אפאלאגעטיקע און אידישקייט.

מחשבה, השקפה ועיון

אפאלאגעטיקע און אידישקייט.

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מאנטאג יאנואר 14, 2019 10:13 pm

שטייט אין די הייליגע גמרא מסכת חולין דף קמב.: תניא דבי ר' יעקב אומר: אין לך כל מצוה ומצוה שבתורה, שמתן שכרה בצדה, שאין תחיית המתים תלויה בה. בכבוד אב ואם כתיב למען יאריכון ימיך ולמען ייטב לך, בשילוח הקן כתיב למען ייטב לך והארכת ימים. הרי שאמר לו אביו עלה לבירה והבא לי גוזלות, ועלה ושלח את האם ולקח את הבנים ובחזרתו נפל ומת, היכן אריכות ימיו של זה, והיכן טובתו של זה? אלא למען יאריכון ימיך, בעולם שכולו ארוך, ולמען ייטב לך, לעולם שכולו טוב.

ודלמא לא הוה הכי? ר' יעקב מעשה חזא.
ודלמא מהרהר בעבירה הוה? מחשבה רעה אין הקב"ה מצרפה למעשה.
ודלמא מהרהר בעבודה זרה הוה, דכתיב למען תפוש את בית ישראל בלבם, ואמר רב אחא בר יעקב זו מחשבת עבודה זרה? הכי קאמר: אם איתא דאיכא שכר מצות בהאי עלמא, תהני ליה ותגן עליה דלא ליתי לידי הרהור וליתזק? אלא שכר מצות בהאי עלמא ליכא.
והאמר ר' אלעזר שלוחי מצוה אינן נזוקים? בחזרתם שאני.
והאמר רבי אלעזר שלוחי מצוה אינן נזוקים, לא בהליכתן ולא בחזרתן? סולם רעוע הוה, ומקום דקבוע היזקא שאני, דכתיב ויאמר שמואל איך אלך ושמע שאול והרגני.

אמר רב יוסף: אלמלא דרשיה אחר להאי קרא כרבי יעקב בר ברתיה, לא חטא. דחזא כי האי מעשה.

בפשטות לערנט מען פשט אין די ווערטער פון רב יוסף, אז אחר איז אפגעפארן פון קשיות אויף די תורה. וואלט ער גע'דרש'נט די פסוק אז אריכות ימים מיינט אויף יענער וועלט, וואלט ער בכלל קיין קשיא נישט געהאט און ער וואלט געבליבן אן ערליכן איד.

לויט דעם איז אבער זייער שווער דאס לשון "אלמלא דרשיה אחר", וואס טייטשט "ווען אחר וואלט ווען נישט גע'דרש'נט", און לויט די דאזיגע פשט איז דאך פונקט קאפויער, דייקא ווייל ער האט טאקע נישט גע'דרש'נט אז ס'מיינט אויף יענער וועלט, וועגן דעם איז ער אפגעפארן.

נאך איז שווער. אונז ווייסן דאך אז קיינער פארט נישט אפ ווייל מ'האט קשיות, די אלע קשיות זענען נאר תירוצים, איז ווי קען רב יוסף זאגן אז אחר איז אפגעפארן וועגן קשיות?

נאר דאס ריכטיגע פשט איז אזוי: ווען אחר האט געזען די מעשה, פון דעם אליינס איז ער נאכנישט אפגעפארן. אלא מאי, אז שילוח הקן פארלענגערט נישט אויטאמאטיש דאס לעבן, ס'פרעגט אבער נאכנישט אפ גאנץ אידישקייט, זאל די פסוק אליינס זיך פארענטפערן, פון א קשיא פארט מען נאכנישט אפ. נאר וואס דען? ווען ער האט געזען ווי מ'איז פארנומען פארענטפערן די אלע קשיות מיט אלע מיני לעכערליכע תירוצים, אזוי אז ס'איז בכלל נישט שייך דן צו זיין מיט'ן נארמאלן שכל. אויף יעדע קשיא האט מען אויטאמאטיש אן אנדערן באבע תירוץ, אמאל זאגט מען אזוי, און אמאל פארקערט, הכל לפי המבייש והמתבייש. איז אויב גארנישט מיינט סייווי נישט גארנישט, וואס פעלט מיר אויס דאס גאנצע מעשה? איך קען דאך פונקט אזוי זאגן אז ס'נישט דא קיין גאט, מ'מעג עסן חזיר, און מענטשן קומען פון מאנקיס, איי די פסוק? מ'וועט שוין טרעפן עפעס א באבע תירוץ, שערי תירוצים לא ננעלו. ווען איך האב הונדערט קשיות, גיי איך נישט זוכן אן עקסטערן תירוץ אויף יעדע איינע, וואס יעדע תירוץ וועט האבן הונדערט קשיות, כ'על ענדערש פארענטפערן אלע קשיות מיט איין תירוץ... אויף דעם זאגט רב יוסף: אילמלא דרשיה אחר להאי קרא כרבי יעקב - וואלט אחר נישט געהערט די אלע באבע פשעטלעך, דרשות און תירוצים, לא חטא.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך רביה''ק זי''ע אום מאנטאג יאנואר 14, 2019 10:44 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2509
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2411 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1556 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג יאנואר 14, 2019 10:29 pm

