ליידט איר אויף קנאה? קנאה בויעט אויף די וועלט...

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
והאיש משה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 121
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 12, 2014 12:00 pm
האט שוין געלייקט: 97 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 181 מאל

ליידט איר אויף קנאה? קנאה בויעט אויף די וועלט...

שליחה דורך והאיש משה »

ווער ליידט דען נישט אויף די ביטערע קרענק פון קנאה??? ערבים לנו דברי הרמח"ל במסילת ישרים, ס'איז דא מענטשן וואס ווערן ממש קראנק און מלא צער ווען זיי זעהען גוטס ביי א חבר, און אלע זיינע הנאות קענען אים נישט גענוג מהנה זיין... אבער אפי' די אנדערע מענטשן וואס ברענט נישט ביי זיי די מדה אזוי שטארק, שרייבט ער אף על פי כן ירגישו בעצמם איזה צער, ולפחות יתקרר רוחם בראותם אחד עולה איזה מעלה יתירה עפעס אזא קעלט לויפט אדורך, אזא מין סקרוך אין די ביינער, ווי איינער זאגט, wow וואו בין איך אין די בילד??? פארוואס האט ער עס געמאכט? ס'פשט, מיר טוען דאך מ'שטיינס געזאגט ביידע די זעלבע זאך אויף פרנסה און ביי אים איז בומינג, ביי מיר איז פרוץ מרובה על העומד מ'ענדיגט נישט דרייען, ווען על איך מיר שוין דערזעהן מיט א פאר איבעריגע טאלער אין טאש? ווייטער ווי האט ער זוכה געווען צו אזא אשת חיל מלא תוכן חיות מיט א חן דקדושה מיט א געשמאק צו די שלש אלה אשר יעשה לה, און ביי מיר איז נעבעך א זעקל פלייש און ביין קוים וואס ס'לעבט, ווער רעדט נאך פון ס'ביסעלע שקר החן? וואס בין איך דען ווייניגער ווי אים...? קוק נאר זיינער קינדער, ווי סאלדאטן גייען זיי און קומען פון די מוסדות/דאווענען/מידות/חן/בא'טעמ'ט, און וואס דען נישט??? בין איך דען א שוואכערע אפיציר אשר יוציאם ואשר יביאם??

מהות הקנאה:
ווען א מענטש זעט אז יענער האט עפעס וואס ער האט נישט, ברענגט עס אים א געוואלדיגע רצון צו האבן, און כל זמן ער האט עס נישט, קען עס צוברענגען גאר נעגאטיווע געפילן פון יענעם אונטערברענגען אא"וו.

חסרון הקנאה
הקנאה והתאוה והכבוד מוציאין את האדם מן העולם, אזוי זענען מיר צוגעוואוינט פון אלס קינד צו זאגן יעדע וואך שבת אין די הייסע זומערדיגע שבתים, און ווען דען נישט? אין א יעדע געלעגנהייט זאגט מען דעם סלאגאן, ווען מען זעט א קינד אוועקכאפן אדער באוויינען זיין ברודער'ס/שוועסטערס טוי אדער קענדי, שרייט מען אים אהן הקנאה וכו', ווען מען זעט א שיינע יוד אין ביהמ"ד זידט מען ארויס צווישן די ציין הכבוד מוציא וכו'. לאמיר באטראכטן מיט א נענטערן בליק אט די מדה מגונה, וואס איז גורם אזויפיל צער פאר מענטשן, ווייל אז מ'טראכט אריין די צער פון קנאה איז דאך אין לשער, ווי זאגט די חכם ורקב עצמות קנאה, ס'ברענט דאך אויס אלע ביינער, ווי שטייט נאר אין פסוק, ומבשרי אחזה, אוטש ס'ציפט ס'ברענט, איז לאמיר פראבירן מטכס עצה זיין ווי אזוי גיבט מען זיך אן עצה מיט אט די פעין פון קנאה...

מעלות הקנאה
ווי פעינפול קנאה זאל נאר נישט זיין, איז אין קנאה דא א געוואלדיגע תועלת, ווען נישט די מדת הקנאה וואלטן מיר דאך נישט געארבעט און נישט געבויט א וועלט, ווי איז נאר די שרייעדיגע ווערטער פונם מסילת ישרים (פרק י"א בפרטי מדת הנקיות) ולולי זה כבר היה האדם מתרצה לאכול מה שיוכל, ללבוש מה שיכסה ערותו, ולשכון בבית שתסתירהו מן הפגעים, והיתה פרנסתו קלה עליו, ולא היה צריך להעשיר כלל, אלא שבלתי ראות עצמו שפל ופחות מרעיו, מכניס עצמו בעבי הקורה הזאת, ואין קץ לכל עמלו. עכ"ל.
קומט אויס אז בעצם ווי שלעכט קנאה זאל נאר נישט זיין, איז גאר דא אין דעם א געוואלדיגע תועלת, און דאס בויעט גאר די וועלט, און די גאנצע מאטעוואציע וואס מיר האבן צו ארבעטן/קויפן/פארקויפן/מאכן שיין/און נאך שענער, נעמט זיך גאר פון די ביטערע מדה פון קנאה. (חז"ל רופן דאס קנאת סופרים תרבה חכמה, לדרכנו איז עס א משל: דהיינו קנאה איז מרבה יעדער זאך, עם הארצים מיינען קנאה אויף תורה מעג מען אנדערע זאכען זיינען אסור, מיר זאגן פאזיטיווע קנאה מעג מען נאך מער מוז, נעגאטיווע איז אסור)

די וועג צו זוכן עצות קעגן קנאה
אבער פאר מ'זוכט א עצה, די טבע איז אז א מענטש ליידט פון עפעס טראכט ער לאמיר שוין איינמאל פאר אלעמאל פטור ווערן דערפון, ווער האט כח צו אזא פעגעריי, ארויס דערמיט און פארטיג, כ'קען נישט מער טראכטען מחשבות פון קנאה... ווער רעדט נאך פילן אין הארץ און צוזעהן ווי יענעם גייט גוט און גלאט, וביתי איז נעבעך אויסגעזעקלט ריק, איז אדער זאל יענער גיין שוין אין די אדמה, אדער זאל איך פטור ווערן פון די געפילן פון קנאה, אבער אזוי ווי מיר שמועסן איז נישט אזוי פאסיג צו טראכטן אזוי, ווייל אז יענער וועט גיין אין דער ערד אדער דו וועסט מאיזה סיבה שוין נישט פילן קנאה וועסטו גיין שלאפן א שינת קבע, ס'וועט דיר פעלן שטיקער פונם מאטאר וואס טרייבט דיר צו טוהן עפעס...
על כן דארף מען זוכן אזא סארט עצה וואס וועט אונז נישט מסרס זיין... נאר האלטן די גוטע און פאזיטיווע חלק פון קנאה דהיינו די מאטאוועישן וכו', און אויסרייסן די נעגאטיווע געפילן דערפון אז מ'זאל נישט ליידן און לעבן אין צער. דאס לעבן איז גענוג קורץ און ס'איז א שאד דאס צו פארפאטשקען מיט הארץ עסענישן און ווייטאגן.

עצת רשעים
כ'ווייס נישט פון וואנעט און פארוואס, אבער ס'ליגט מיר אין קאפ א עצה וואס משגיחים און בעלי דרשנים באנוצן זיך (כ'האף זיי מיינען עס נישט אמת'דיג, און זאגן עס נאר צו פארענטפערן א מדרש פליאה אדער אריינצוטייטשן א פסוק ווייל ערגער ווי די ואני איז עס נישט...) ס'גייט בערך אזוי, מורי ורבותי ס'נישט דא וואס צו מקנא זיין ביי יענעם!! מיינסט טאקע אז ביי יענעם לאכט זיך?? ווי זאגט זיך נאר די שפריך ווארט "ביי דיר דאכט זיך אז ביי יענעם לאכט זיך", דו מיינסט אז יענער האט געלט? א פייג, חובות איבערן קאפ! און אפי' אז יא, ליידט ער פון די קינדער/ווייב/שכן/ שוויגער/זיידע/באבע, קיינעם גייט נישט גוט אויף די וועלט!! און אויב זעהסטו אז יא מיינסטו נאר אזוי, ס'זיכער אז ער האט עפעס א פעקל וכו', און ווען משיח וועט קומען, האט שוין געזאגט דער אלטער פון קעלם (אדער ווייס איך ווער) אז יעדער וועט זיך צוריקנעמען זיין פעקל, אויב אזוי מה לך ולצרה הזאת, האלט דיין פעקל און ווייס אז ביי קיינעם גייט אויך נישט גוט! און לאדיך נישט נארן פון דעם יצר הרע וואס רעדט דיר איין אז יענעם גייט גוט....

מורי ורבותי, כ'האב פאר ענק שלעכטע נייעס, ס'איז דא מענטשן וואס גייט גוט אין לעבן!!! ס'וועט ענק גארנישט העלפן! סאו חוץ וואס די גערעדעכץ איז שקר און נאריש, ברענגט עס צו גארנישט צו, ווייל אין די זעלבע צייט וואס מ'דערשטיקט די קנאה געפילן הרג'ט מען די פאזיטיווע חלקים פון קנאה.

עצת חכמי המוסר
אין די ספרי מוסר פון רבותינו הראשונים והאחרונים, איז די עצה בערך אזוי: ווען א מענטש זאל גלייבן און לעבן אז אלעס איז באשערט ואין אדם נוגע במה שמוכן לחבירו אפי' כמלוא נימא, אידאך די גאנצע ענין של קנאה נישט שייך, ווייל וואס יענער האט קענסטו נישט האבן און ער האט עס פון דיר נישט צוגענומען און אזוי ווייטער, מחשבות פון אמונה און בטחון רייניגען די הארץ פון געפילן פון קנאה.
וואס טוט זיך אבער מיט א מענטש וואס איז מאמין ואינו מאמין [אדער ח"ו...]? דארף ער זיך נעבעך פלאגן א גאנץ לעבן מיט געפילן פון קנאה? אדער איז פאר אים אויך דא אן עצה?

עצה פאר פשוט'ע יודן
זייער א פשוט'ע עצה איז זיך גוט דורכטראכטן און גוט פארשטיין אז נעגאטיווע קנאה אז יענער זאל גיין אין דער ערד, ברענגט צו גארנישט... סארי ס'ברענגט יא - ס'לייגט מיר אריין דער ערד. "ופתה תמית קנאה" (איוב ה, ב) - מאה מיתות ולא קנאה אחת, דער מסילת ישרים זאגט אזוי זיס אויף נעגאטיווע קנאה וז"ל: הקנאה גם היא אינה אלא חסרון ידיעה וסכלות, כי אין המקנא מרויח כלום לעצמו!!! וגם לא מפסיד למי שהוא מתקנא בו!!! אינו אלא מפסיד לעצמו!!!

כלל היוצא, ווען א מענטש זעט יענעם גייט גוט וכו', כל זמן ער איז ביזי אויף צו בויען אז ער זאל נישט בלייבן הינטערשטעליג און א מעקעלע איז נאטינג ראנג, אדרבא דאס בויעט די וועלט, דאס רופט זיך פאזיטיווע קנאה. אבער ברגע ער קריכט אריבער דאס דינע ווענטל און הייבט זיך אהן צו עסן דאס געזונט וכו', אופס stop! טראכט וואס האב איך פון די מחשבות, ס'טוט נאר מיר אפ, ס'מאכט מיר נאר קלענער און קלענער!!

ס'וועט זיין א גרויסע שמחה אז דערעוילעם וועט ביישטייערן עצות און וועגן ווי אזוי זיך צו העלפן, פון אייגענע ערפארונג, אדער מפי ספרים וסופרים.
הצלחה רבה...

דער אשכול פארמאגט 17 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר