די געפאר פון אסימילאציע

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 616 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1899 מאל

די געפאר פון אסימילאציע

שליחה דורך גדליה »

לעצטענס אין מיין ארבייט איז מיר אויסגעקומען צו האנדלען מיט א יונגען גוי, אין מ'האמיר געשמועסט אביסעל פערזענליכע זאכען. האט ער מיך אזוי געזאגט צווישען די שורות אז זיין טאטע קומט פון א יודישע משפחה, אין ווי נאר זיי זענען אנגעקומען קיין אמעריקע, האט מען באשלאסען אז צוליב די רדיפות אין אייראפע גייט מען דראפען די גאנצע יודישע אידענטיטי און מ'גייט פארגעסען פון די עבר. וכך הוה, מ'האט אויסגעמעקט די גאנצע יודישע אפשטאם פון די פאמיליע היסטארי און מ'האט קיינמאל נישט גערעדט וועגען קיין שום אידישע זאך.
זאגט מיך דער יונג, דו ווייסט נישט ווי שווער ס'איז פאר מיך, צו וויסען אז איך בין טאקע נישט קיין יוד, אבער איך שטאם פון אידן, אבער איך האב נישט קיין שום קשר צו מיין עבר, ס'איז ווי א אפגעהאקטע צווייג. כ'ווייס נישט וואס עס מיינט בכלל זיין א יוד. (ער איז אויפגעוואקסען אין איינע פון די וועסט סטעיטס ווי יודישקייט איז נישט אזוי בנמצא ווי אין ניו יארק אדער ניו זשערזי).
ס'האט מיך באמת וויי געטוהן און כ'האב עם נישט געקענט העלפען, כ'האב עם גע'עצה'ט צו פראבירען גיין צו חב"ד, און ער איז אזוי ווייט פון אידישקייט, אז ער האט ניטאמאל געוויסט וואס חב"ד איז.
על כל פנים, די סיבה פארוואס איך שרייב עס איז ווייל כ'וויל ארויסברענגען וואס דעס מיינט א עבר פון דורות וואס גייט צוריק טויזענטער יארן, די רעליגיע און די קולטאר, ס'איז זאכען וואס מ'קען נישט אוועקשניידען פון זיך, און ס'איז נישט קיין יושר פאר די קומעדיגע דורות זיי זאלען אויפוואקסען אן די היסטאריע וואס קומט זיך זיי, סתם ווייל דער זיידע האט געהאט שלעכטע זכרונות פון די רעליגיע.
פארשטייט זיך אז אויסער דעם ברויך מען זיין יודן סתם אזוי, כ'ברענג נאר ארויס די בעל בית'שע פרעספעקטיוו, ווי אסימאלאציע איז בכלל נישט די לעזונג פאר איינער וואס האט א פראבלעם מיט יודישקייט, באיזה אופן שיהיה.
פארוואס זאג איך עס? כדי איר זאלט וויסען.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ

דער אשכול פארמאגט 7 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר