אפאלאגעטיקע און אידישקייט.

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5359 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6485 מאל

אפאלאגעטיקע און אידישקייט.

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

שטייט אין די הייליגע גמרא מסכת חולין דף קמב.: תניא דבי ר' יעקב אומר: אין לך כל מצוה ומצוה שבתורה, שמתן שכרה בצדה, שאין תחיית המתים תלויה בה. בכבוד אב ואם כתיב למען יאריכון ימיך ולמען ייטב לך, בשילוח הקן כתיב למען ייטב לך והארכת ימים. הרי שאמר לו אביו עלה לבירה והבא לי גוזלות, ועלה ושלח את האם ולקח את הבנים ובחזרתו נפל ומת, היכן אריכות ימיו של זה, והיכן טובתו של זה? אלא למען יאריכון ימיך, בעולם שכולו ארוך, ולמען ייטב לך, לעולם שכולו טוב.

ודלמא לא הוה הכי? ר' יעקב מעשה חזא.
ודלמא מהרהר בעבירה הוה? מחשבה רעה אין הקב"ה מצרפה למעשה.
ודלמא מהרהר בעבודה זרה הוה, דכתיב למען תפוש את בית ישראל בלבם, ואמר רב אחא בר יעקב זו מחשבת עבודה זרה? הכי קאמר: אם איתא דאיכא שכר מצות בהאי עלמא, תהני ליה ותגן עליה דלא ליתי לידי הרהור וליתזק? אלא שכר מצות בהאי עלמא ליכא.
והאמר ר' אלעזר שלוחי מצוה אינן נזוקים? בחזרתם שאני.
והאמר רבי אלעזר שלוחי מצוה אינן נזוקים, לא בהליכתן ולא בחזרתן? סולם רעוע הוה, ומקום דקבוע היזקא שאני, דכתיב ויאמר שמואל איך אלך ושמע שאול והרגני.

אמר רב יוסף: אלמלא דרשיה אחר להאי קרא כרבי יעקב בר ברתיה, לא חטא. דחזא כי האי מעשה.

בפשטות לערנט מען פשט אין די ווערטער פון רב יוסף, אז אחר איז אפגעפארן פון קשיות אויף די תורה. וואלט ער גע'דרש'נט די פסוק אז אריכות ימים מיינט אויף יענער וועלט, וואלט ער בכלל קיין קשיא נישט געהאט און ער וואלט געבליבן אן ערליכן איד.

לויט דעם איז אבער זייער שווער דאס לשון "אלמלא דרשיה אחר", וואס טייטשט "ווען אחר וואלט ווען נישט גע'דרש'נט", און לויט די דאזיגע פשט איז דאך פונקט קאפויער, דייקא ווייל ער האט טאקע נישט גע'דרש'נט אז ס'מיינט אויף יענער וועלט, וועגן דעם איז ער אפגעפארן.

נאך איז שווער. אונז ווייסן דאך אז קיינער פארט נישט אפ ווייל מ'האט קשיות, די אלע קשיות זענען נאר תירוצים, איז ווי קען רב יוסף זאגן אז אחר איז אפגעפארן וועגן קשיות?

נאר דאס ריכטיגע פשט איז אזוי: ווען אחר האט געזען די מעשה, פון דעם אליינס איז ער נאכנישט אפגעפארן. אלא מאי, אז שילוח הקן פארלענגערט נישט אויטאמאטיש דאס לעבן, ס'פרעגט אבער נאכנישט אפ גאנץ אידישקייט, זאל די פסוק אליינס זיך פארענטפערן, פון א קשיא פארט מען נאכנישט אפ. נאר וואס דען? ווען ער האט געזען ווי מ'איז פארנומען פארענטפערן די אלע קשיות מיט אלע מיני לעכערליכע תירוצים, אזוי אז ס'איז בכלל נישט שייך דן צו זיין מיט'ן נארמאלן שכל. אויף יעדע קשיא האט מען אויטאמאטיש אן אנדערן באבע תירוץ, אמאל זאגט מען אזוי, און אמאל פארקערט, הכל לפי המבייש והמתבייש. איז אויב גארנישט מיינט סייווי נישט גארנישט, וואס פעלט מיר אויס דאס גאנצע מעשה? איך קען דאך פונקט אזוי זאגן אז ס'נישט דא קיין גאט, מ'מעג עסן חזיר, און מענטשן קומען פון מאנקיס, איי די פסוק? מ'וועט שוין טרעפן עפעס א באבע תירוץ, שערי תירוצים לא ננעלו. ווען איך האב הונדערט קשיות, גיי איך נישט זוכן אן עקסטערן תירוץ אויף יעדע איינע, וואס יעדע תירוץ וועט האבן הונדערט קשיות, כ'על ענדערש פארענטפערן אלע קשיות מיט איין תירוץ... אויף דעם זאגט רב יוסף: אילמלא דרשיה אחר להאי קרא כרבי יעקב - וואלט אחר נישט געהערט די אלע באבע פשעטלעך, דרשות און תירוצים, לא חטא.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום רביה''ק זי''ע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that

דער אשכול פארמאגט 29 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר