בלאט 1 פון 1

יציאת מצרים נוסח דער בלאט

נשלח: מאנטאג יאנואר 07, 2019 9:15 pm
דורך גדליה
כ'וויל פרעגען א אינטערסאנטע שאלה. לו יצוייר אז דער בלאט, אדער דער איד, וואלט עקזיסטירט ביי יציא"את מצרים, ווי אזוי וואלט עס געווארען באריכטעט אינערהאלב די שפאלטענעס פין די צייטונג? וויזוי וואלט זיך די העדליין געלייענט?
למשל:


עגיפטען - כ"ק מרן הג"ה רשכבה"ג כל רז לא אניס ליה איש האלקים משה רבינו שליט"א האט אפגעשטאטעט א באזוך ביי פרעה יר"ה אין האט זאפארט פארלאנגט מ'זאל אומבאדינגט פארדאנען די יודישע פאלק.
פרעה האט זיך שארף אנטגעזאגט פון מיטארבעטען מיט כ"ק מרן איש האלקים שליט"א כאטש איטליכע הויעכראנגיגע סענאטארן - און צוגאב צו געוועזענע אויטרני זשענערעלס - האבן אונטערגעשריבען א פעטיציע אז די יודן זענען באהאנדעלט געווארען אומיושר'דיג.
פרעה האט פארלאנגט צו מאכען א אינוועסטיגעשען מ'זאל דערגיין ווער איז דער ג-ט אהי' אשר אהי', וועלכע ספעציליזירט זיך אין מאכען פון שטעקענעס שלענג אין פון שלענג שטעקענעס, און ער האט געוואלט מ'זאל אפירזוכען אין די ביכער די רעקארדס פין יענע ג-ט, אבער די עף בי איי הויפט האט ריזיינט, מורא האבענדיג זיך צו פארטשעפען מיט די אלמעכטיגע יודישע ג-ט.

נא רבותי העלפטסט מיך צו.