רביה"ק זי"ע: איך האב געהאט גאנץ א גוטע און זאפטיגע תגובה'לע. נאר איך האב מורא אז דאס וועט אנרירן די סענסיטיוויטעט פון עטליכע גאר חשוב'ע ניקס. ה' עליהם יחיו. און נאכדעם וועט דער סדרן מיך ווארענען און אויסמעקן מיין תגובה. און נאך עפעס ערגערס. (אריבערקומען און מיך גוט אנשמייסן מיט זיין פאסיק.) מיט'ן תירוץ אז איך פארדריי די נושא...!

והשנית. ס'איז שוין דא ווער ס'האט איבערגענומען מיין דזשאב. ער פילט אן אלע אשכולות מיט (זיסע) ציונות. סאו קען איך שוין ריטייערן...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13102
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8343 מאל

הודעהדורך גדליה » מאנטאג יאנואר 14, 2019 10:49 pm

רביה"ק
כהאב מורא איינער גייט נאך אפפארן פון דיין פשט...
פרעג מיך אפ.
גדליה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 978
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 4:34 pm
האט שוין געלייקט: 585 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1529 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מאנטאג יאנואר 14, 2019 10:52 pm

קיינער פארט נישט אפ פון פשטים, מ'פארט אפ פון תירוצים... :lol: :lol: :lol:

ערנסט גערעדט: הא גופא וויל איך ארויסברענגען, ס'דא א נארמאלע וועג אפצולערנען די תורה אויך. אזויווי ס'האבן אונז אויסגעלערנט רבותינו הראשונים, האבן עזרא, רשב"ם, ועוד ועוד. איינער וועם ס'אינטערעסירט נישט קיין אמת אויפריכטיקייט און קאנסיסטענסי, אויף איהם איז נישט דא וואס מורא צו האבן, ער קויפט סייווי אפ אלע בעלאוני כמו שאובסין את הגמל. די פראבלעם איז נאר אז ס'דא אויפריכטיגע מענטשן וואס קויפן נישט אפ די אלע גארבידש, און צו זיי זענען מיינע ווערטער געוואנדן.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2509
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2411 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1556 מאל

Re: אפאלאגעטיקע און אידישקייט.

הודעהדורך משהה פרידמן » דינסטאג פעברואר 19, 2019 5:54 pm

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:קיינער פארט נישט אפ פון פשטים, מ'פארט אפ פון תירוצים...

ערנסט גערעדט: הא גופא וויל איך ארויסברענגען, ס'דא א נארמאלע וועג אפצולערנען די תורה אויך. אזויווי ס'האבן אונז אויסגעלערנט רבותינו הראשונים, האבן עזרא, רשב"ם, ועוד ועוד. איינער וועם ס'אינטערעסירט נישט קיין אמת אויפריכטיקייט און קאנסיסטענסי, אויף איהם איז נישט דא וואס מורא צו האבן, ער קויפט סייווי אפ אלע בעלאוני כמו שאובסין את הגמל. די פראבלעם איז נאר אז ס'דא אויפריכטיגע מענטשן וואס קויפן נישט אפ די אלע גארבידש, און צו זיי זענען מיינע ווערטער געוואנדן.
גרעכט אבער דער אמת איז אז ווען א ראשון וועט זאגן א פשט וואס בדוחק גדול גייט עס אריין און פשט גייסטו עס אן נעמען פשוט ווייל די ראשון זאגט עס אה"נ די ראשונים האבן בעסער אריוסגעהאט די פסוקים ווי אונז ווייל זיי האבען פשוט מער געטון דערין און דאס
איז גיווען זייער גאנצע לעבן אבער אויב דער פסוק שטימט נישט איז פארפאלן די פסוק בלייבט שווער און איך בין נישט מחיוב מיך צו מדחה צו דעם ראשוןס פשט און די קאשיא בלייבט שווער


Sent from my SAMSUNG-SM-G891A using Tapatalk
באניצער אוואטאר
משהה פרידמן
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 22
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 17, 2019 8:33 pm
האט שוין געלייקט: 70 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל


גיי צוריק העמק דבר

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט