דער וואונדערליכע לעצטע ווינטש פון דוד המלך פאר זיין זון שלמה

מחשבה, השקפה ועיון

דער וואונדערליכע לעצטע ווינטש פון דוד המלך פאר זיין זון שלמה

הודעהדורך קאך_לעפל » דינסטאג יאנואר 01, 2019 12:52 pm

דער מעכטיגער אידישער קעניג דוד ליגט אויף זיין טויט בעט - דער שטורעמישער לעבן פונעם מעכטיגען קעניג דוד קומט אט צו איר ענדע. די דאקטורים האבן שוין אויפגעגעבן האפענונג - זיי קענען שוין אצינד גארנישט טאן. דער קעניג געבט אצינד איבער זיינע לעצטע אנווייזונגן פאר זיין זון דער צוקניפטער קעניג שלמה. די ערשטע זאך וואס דער שטאבענדער קעניג זאגט אים איז ווי פאלגנד: איך גיי אויפן וועג ווי אלע מענטשן גייען, די זאלסט דיך שטארקן און זיין א מאן!
וואס באדייט דאס זיין א מאן? און פארוואס דארף מען זיך שטארקן צו זיין א מאן? און פארוואס האט דער קעניג געפונען פאר וויכטיג דאס דאס צו זאגן פאר זיין זון הארט פאר זיין טויט – צווישן זיינע סאמע וויכטיגסטע לעצטע אנווייזונגן?

דער נאטור פון א מענטש איז – אז ער גלייכט צו זיין א קרבן (וויקטי''ם בלע''ז), ער פארמאגט נישט די נויטיגע גייסטישע שטארקייט צו נעמען פאראנטווארליכקייט אויף זיין פערזעליכע אויפירונג. ער זעלבסט איז קיינמאל גארנישט שולדיג און ער איז נישט פאראנטווארליכט פאר זיינע טעטיקייטן. ער דערקלערט זיך אלס קרבן און אזוי ווערט ער לויז פון די אינערליכע געוויסנביסן וועלכע וועלכע פאדערן פון אים, יא צו נעמען פאראנטווארליכקייט אויף זיינע טעטיקייטן, און ענדערן זיין אויפרירונג און לעבנס-שטייגער. דוד המלך זאגט פאר זיין זון שלמה: שטארק דיך און זיי א מאן! נעם פאראנטווארליכקייט אויף דיינע טעטיקייטן, פארשלייער דיך נישט אין קיין קרבן-מאנטל! בלויז אזוי וועט דיין קעניגרייך זיין שטאנדהאפטיג.

דאס איז אבער גארנישט אזוי איינפאך. נעמליך, צומאל איז א מענטש טאקע יא ווירקליך א קרבן, וו.צ.ב.ש. עמיצער קומט פאר א שווערע שטוב, וואו די עלטערן האבן זיך נישט פארטראגן צווישן זיך, אדער עמיצער וואס ס'האט געליטן גייסטישע און פיזישע דערנידערונגען און פיינונגען פון זיינע מלמדים אדער לערערינס, אדער עמיצער וואס איז אריינגעפאלן מיט א נידערטרעכטיגער באטריגער וועלכער האט אים איבערגעלאזט נאקעט ווי דער טאג פון זיין געבורט. און ווער רעדט נאר פון עמיצער וואס איז נעבאך אלס קינד פארגעוואלדיגט געווארן דורך א וויסטער סאדיסט. אזא איינער איז דאך יא ווירקליך א קרבן. איז דען פארהאן א מעגליכקייט צו זאגן פאר אזא איינעם, שטארק דיך און זיי א מאן? נעם פאראנטווארליכקייט? פאראנטווארליכקייט אויף וואס? אויף די נידערטרעכטיגער אקט וואס יענער געמיינער סאדיסט איז באגאנגן קעגן מיר?

א אלגעמיינע טארעפיסט וועט זיך טאקע באנוצן מיט דעם דאזיגען מעטאד צו היילן דעם קרבן. ער וועט זאגן פארן באטרעפנדן אז ער איז נישט פארפליכטעט זיך ארום צו טראגן מיט אינעליכע געוויסנביסן צוליב יענעמס בייזוויליגע אקטן, ער וועט אויסבויען דעם קרבן-געפיל ביים באטרעפנדן אויף א מאסנשטאבליכער פארנעם. ווען מ'קוקט אויבערפלעכליך איז דאס טאקע דער פאסיגסטע היילונגס-מיטל פארן באטרעפנדן. ווייל מענטשן זענען אין אלגעמיין צו שוואך צו נעמען פאראנטווארליכקייט און קענען ליבערשט באשטיין צו זיין א קרבן, וואס דאס בארעכטיגט זייער אויפירונג און לעבנסשטייגער וועלכע זיי פירן זיך, אין רעזלוטאט פון די שוועריקייטן וואס זיי האבן געליטן אין זייער יוגענט.

אבער ווען מ'טראכט אריין מער ראציאנאל איז דאס נישט אין גאנצן אזוי. פארוואס דארפן די שוועריקייטן וואס מ'האט געליטן אינעם יוגענט אפעקטירן דאס גאנצע לעבן פון מענטש? פארוואס זאל א מענטש ענדערן זיין לעבנס-שטייגער צוליב א געשענעניש וואס ער איז אריבער אין זיין פארגאנגנהייט? זיי נישט קיין שוואכלונג און דעקלער דיך אלס א קרבן! נאר קאפויער נעם פאראנטווארליכקייט אויף דיין אויפירונג. און זיי א מאן! זיי שטארק ביי דיך. בוי אויף דיין דיין זעלבסט-זיכערקייט. אפגעזן פון די געמיינע אקטען פון וועלכע די האסט געליטן אין דיין יוגענט.

פיין און וואויל אבער ווי אזוי באווייזט מען דאס? דער גייסט איז דאך אזוי צו קלאפט, און דאס זעל איז דאך אזוי אנידערגעשלאגן, דער פיין איז דאך אזוי אויסטערליש גרויס, דער וואונד איז אפען און עס טריפט נאך בלוט... די געפילן פונעם הארץ געוועלטיקן אויפן שכל פונעם מוח...

דער פאסיגסטע לעזונג אין אזא סיטאציע וואלט ווען פילייכט געווען צו באהאנדלן דעם וואונד זעלבסט. דאס באדייט צו קאנפראנטירן די דאזיגע וועלכע האבן בייזוויליג באשאפן דעם וואונד. דער געליטענער דארף טאן אלעס אויף דער וועלט צו ברענגן די דאזיגע וואס האבן אים פארוואונדערט צו גערעכטיקייט. אין אלגעמיין היילט דאס עטוואס דעם אפענעם וואונד און מ'קען דערנאך צוריק ארויפגיין אויף די גלייכע רעלסן. און דאן קען מען שוין רעדן פון נעמען זעלבסט- פאראנטווארליכקייט און זיין א גבר שבגברים.

דער ווייטאג איז בלויז אז מיר לעבן א געזעלשאפטליכער לעבן. מיר זענען געבינדן מיט אייזענע צוואנגן צום געזעלשאפט. מיר זענען צום באדויערן נישט קיין אינדיווידיאלע באשעפענישן. מיר זענען געצווינגן צו האלטן אונזערע קינדער אין די חרדישע אינסטיטוציעס, מיר דארפן טאן שדוכים מיט אונזער קינדער, מיר דארפן זיין שיינע אידן פאר די גאס. אין רעזולטאט האלטן זיך מאנכע קרבנות אפ צו קאנפראנטירן די דאזיגע וואס האבן זיי אומגליקליך געמאכט. דאס פאראורזאכט אז זיי זוכן צו דערשטיקן זייערע געוויסנביסן וואס מאנט זיי אינערליך צו נעמען פאראנטווארליכקייט אויף זייער אויפירונג, און אנשטאט דעם דעקלערן זיי זיך אלס קרבן...

דאס טאקע האט דוד געזאגט פאר שלמה: לעב נישט פארן געזעלשאפט! טיה וואס ס'איז ריכטיג! קאנפראנטיר די דאזיגע וואס באגייען בייזוויליגע אקטן קעגן דיר! שטארק דיך און זיי א מאן! דוד איז אפילו געווען א לעבעדיגער מוסטער. ער האט דאן גלייכצייטיג באפוילן שלמה צו הרג'ען זיין פעלד מארשאל יואב בן צרויה, און דער מאן וואס האט אים געלעסטערט שמעי בן גרא. לאז דיך נישט שפייען אין די קאשע האט דוד געזאגט פאר שלמה, ווייל אויב די וועסט דיר לאזן טרעטן פון אנדערע מענטשען וועסטו א גאנץ לעבן זיין א קרבן. שטארק דיך און זיי א מאן!

איך מיין אז דאס איז דער פשוטער פשט...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך קאך_לעפל אום דינסטאג יאנואר 01, 2019 1:17 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1613
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 147 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1708 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » דינסטאג יאנואר 01, 2019 1:12 pm

פיין געזאגט.
גיי מיר קאנפראנטירן מיין מלמד וואס האט געהאקט שטיקער ווי א רשע מרושע פאר שטותים?

viewtopic.php?f=24&t=1187
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15086
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17773 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18064 מאל

הודעהדורך טאמבל סאס » דינסטאג יאנואר 01, 2019 1:15 pm

איך פארשטיי נישט. ער איז דאך נישט געווען א מוסטער, ער האט איבערגעלאזט די דזשאב פאר שלמה נאכדעם וואס ער איז שוין טויט...!?
אויב דו מיינסט אז די נומערן וועלן אלעמאל זיגן - דערמאן דיך נאר וויפיל מענטשן די גאז קאמערן האבן געקענט פארנעמען אין א איינצלנע טאג? 10,000 לכל הדעות.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3268
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 8:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 5459 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2754 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » דינסטאג יאנואר 01, 2019 1:23 pm

שמעקעדיג האט געשריבן:פיין געזאגט.
גיי מיר קאנפראנטירן מיין מלמד וואס האט געהאקט שטיקער ווי א רשע מרושע פאר שטותים?

viewtopic.php?f=24&t=1187


כ'זאג דיר צו אז ס'ווערט דיר לייכטער ווערן אויפן הארצן.
אז די געדענקטס דאס אזוי גוט ווייזט דאס אז די ביזט עטוואס פאר'קארבנ'ט, אויב האסטו שוועריקייטן צו נעמען פאראטווארליכקייט אויף דיינע אקטן, צוליב דעם וואס דיין מלמד האט אויסגעבן זיין פערזעליכע פאסטעראציע אויף דיין קליינעם אומשולדיגן גוף. דאן טוה צו דער זאך און גיב אים אפ גענוי וואס ער האט דיר געטאן. און ס'וועט דיר גוט ווערן אויפן הארצן... אבער שדוכים מיט די קינדער.... דער געזעלשאפט....
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1613
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 147 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1708 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג יאנואר 01, 2019 1:25 pm

שמעקעדיג האט געשריבן:פיין געזאגט.
גיי מיר קאנפראנטירן מיין מלמד וואס האט געהאקט שטיקער ווי א רשע מרושע פאר שטותים?

viewtopic.php?f=24&t=1187

שמעקעדיג: איך האב (ב"ה) אנדערע זיכרונות פון מיין מלמד אין חדר. ווען ער האט מיך געוואלט. (איך בין מדגיש, געוואלט) שלאגן מיט זיין שטעקן. האביך מיך אוועקגעבויגן מלפנים או אחורה. און דער שטעקן האט געענדיגט אין די לופט. א סאך מאל איז עס געווען א סטרייק אאוט. ווען ער האט געטרייט 3 מאל. און ס'איז נישט געלונגען. האט ער אויפגעגעבן...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13071
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14468 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8321 מאל

הודעהדורך טאמבל סאס » דינסטאג יאנואר 01, 2019 1:27 pm

איך האב געטראכט אז מען קען זאגן, די תורה ווייזט די פליפ סיידס. די בני יעקב וואס האבן זיך נישט געקענט איינהאלטן ווען זאכן זענען געווארן פערסאנעל לעומת דוד וואס טאקע ווייל ס'איז געווען פערסאנעל האט ער, כדי די נקמה זאל נישט זיין מיט פניות חלילה, איבערגעלאזט די דזשאב פאר שלמה.
אויב דו מיינסט אז די נומערן וועלן אלעמאל זיגן - דערמאן דיך נאר וויפיל מענטשן די גאז קאמערן האבן געקענט פארנעמען אין א איינצלנע טאג? 10,000 לכל הדעות.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3268
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 8:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 5459 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2754 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » דינסטאג יאנואר 01, 2019 1:28 pm

טאמבל סאס האט געשריבן:איך פארשטיי נישט. ער איז דאך נישט געווען א מוסטער, ער האט איבערגעלאזט די דזשאב פאר שלמה נאכדעם וואס ער איז שוין טויט...!?


דוד האט פילייכט געהאט זיינע פאליטישע מאטיוון פארוואס ער זעלבסט האט נישט געוואלט אויספירן דעם אורטייל. אבער זעהסט דאך אז ער האט דאס נישט געלאזט לויפן... ער האט פון די ערשטע מינוט אן פלאנירט זיך אפצורעכענען מיט די צוויי.
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1613
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 147 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1708 מאל

הודעהדורך טאמבל סאס » דינסטאג יאנואר 01, 2019 1:37 pm

So much for לא תקום..

But imo stressing just that even, would have been enough. I think you're taking it a bit too far; it's not as if they were still downtrodden at that time..
אויב דו מיינסט אז די נומערן וועלן אלעמאל זיגן - דערמאן דיך נאר וויפיל מענטשן די גאז קאמערן האבן געקענט פארנעמען אין א איינצלנע טאג? 10,000 לכל הדעות.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3268
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 8:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 5459 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2754 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » דינסטאג יאנואר 01, 2019 1:44 pm

טאמבל סאס האט געשריבן:So much for לא תקום..

But imo stressing just that even, would have been enough. I think you're taking it a bit too far; it's not as if they were still downtrodden at that time..


פאלגנד איז א לשון פון הייליגע מאירי. (כ'ווייסט נישט וואו, כ'האב עס געטראפן אויף וויקפידע, כ'וועל אנפרעגן ביי ראבייניהקאדוש דער שר הוויקפידע גענוי ווי דער מאירי געפונט זיך)

נקימה ונטירה בכל עניינים שבממון - אסורה, שנאמר: לא תקום ולא תטור... אבל כל שציער את חבירו בגופו, הן בהכאה הן בקללה הן באיזה צד של קלון, אם האחר מפייסו על זה כראוי לו - אף הוא ראוי למחול מלב ומנפש... ואם הלה אינו מפייסו - מותר לו בנקימה כל שרואה בה מקום; אלא שאם רצה שלא לנקום עליה הוא בעצמו - מקומו מושכר לו
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1613
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 147 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1708 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » מיטוואך יאנואר 02, 2019 10:20 am

ס'איז געקומען צו מיין אויפמערקזאמקייט א וויכטיגע קרישקעלע:

ס'מאכט ליידער פול מאל א קינד ווערט עמאציאנאל געפיינונגט דורך די עלטערן זעלבסט, אדער גאר פארגעוואלדיגט דורך א נאנטע פאמיליע מיטגלידער, ס'זאל זיך נישט מאכן חלילה.
אין אזא פאל איז אויסטערליש שווער צו קאנפראנטירן די דאזיגע וועלכע זענען באגאנגען דעם בייזוויליגער אקט. ווארום דאס קען פאראורזאכן אויסטערלישע שאדן און פיין פאר די אנדערע פאמיליע מיטגלידער וועלכע זענען אין אלגעמיין גענצליך אומשולדיג.
דערפאר האלטן זיך א סאך פון אזעלכע-סארט קרבנות אפ, צו קאנפראנטירן זייערע פייניגער. אין רעזלוטאט פארבלייבן זיי נעבאך קרבנות א גאנץ לעבן.

דער פראגע איז, צו אין אזא פאל איז אויך גילטיג דער הלכה טערמין פון חייך קדמך - און מ'דארף קאנפראנטירן די פייניגער אפגעזען פון די ווייטאגליכע נאכפאלגן? צו מ'דארף איינעמען דאס מויל מיט וואסער און ווייטער ליידן?

לויט ווי מיר זענען ערצויגן געווארן וואלט ווען אזא פראגע געדארפט געברענגט ווערן צו א לעגעטימע רב בישראל. אבל על זה דוה לבינו... די רבנים זענען זייער שטארק פאר די געזעלשאפטליכע לעבן סטיל. דאס איינע פון זייער שטערקסטע מעטאדן מיט וואס זיי באנוצן זיך צו מאניפאלירן און באצווינגן דעם אלגעמיינע ארבייטס-קלאס, מיטצוטאנצן מיט זייערע קריאויזע קאפריזן. אלזא וואס איז דער לעזונג פאר אזא סארט קרבן? זעלבסט-צו ליידן א גאנץ לעבן, נישט שאדן צו מאכן פאר אנדערע? אדער חייך קדמך! קוק וואס ס'איז גוט פאר דיך, אפגעזען צו דיין קאנפראנטאציע וועט פאראורזאכן שאדן פאר אומשולדיגע מענטשען.

ביז דער ווייל האב איך נאכנישט געפונען קיין זאכליכע לעזונג צו אזא סארט סיטאציע. און איך ווייס אבער אז ס'איז צום באדויערן דא ליידער היפש אסאך פון אזעלכע טראגישע פעלער...
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1613
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 147 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1708 מאל

הודעהדורך הקטן » מיטוואך יאנואר 02, 2019 11:10 am

קאך_לעפל האט געשריבן:
דער פראגע איז, צו אין אזא פאל איז אויך גילטיג דער הלכה טערמין פון חייך קדמך - און מ'דארף קאנפראנטירן די פייניגער אפגעזען פון די ווייטאגליכע נאכפאלגן? צו מ'דארף איינעמען דאס מויל מיט וואסער און ווייטער ליידן?

איך פארשטיי פין דיין שאלה די אישא איז נישט אז יענער רשע גייט נאך אן מיט זיין רשעות, אויב יא איז די שאלה נישט קיין חייך קדמך.
די שאלה נעמט אן אן הנחה, די איינציגסטע וועג פין נישט ליידען איז קאנפראנטירן די פייניגער, אפשר איז דאס הוידעל בוידעל.

זייער אסך פעלער איז חייך קדמך די סיבה צי נישט קאנפראנטירן און זיך אנגיין מיטען לעבן.
וואו לאנג איינער מיינט אז ער קען נישט אנגיין ווייל ער האט נאך נישט קאנפראטירט, איז ער סטאק, און לייד באמת!


קאך_לעפל האט געשריבן:דער פאסיגסטע לעזונג אין אזא סיטאציע וואלט ווען פילייכט געווען צו באהאנדלן דעם וואונד זעלבסט. דאס באדייט צו קאנפראנטירן די דאזיגע וועלכע האבן בייזוויליג באשאפן דעם וואונד. דער געליטענער דארף טאן אלעס אויף דער וועלט צו ברענגן די דאזיגע וואס האבן אים פארוואונדערט צו גערעכטיקייט. אין אלגעמיין היילט דאס עטוואס דעם אפענעם וואונד און מ'קען דערנאך צוריק ארויפגיין אויף די גלייכע רעלסן. און דאן קען מען שוין רעדן פון נעמען זעלבסט- פאראנטווארליכקייט און זיין א גבר שבגברים.
...[/justify]

איך מיין דאס איז א טעות
בכלל האט מען אמאל אין טערפי געהאלטן פין זיך אויסגעבן די כעס, פאנטשען א פאנטשינג בעג, מען האלט שוין לאנג ווייטער. איינער קען קאנפראטען און ארויסקימען מיט אסך מער נייע געשאפענע וואנדן, און א צווייטער קריכט ארויס מיט זאגן אשר יצר און געגאנגען ווייטער (קרידיט מאניס פרידמן)
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך הקטן אום מיטוואך יאנואר 02, 2019 11:28 am, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2276
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 1780 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 995 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » מיטוואך יאנואר 02, 2019 11:27 am

הקטן האט געשריבן:
קאך_לעפל האט געשריבן:
דער פראגע איז, צו אין אזא פאל איז אויך גילטיג דער הלכה טערמין פון חייך קדמך - און מ'דארף קאנפראנטירן די פייניגער אפגעזען פון די ווייטאגליכע נאכפאלגן? צו מ'דארף איינעמען דאס מויל מיט וואסער און ווייטער ליידן?

איך פארשטיי פין דיין שאלה די אישא איז נישט אז יענער רשע גייט נאך אן מיט זיין רשעות, אויב יא איז די שאלה נישט קיין חייך קדמך.
די שאלה נעמט אן אן הנחה, די איינציגסטע וועג פין נישט ליידען איז קאנפראנטירן די פייניגער, אפשר איז דאס הוידעל בוידעל.

זייער אסך פעלער איז חייך קדמך די סיבה צי נישט קאנפראנטירן און זיך אנגיין מיטען לעבן.
וואו לאנג איינער מיינט אז ער קען נישט אנגיין ווייל ער האט נאך נישט קאנפראטירט, איז ער סטאק, און לייד באמת!


קאך_לעפל האט געשריבן:דער פאסיגסטע לעזונג אין אזא סיטאציע וואלט ווען פילייכט געווען צו באהאנדלן דעם וואונד זעלבסט. דאס באדייט צו קאנפראנטירן די דאזיגע וועלכע האבן בייזוויליג באשאפן דעם וואונד. דער געליטענער דארף טאן אלעס אויף דער וועלט צו ברענגן די דאזיגע וואס האבן אים פארוואונדערט צו גערעכטיקייט. אין אלגעמיין היילט דאס עטוואס דעם אפענעם וואונד און מ'קען דערנאך צוריק ארויפגיין אויף די גלייכע רעלסן. און דאן קען מען שוין רעדן פון נעמען זעלבסט- פאראנטווארליכקייט און זיין א גבר שבגברים.
...[/justify]

איך מיין דאס איז א טעות
בכלל האט מען אמאל אין טערפי געהאלטן פין זיך אויסגעבן די כעס, פאנטשען א פאנטשינג בעג, מען האלט שוין לאנג ווייטער. איינער קען קאנפראטען און ארויסקימען מיט אסך מער נייע געשאפענע וואנדן, און א צווייטער קריכט ארויס מיט זאגן אשר יצר און געגאנגען ווייטער (קרידיט מאניס פרידמן)


אלזא א מענטש זאל א גאנץ לעבן פארבלייבן א קרבן? און נישט נעמען קיין פאראנטווארליכקייט אויף זיינע טעטיקייטן?

דאס איז אייגענליך דער גאנג פון די היינטיגע יוגענטליכע וואס פארן דרום... איך בין אנגעבליך א קרבן...און איך וויל נישט נעמען קיין פאראנטווארליכקייט אויף מיין אויפירונג, איך באשולדיג די גאנצע וועלט פארוואס איך קוק אייגענליך אויס ווי איך קוק אויס...ס'טייטש איך בין דאך א קרבן....איך בין א וויקטים...

דאס איז בלויז די אידאליגע פון א שוואכלונג און א שכל-מאנגלדער באשעפעניש...

און מ'רעדט נישט פון אויסגעבן די כעס...מ'רעדט פון Closure
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1613
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 147 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1708 מאל

הודעהדורך הקטן » מיטוואך יאנואר 02, 2019 11:39 am

איז דו איינציגסעט וועג פין ווערן אויס "קרבן" איז דארך קאנפראנטירן די פייניגער?!?
דאס איז זייער א לימעטינג מיינד סעט!

פארוואס זאל די מיינד סעט שטיין צווישען דיר און נעמען יעצט ריסבאנסעבילעטי אויף דיין לעבן!?
בלייב נישט קיין "קרבן" שאקעל דיך אפ און גיי ווייטער!
מיינענדיג אז ס'פעלט נאך אויס עפעס צי טון צי ווערן אויס "קרבן" האלט דיך פאר א "קרבן"

דאס אז איינער מיינט ס'פעלט אים Closure האלט אים קאנעקטעט צי זיין עבר.
קלאשער איז א פענסי ווארט וואס מיינט גארנישט, ס'מיינט נאר וואס דו מיינסט ס'מיינט

ווילס דווקא קלאשער, ווער זאגט Closure מיז זיין שווער?
שרייב אראפ די גאנצע מעשה מיט אלע דיטעלס, ליין עס איבער, גיס דערנאך אן די פאפירן מיט בענזין, צינד עס דערנאך אן און און און באם ---> Closure
באמערק וואו דיין גאנצע נישט געשמאקע עבר גייט אוועק און די רויך
אטעם אריין טיף, בשעת ס'ברענט, טיף כדי צי האלט די אלע גיטע חלקים וואס איז געקימען דארך די אביאז, גיטע חלקים וואס דו האסט נאך קיינמאל פריער נישט באמערקט!
דערנאך טריעט דיך צי א געשמאקע מאלצייט, די קלאשער מאלצייט!






פין היינט און ווייטער ביסטו ריספאנסבעל פאר דיין לעבן!
מעק די בעסט אט אף איט!
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2276
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 1780 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 995 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » מיטוואך יאנואר 02, 2019 12:16 pm

לכתחילה בוסטו הייליג גערעכט.

נאך די שואה זענען געווען מאנכע וואס זענען פארבליבן קרבנות פאר זייער גאנץ לעבן. אבער אונזער זיידעס האבן געשריגן מיר ווילן נישט זיין קיין קרבנות... זיי האבן גענומען זעלבסט פאראנטווארליכקייט. און אנגעהויבן א הערליך לעבן פון דאסניי. אפגעזען וואס זיי האבן געהאט יעדע בארעכטיגטע אורזאך אין דער וועלט זיך צו דעקלערן קרבן. און דאס האבן זיי געטאן אן קיין Closure

די היינטיגע יונגווארג קען דאס פילייכט נישט באווייזן. זיי דארפן עטוואס מער ווי בלויז דער אייזענע ווילן און זעלבסט-ווירדע צו נעמען פאראנטווארליכקייט אויף זייער טעטיקייטן.

די חברה זאגן אז Closure העלפט עטוואס צו...
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1613
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 147 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1708 מאל

הודעהדורך הקטן » מיטוואך יאנואר 02, 2019 1:20 pm

איך גלייב נישט אז ס'פעלט אויס אייזענע ווילען, וואס פעלט זיך אויס איז אן אהאא מאמענט! (די היפך פין אייזענען ווילען)
ס'איז אן אנרעדעניש אז יענעם אפטון ברענגט קלאשזער, א גאנץ לעבן קען מיך זיך עסען די געזינד פארוואס האב איך דאס געטוןף און זיך מחזק זיין מיט "יא! איך האב געדארפט קלאזשער!"
א רחמנות אויף אזא קלאזשער!

קלאזשער איז א מענטעל סטעט נישט קיין מעשה
אסך פין אינזער זיידעס האבן געהאט קלאשער!


קאך_לעפל האט געשריבן:די חברה זאגן אז Closure העלפט עטוואס צו...

די חברה זענען לצים, און איינער זאגט נאך דעם אנדערען.
די רגע וואס דו זאגסט ס'העלפט נאר עטוואס ביסטו מודה אז די Closure איז קיין Closure נישט.

די underlying message וואס די חברה זאגן איז - דו ביסט damaged goods ביז ווילאנג דו טיסט נישט נישט A B and C
דאס זעלבסט טוט ריאנפארסען די בעליוו פין "קרבן'שאפט"
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2276
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 1780 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 995 מאל


גיי צוריק העמק דבר

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט