וואו אזוי "בכל צרתם לו צר" מאכט עפעס גרינגער אדער מער שווער, זאג כפשיטו זאג נישט כפשיטו, סך הכול געמאלן וואסער
דיין פשט פין "דער בכל צרתם לו צר איז בלויז מצייר צו זיין אז אלעס האט א חשבון" האסטו ארויסגענימען פין דיין בויך, און די ווייסט דאס, הוי סטראמען פשטים
איז דאך שווער, זייער שווער...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך הקטן אום מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 11:12 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2412
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 1856 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1096 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 11:11 am

הקטן האט געשריבן:דו האלסט און איין אויפקימען מיט strawman פשטים, און דערנאך, דאס נישט פארשטיין אזוי גוט,ממילא איז דאך שווער, זייער שווער!

איך ווייס נישט ווער איז די שטרוי און ווער איז די מאן, אבער די רמב"ם זאגט שוין אז די אלע מאמרים וואס זענען מייחס געפילן צו גאט זענען נאר משלים.
פרום = פיל רשעות ווייניג מצוות. .Frumkeit: The haunting fear that someone, somewhere, may be happy
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3179
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין בית שערים
האט שוין געלייקט: 3117 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2279 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 11:13 am

הקטן האט געשריבן:איך זעה בכלל נישט וואו אזוי "בכל צרתם לו צר" מאכט עפעס גרינגער

שטייען מיר דאך אלע אויף איין פעידש.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך רביה''ק זי''ע אום דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 2:00 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
פרום = פיל רשעות ווייניג מצוות. .Frumkeit: The haunting fear that someone, somewhere, may be happy
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3179
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין בית שערים
האט שוין געלייקט: 3117 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2279 מאל

הודעהדורך הקטן » מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 11:15 am

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
הקטן האט געשריבן:דו האלסט און איין אויפקימען מיט strawman פשטים, און דערנאך, דאס נישט פארשטיין אזוי גוט,ממילא איז דאך שווער, זייער שווער!

איך ווייס נישט ווער איז די שטרוי און ווער איז די מאן, אבער די רמב"ם זאגט שוין אז די אלע מאמרים וואס זענען מייחס געפילן צו גאט זענען נאר משלים.


אין די רמב"ם זאגט אז די משל און דעם בכל צרתם לו צר איז מצייר צו זיין אז אלעס האט א חשבון?!?
איז דאך שווער... זייער שווער...
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2412
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 1856 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1096 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 2:29 pm

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
הקטן האט געשריבן:איך זעה בכלל נישט וואו אזוי "בכל צרתם לו צר" מאכט עפעס גרינגער

שטייען מיר דאך אלע (אויסער שמעקעדיג) אויף איין פעידש.

:?: :?: :?:
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15173
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17936 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18245 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 2:32 pm

הקטן דו קומסט אריין זייער נישט קלאר.

איך טענה שוין לאנג אז דער עיקר פראבלעם פון אונזער דרך האידישקייט און יחס פון אונז צום באשעפער (ד"ה ווי אזוי מען לערנט אונז) איז עפעס וואס איז זיך כסדר סותר,
דהיינו, היינט זאגסטו מיר אז דער רבש"ע איז מיסודו א גוטער, נאר יעדע עונש קומט צוליב אן עבירה, און אז דו ליידסט איז עס נאר פאר דיין טובה כדי זאלסט נתעורר ווערן און תשובה טאן;
אבער מארגן ווען מען טוט תשובה און די יסורים/עונש פארבלייבט, אדער א אומשולדיגער צדיק/בעבי ליידט, זאגט מען אז מען קען נישט פארשטיין דעם באשעפער...
אויב קען מען אים נישט פארשטיין, פארוואס האסטו נעכטן געזאגט אז סך הכל איז דער עונש ווי א פעטשל פון א טאטע וואס וויל מעורר זיין דאס קינד וזהו?
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15173
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17936 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18245 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 2:33 pm

וואלווי האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:בכלל נישט! דער דירעקטאר פונעם פלעי זאגט קלאר אז אים זעלבסט טוט עס אויך וויי, בכל צרתם לו צר, בזמן שאדם מישראל בצער שכינה מה אומרת, קלני מראשי קלני מזרועי וכו'.

פונקט ווי דער חדר רבי.
גלייב מיר ס'טוט מיר אסאך מער וויי...

אויב אזוי הער אויף פראסקענען!

סאך מער ווי דער רבי אין חדר!!
דער רבי שלאגט נאר ווער עס איז שלעכט.... ווידעראום דער באשעפער, איז "את אשר יאהב ה' יוכיח"....
איך בין שוין אינגאנצן צומישט...... :shock: ;)
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15173
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17936 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18245 מאל

הודעהדורך וואלווי » מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 2:43 pm

מיט אזעלעכע פריינט ווער דארף שונאים.

אמאל פלעגט מען זאגען, אפי' שפיי אויף מיר, אבער קוק מיך חאטש אן. אבער ואחרי ככלות הכל ענדערש האב מיך נישט ליב און קוק ניטאמאל אויף מיין זייט.

ווי אזוי האט יענער געזאגט..
So much for being the chosen nation. It's about time to give someone else a chance...
באניצער אוואטאר
וואלווי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2467
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 3438 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3227 מאל

הודעהדורך הקטן » מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 3:25 pm

וואלווי האט געשריבן:So much for being the chosen nation. It's about time to give someone else a chance...

איין זאך וואס דער בעל המאמר האט ריכטיג אויפגעפאסט, ס'איז דא איינער וואס האט אינז בוחרגעווען
זייער שווער צוציקיקען וואו אזוי דער איד מאכט דארך דעם גלות און אננעמען אז דאס איז רענדעם.
פארשטייסט יא פארשטייסט נישט, אבער ס'דא דא איינער וואס איז in-charged
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך הקטן אום מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 3:37 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2412
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 1856 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1096 מאל

הודעהדורך וואלווי » מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 3:33 pm

הקטן האט געשריבן:
וואלווי האט געשריבן:So much for being the chosen nation. It's about time to give someone else a chance...

איין זאך וואס דער בעל המאמר האט ריכטיג אויפגעפאסט, ס'איז דא איינער וואס האט אינז בוחרגעווען
זייער שווער צוציקיקען וואו אזוי דער איד מאכט דארך דעם גלות און אננעמען אז דאס איז רענדעם.
פארשטייסט יא פארשטייסט נישט, אבער ס'דא דא איינער וואס איז אינדשארט.


ווייטער א ליידיגער ענטפער.

אמאל איז געווען אן עקסעפטעד מהלך אין דער וועלט אז might makes right. מיט דעם גאנג האבן די קאלאניסטן באראבעווט און געמארדעט מיליאנע אמעריקענע-אינדיענס.

אזא פנים טראגט די יש מנהיג לבירה לאגיק.
.Weed: you dont dream. You are the dream
באניצער אוואטאר
וואלווי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2467
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 3438 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3227 מאל

הודעהדורך הקטן » מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 3:39 pm

וואלווי איך האב שוין געזאט וואס איך האב ציזאגן אין פריערדיגע תגבות, ומשם תדרשנו
טיי האבן פארשטאנען אין הנאה געהאט, טייל נישט
יעצט האב איך פשוט רעגירט צי דיין מאמר וואס ברענגט ארויס דעם לאגיק פין יש מנהיג לבירה, וואו דו ריפסט דאס
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2412
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 1856 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1096 מאל

הודעהדורך גדליה » מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 3:48 pm

ווי האט יענער געזאגט? סביב רשעים יתהלכון. מען גייט ארים אין סירקעלס
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1072
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 4:34 pm
האט שוין געלייקט: 623 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1747 מאל

הודעהדורך פרייוויליג » מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 3:56 pm

שמעקעדיג האט געשריבן:הקטן דו קומסט אריין זייער נישט קלאר.

איך טענה שוין לאנג אז דער עיקר פראבלעם פון אונזער דרך האידישקייט און יחס פון אונז צום באשעפער (ד"ה ווי אזוי מען לערנט אונז) איז עפעס וואס איז זיך כסדר סותר,
דהיינו, היינט זאגסטו מיר אז דער רבש"ע איז מיסודו א גוטער, נאר יעדע עונש קומט צוליב אן עבירה, און אז דו ליידסט איז עס נאר פאר דיין טובה כדי זאלסט נתעורר ווערן און תשובה טאן;
אבער מארגן ווען מען טוט תשובה און די יסורים/עונש פארבלייבט, אדער א אומשולדיגער צדיק/בעבי ליידט, זאגט מען אז מען קען נישט פארשטיין דעם באשעפער...
אויב קען מען אים נישט פארשטיין, פארוואס האסטו נעכטן געזאגט אז סך הכל איז דער עונש ווי א פעטשל פון א טאטע וואס וויל מעורר זיין דאס קינד וזהו?

עס גייט נאך א סך ווייטער. די גאנצע לעבן ווידמעט מען אויף "זעלבסט-בלעים". ווען עפעס געשעט צו איינעם טראכט ער גראד אז עפעס איז נישט גוט מיט אים ברוחניות.

וויאזוי גייט די מאמר: אם רואה אדם שיסוריין באים עליו יפשפש במעשיו, פשפש ולא מצא יתלה בבטול תורה, ואם תלה ולא מצא בידוע שיסורין של אהבה הם.

דאס מיינט אז ער האט נישט קיין Winning situation. דער מענטש קען קיינמאל נישט געווינען. אדער איז עס "יפשפש במעשיו" אדער איז עס "יסורין של אהבה". מען זעט אלץ אונזערע עלטערן רעדן: "מען מאנט פון אונז", "עפעס וויל דער אייבערשטער פון מיך". וויאזוי קען א מענטש דאס בוחן זיין? ער וועט אייביג שפרינגן פון יפשפש ביז יסורין של אהבה. ער וועט אלץ לעבן מיט גילט און מיט פארקלעמעניש.
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1622
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:44 pm
האט שוין געלייקט: 1392 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1993 מאל

הודעהדורך וואלווי » מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 4:07 pm

פרייוויליג האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:הקטן דו קומסט אריין זייער נישט קלאר.

איך טענה שוין לאנג אז דער עיקר פראבלעם פון אונזער דרך האידישקייט און יחס פון אונז צום באשעפער (ד"ה ווי אזוי מען לערנט אונז) איז עפעס וואס איז זיך כסדר סותר,
דהיינו, היינט זאגסטו מיר אז דער רבש"ע איז מיסודו א גוטער, נאר יעדע עונש קומט צוליב אן עבירה, און אז דו ליידסט איז עס נאר פאר דיין טובה כדי זאלסט נתעורר ווערן און תשובה טאן;
אבער מארגן ווען מען טוט תשובה און די יסורים/עונש פארבלייבט, אדער א אומשולדיגער צדיק/בעבי ליידט, זאגט מען אז מען קען נישט פארשטיין דעם באשעפער...
אויב קען מען אים נישט פארשטיין, פארוואס האסטו נעכטן געזאגט אז סך הכל איז דער עונש ווי א פעטשל פון א טאטע וואס וויל מעורר זיין דאס קינד וזהו?

עס גייט נאך א סך ווייטער. די גאנצע לעבן ווידמעט מען אויף "זעלבסט-בלעים". ווען עפעס געשעט צו איינעם טראכט ער גראד אז עפעס איז נישט גוט מיט אים ברוחניות.

וויאזוי גייט די מאמר: אם רואה אדם שיסוריין באים עליו יפשפש במעשיו, פשפש ולא מצא יתלה בבטול תורה, ואם תלה ולא מצא בידוע שיסורין של אהבה הם.

דאס מיינט אז ער האט נישט קיין Winning situation. דער מענטש קען קיינמאל נישט געווינען. אדער איז עס "יפשפש במעשיו" אדער איז עס "יסורין של אהבה". מען זעט אלץ אונזערע עלטערן רעדן: "מען מאנט פון אונז", "עפעס וויל דער אייבערשטער פון מיך". וויאזוי קען א מענטש דאס בוחן זיין? ער וועט אייביג שפרינגן פון יפשפש ביז יסורין של אהבה. ער וועט אלץ לעבן מיט גילט און מיט פארקלעמעניש.


נאך וואס מ'איז אויסגעלאפן פון אלע תירוצים הייבט זיך ערשט אן די יום טוב.

קודם ליידט מען אלס עונשים, דערנאך ווייל מ'קומט אפ אויף דער וועלט, נאכדעם איז עס פשוט א טובה, און ווען אלס עקספייערד, קומט דער אלטער טראמפ קארד "כי לא מחשבותי מחשבתיכם".

דעם "מען קען נישט אלעס פארשטיין" איז די גרעסטע שיט מאהבה וואס איז שייך. The darkness of the unknown.

און ערשט יעצט דארף מען טאנצען פאר שמחה?...
.Weed: you dont dream. You are the dream
באניצער אוואטאר
וואלווי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2467
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 3438 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3227 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 5:59 pm

פרום = פיל רשעות ווייניג מצוות. .Frumkeit: The haunting fear that someone, somewhere, may be happy
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3179
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין בית שערים
האט שוין געלייקט: 3117 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2279 מאל

הודעהדורך גדליה » מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 6:17 pm

אקעי, ס׳איז נישט שיין וואס מ׳טוהט דא צו ג-ט.
ער טוט טאקע געוויסע נישט שיינע זאכען, אבער בדרך כלל פיהרט ער גאנץ א פיינע וועלטעל.
ער האט אייך צוגעשטעלט א פיינעם פרישטיג היינט צופרי
א הייסע קאווע און א בריעדיגע מקוה
פיינע פרישע קילע לופט אויפ׳ן גאס וואס פרישט אויף אלע ביינער
ער האט אייך געגעבען א דזשאב (איך האף אזוי, אז נישט פארבינדט אייך מיט ועד להמצאת פרנסה)
ער האט אייך געגעבען משפחה מיטגלידער
ער האט אייך געגעבען חברים
ער האט אייך אפילו צוגעשטעלט א אינטערנעט ווי מ׳קען לאכען און חוזק מאכען פון עם, און ברוב טובו גייט איהר אלע ארויס בשלום אנשטאט א בליץ זאל אייך באטרעפען.
יא, כ׳פארשטיי אז די מקוה איז נישט געווען אזוי בריעדיג ווי איר האט געוואלט און קיין טעיסטערס טשויס איז שוין נישט געווען ווען איר האט זיך אנגעריקט צענע נאכמיטאג אין בעסמעדרעש
אבער פארדעם אליין קימט זיך נאכנישט אזא קיתון של שופכים.
פון מענטש אויפ׳ן ג-ט, נישט פון ג-ט אויפ׳ן מענטש
דערווייל זעהט מיר אויס אז ג-ט איז פינקט אזא געליטענער ווי אונז
ס׳געשעהט א האלאקאוסט, די נאציס הארגענען זעקס מיליאן מענטשען,
די אלע נאציס זענען שוין לאנג געשטארבען, און ווער באקומט די בלעים? ג-ט!
אויב איינער איז חלילה קראנק און ער האט קענסער, וער באקימט די בלעים? ג-ט!
אויב איינער געפעלט נישט די קאלטע וועטער צו א פסוק אין די תורה ווער באקומט די בלעים? ג-ט!
און דערווייל ארבעט ג-ט שווער צו ראנען די גאנצע וועלט און זיכער מאכען איר זאלט האבען א פיינע פרישע לאקס סענדוויטש פאר פרישטיג...
רעב איד! איר ווייסט ויפיל כוחות ג-ט לייגט אריין אין א נארישע לאקס סענדוויטש??
קודם דארף ער באשאפען די פיש, נאכדעם ער שיקט איינעם כאפן די פיש, נאכדעם א צווייטן שיקט ער אנפלאנצען ווייץ, א דריטער שניידט די ווייץ און מאכט מעהל, א פערדער באקט אפ א בייגל און א פיפטער שיקט עס צו אייער גראסערי יעדען פארטאגס (פארשטייט זיך ס׳דא נאך הונדרעטער מענטשע אינמיטען, כ׳לאז אויס מחמת קוצר המקום)
נאכדעם די לאקס פיש גייט דורעך א באזונדערע פראצעדור, מען ברויך עס בראטען צו קאכען, נאכדעם צושניידען און אריינלייגען פרעזערוועטיווס און נאכדעם צוגיסען מעיענעז, נישט צופיל נישט צו ווייניג.
און וואס קריגט ג-ט? א נארישע שהכל וואס מ׳חיפערט אפ אין א רגע. אן די מינדעסטע הערכה פאר די געשמאקע לאקס סענדוויטש.
און הערשט... טאמער געלינגט נישט די סענדוויטש און ס׳איז נישט גענוג געזאלצען, ווער רעדט נאך אז די לאקס איז פארדארבען, ווער באקומט די בלעים? ג-ט!
ווער ס׳איז אויף ג-ט׳ס זייט זאל זיך אנרופען.
מי להשם אלי!
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1072
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 4:34 pm
האט שוין געלייקט: 623 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1747 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 6:21 pm

גדליה האט געשריבן: מי להשם אלי!

https://youtu.be/jS-5Nmm_rp8

די פאנטשליין איז אין די לעצטע פאר סעקונדעס.
פרום = פיל רשעות ווייניג מצוות. .Frumkeit: The haunting fear that someone, somewhere, may be happy
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3179
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין בית שערים
האט שוין געלייקט: 3117 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2279 מאל

הודעהדורך וואלווי » מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 6:35 pm

גדליה האט געשריבן:אקעי, ס׳איז נישט שיין וואס מ׳טוהט דא צו ג-ט.
ער טוט טאקע געוויסע נישט שיינע זאכען...

....ווער באקומט די בלעים? ג-ט!
ווער ס׳איז אויף ג-ט׳ס זייט זאל זיך אנרופען.
מי להשם אלי!


קענסט די ניגון? אז מ'ווייסט נישט און מ'קען נישט נעמט מען זיך נישט אונטער...

רוף דיך נישט א מעלער אז די קענסט נישט מאלען.

מיסטעיקס לאז פאר די בשר ודם'ס
.Weed: you dont dream. You are the dream
באניצער אוואטאר
וואלווי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2467
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 3438 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3227 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 6:38 pm

כאילו גאט ארבעט ביטער שווער, כאילו גאט צוקראצט זיך ווען עפעס א נארישע אידל בלעימט און שעלט איהם.
פרום = פיל רשעות ווייניג מצוות. .Frumkeit: The haunting fear that someone, somewhere, may be happy
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3179
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין בית שערים
האט שוין געלייקט: 3117 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2279 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק העמק דבר

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט