עונש כרת בימינו

מחשבה, השקפה ועיון

הודעהדורך נהורא נפישא » דינסטאג פעברואר 05, 2019 9:49 pm

די פוינט איז אויב זאלסטו זיין א שומר תורה ומצוות וועגן יראת העונש, דאן פארגעס, סאטיסטיקלי איז נישטא קיין שום סיבה צו טראכטן אז סוכ"ס גייסטו שפירן אז דו ביסט נענש געווארן מכח שערי תירוצים לא ננעלו וכנ"ל.
וכבר אמרו רז"ל אל תהיו משמשין את הרב וכו'
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
נהורא נפישא
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1610
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1888 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2115 מאל

הודעהדורך איש חזון » דינסטאג פעברואר 05, 2019 9:52 pm

לעצם הענין, כהיום זענען מיר אלע סייווי נכרת רח"ל פון אונזער הייליגע פאלקליכקייט
וקרב פזורינו מבין הגויים
באניצער אוואטאר
איש חזון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 528
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 3:02 pm
האט שוין געלייקט: 669 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 395 מאל

Re: עונש כרת בימינו

הודעהדורך חתן בחור » דינסטאג פעברואר 05, 2019 9:52 pm

משהה פרידמן האט געשריבן:
חתן בחור האט געשריבן:
משהה פרידמן האט געשריבן:
נהורא נפישא האט געשריבן:די פוינט איז אז שערי תירוצים לא ננעלו און פונקט אזויווי קיינעם איז נישט בייגעפאלן מיין תירוץ אזוי איז דאך נאך טויזענטער תירוצים וואס פאלט קיינעם נישט ביי.


איך וואונדער מיך פארוואס קיינער איז נישט געבליבן ביי די קשיא און מסיק געווען אז תורה לא מן השמים היא.
און יא איך האלט אז דעס איז איינער פון די שטערקסע קשיות אויף תורה מן השמים

Sent from my SAMSUNG-SM-G891A using Tapatalk


בכלל נישט קיין קשיא. די תורה איז קיינמאל נישט מסביר וואס דאס מיינט, און אפילו די רמב״ם זאגט אז מ׳רעדט פון יענע וועלט.

וואס די קענסט פרעגן איז אויף די ראשונים אדער גמרא וואס טייטש אז דאס מיינט אויף די וועלט.
עיין לעיל ווי כ'האב געוויזן אז כרת מיינט מיתה בידי שמים לפי פסוקי התורה אן צוקומען צו חז"ל

Sent from my SAMSUNG-SM-G891A using Tapatalk


סארי אפשר בין איך אן עם הארץ, אבער ערירים ימותו איז לכאורה טייטש אז זיי וועלען שטארבן קינדערלאז. והדרא קושיא לדכתא, פון די תורה איז אין ערגעץ נישט מוכרח אז מ׳רעדט פון מיתת הגוף.


Sent from my iPhone using Tapatalk
השמים שמים לה׳ והארץ נתן לבני אדם. בעט נישט פון גאט קיין עצות, ער וויל זעהן וואס די גייסט טוהן.
באניצער אוואטאר
חתן בחור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 154
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 10:14 pm
האט שוין געלייקט: 189 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 77 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מיטוואך פעברואר 06, 2019 1:18 am

ס'פאלט מיר יעצט איין א מוראדיגע תירוץ. די גמרא זאגט אין מכות דף כב: אז אויב איינער האט אינמיטן כאפן מלקות זיך גענומען מאכן אין די הויזן, דארף מען אים שוין נישט שלאגן ווייטער. ווייל די גאנצע מטרה פון די מלקות איז דאך אז ער זאל פארשעמט ווערן, אזויווי ס'שטייט "ונקלה אחיך לעיניך", און אז ער איז שוין פארשעמט געווארן האט ער שוין יוצא געווען. אין די פאלגנדע משנה שטייט, כל חייבי כריתות שלקו נפטרו ידי כריתתם, שנאמר ונקלה אחיך לעיניך, כשלקה הרי הוא כאחיך. איז אויב בושות איז במקום מלקות, און מלקות פטרט פון כרת, קומט דאך אויס אז בושות פטרט פון כרת, נו, יעדער האט דאך אמאל בושות.
מיין רייזע פון פארמאכטקייט צו אויפגעקלערטקייט. דער משל, דער משל, איז דאך דומה לנמשל...
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2977
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין ראדני בעיסמענט
האט שוין געלייקט: 2817 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2007 מאל

הודעהדורך וואלווי » מיטוואך פעברואר 06, 2019 1:35 am

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ס'פאלט מיר יעצט איין א מוראדיגע תירוץ. די גמרא זאגט אין מכות דף כב: אז אויב איינער האט אינמיטן כאפן מלקות זיך גענומען מאכן אין די הויזן, דארף מען אים שוין נישט שלאגן ווייטער. ווייל די גאנצע מטרה פון די מלקות איז דאך אז ער זאל פארשעמט ווערן, אזויווי ס'שטייט "ונקלה אחיך לעיניך", און אז ער איז שוין פארשעמט געווארן האט ער שוין יוצא געווען. אין די פאלגנדע משנה שטייט, כל חייבי כריתות שלקו נפטרו ידי כריתתם, שנאמר ונקלה אחיך לעיניך, כשלקה הרי הוא כאחיך. איז אויב בושות איז במקום מלקות, און מלקות פטרט פון כרת, קומט דאך אויס אז בושות פטרט פון כרת, נו, יעדער האט דאך אמאל בושות.


ובפרט בימינו אלה, אז נערים פני זקנים ילבינו, ואוי לאותה בושה ואוי לאותה כלימה, גיימער לעבן ביז הונדערט און צוואנציג.

ווער ס'וויל...
.Weed: you dont dream. You are the dream
באניצער אוואטאר
וואלווי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2365
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 3306 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3090 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מיטוואך פעברואר 06, 2019 1:38 am

ס'פאלט מיר יעצט איין א מוראדיג פשט אין נערים פני זקנים ילבינו, אז די עלטערן וועלן זיך עסן די געזונט פון זייערע קינדער'ס התנהגות, אזש די בארד אויפן פנים וועט זיי ווייס ווערן פון גרויס צער...
מיין רייזע פון פארמאכטקייט צו אויפגעקלערטקייט. דער משל, דער משל, איז דאך דומה לנמשל...
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2977
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין ראדני בעיסמענט
האט שוין געלייקט: 2817 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2007 מאל

הודעהדורך וואלווי » מיטוואך פעברואר 06, 2019 1:42 am

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ס'פאלט מיר יעצט איין א מוראדיג פשט אין נערים פני זקנים ילבינו, אז די עלטערן וועלן זיך עסן די געזונט פון זייערע קינדער'ס התנהגות, אזש די בארד אויפן פנים וועט זיי ווייס ווערן פון גרויס צער...


ועד"ז אפ"ל אם יהי' חטאיכם כשנים כשלג ילבינו, אז ס"וועט זיין אזעלעכע פארפארענע קינדער, אז עלטערן וועלען ווייס ווערען..
.Weed: you dont dream. You are the dream
באניצער אוואטאר
וואלווי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2365
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 3306 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3090 מאל

Re: עונש כרת בימינו

הודעהדורך מי אני » מוצ"ש יאנואר 11, 2020 8:43 pm

דער תפארת ישראל אין זיין באקאנטע דרוש אור החיים (וואו ער דערמאנט די פאסילס) (אות ב) פרעגט די קשיא אויף כרת (ווי אויך וואס איז אויב איינער טוהט מערערע מאל איסורי כריתות, צווישן אנדערע קשיות אויף די מושג). ער ענטפערט אז עס זענען דא צוויי מיני נפשות אינ׳ם מענטש. איינס איז די חלק אלוק וניצוץ ממעל וואס איז אומעגליך אז עס זאל נתאפס ווערן לכלום; דאס האט אן השארה אלעמאל און איז נצחי. דערנאך איז דא די נפש הבהמית (עס קען האבן פאראלעלן מיט׳ן נפש הבהמית וואס דער תניא דערמאנט), וואס איז פשוט באשאפן געווארן און אריינגעגעבן געווארן אינ׳ם מענטש כדי צו האלטן די נפש הנצחי, וואס איז כולו רוחני, מיט די גוף החמור, וואס איז איר דירעקטע אפאזיט; עס איז די מתווך און האלט זיי צוויי צוזאם.

די נפש הבהמית וואלט ווען געדארפט בטל ווערן לאחר המיתה ווען די חבילה צווישן זיי דריי [נפש הרוחני, נפש הבהמית, והגוף] ווערט נתפרד. אבער דורך מצות ומעש״ט קען מען מאכן אז די נפש הבהמית זאל אויך האבן א נצחיות.

יעצט (ווי אזוי איך פארשטיי זיין דרך), איינמאל מ׳גייט פון די וועלט איז כדי די נשמה/נפש הנצחי זאל נזדכך ווערן פון די חטאים פעהלט אויס אז עס זאל נאך זיין באהאפטן מיט׳ן נפש הבהמית (ווייל אזוי קען עס נאך פאלן אונטער די יצירה פון זמן וואס דורך דעם קענען די קינדער פונ׳ם מת וואס זענען נאך אויף די וועלט ותחת הזמן האבן נאך א שייכות צו אים/איר, און קענען איר ארויסהעלפן, מעלה זיין וכו׳, די ערשטע 12 חדשים (מער) יארצייט אא"וו). און איינמאל עס איז פערטיג דעמאלטס צוטיילן זיי זיך און די נפש הבהמית גייט צו איר (שכר) נצחי אויך.

אבער ביי עוברי איסורי כריתות ווערט עס דערנאך בטל לאפס, און וויפיל מער מ׳האט עובר געווען פון די מיני איסורים, אלס לענגער דויערט די זיכוך און דאס באהאפטענקייט פונ׳ם נפש הנצחי צום נפש הבהמית וואס דארף בטל ווערן, וואס דאס איז א צער (for lack of a better term) פאר׳ן נפש הנצחי. ועוד, אז תחיית המתים איז נאר שייך אויב די נפש הבהמית האט אן השארה, ווייל אזוי וועט די נפש הנצחי זיך קענען צוריק באהעפטן צום גוף, משא״כ ביי עונש כרת וואו דאס ווערט נתאפס גייט ער נישט קענען אויפשטיין, ע״ש באריכות.

איך פארשטיי אז מידי אפאלאגעטיקס לא יצאנו, און דאס לאט נאך איבער היפש פון די פסוקים איבער דעם וואס זענען נישט משמע צו דעם מהלך.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 903
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 4903 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 509 מאל

עונש כרת בימינו

הודעהדורך מי אני » מוצ"ש מערץ 14, 2020 9:51 pm

מ׳קען אפשר אויך פרובירן צו ענטפערן אויף די קשיא אן אפאלאגעטישן (דוחק׳דיגן) תירוץ עפ״י שיטת הרלב״ג. ער זאגט אין מלחמות ה׳ (מאמר ד פ״ו) (בתוך זיין ברייטערע שיטה פון השגחת הקב״ה און אין דעם אז אין ידיעת הקב״ה מגעת אל הפרטיים) אז די שלעכטס/עונשים וואס שטייט אין די תורה און ס׳איז משמע אז דאס קומט דירעקט און נישט מחמת השארתם להילוך הגלגלים והטבע, איז אדער מכח דעם פאר׳ן צדיק (וואס איז זוכה צו השגחה בו, ווייל ער גייט אריין אין די כלל אויף וועמען ס׳איז דא די השגחה) וואס הייבט אן אביסל ״גליטשן״ להדריכו אל דרך הישרה (און ער גייט טאקע נישט שטארבן דערפון), אדער מכח דעם ווייל די השגחה אויפ׳ן פאלק בכלליות פארלאנגט אז די עונש זאל מדריך זיין ה(יותר )צדיקים בם, ע״ש באריכות.

דער אור ה׳ (מאמר ב כלל ב פ״ג) פרעגט אויף אים אין דעם אז דעמאלטס, למשל, טאמער וואלט נח אויך געזונדיגט ביים דור המבול וואלט הקב״ה נישט געברענגט די מבול, וואס איז א דירעקטע עונש שלא כדרך הטבע. דאס איז נישט מסתבר און איז נישט משמע. ווי אויך אויב אזוי וואס איז פשט אין עונש כרת? אויב גייט דאס ארויף אויף א מיתה בעולם גייט דאך אויסקומען אז אנדערע (די צדיקים) מוזן וויסן דערפון כדי די דירעקטע עונש זאל האבן א פשט, וממילא אויב האט ער עובר געווען בסתר גייט טאקע נישט זיין די עונש. דאס איז ווייטער נישט מסתבר. און טאמער נעם איך אן אז דאס איז (אויך) אן עונש פאר׳ן נפש לעתיד שטימט ווייטער נישט. ווייל עפ״י (פילאזאפישע) טבע וואלט דער נפש החוטא (אין דעם) געדארפט ווען ווערן מקושר מיט׳ן שכל הפועל מכח די מושגים השכליים וואס ער האט קונה געווען בחייו, נאר מען טוהט דא עפעס שלא מן הטבע (הפילוסופית) כדי אים מעניש צו זיין. פארוואס? נישט ער און נישט אנדערע קענען זיך לערנען דערפון וכדומה, וואס דאס איז דאך פשט אין דירעקטע עונשים לפי הרלב״ג, ע״כ ע״ש באריכות.

יעצט, טאמער ״בּייסט מען די קויל/בּוּלעט״ און מ׳זאגט אז לויט׳ן רלב״ג איז טאקע איה״נ נאר דא כרת בעולם הזה און נאר ווען ס׳איז שייך אויף אויסצולערנען צדיקים וכדומה, קען מען אפשר זאגן אז היינט ווען ס׳איז א דור שכולו חייב איז טאקע נישט דא קיין עונש כרת. ודוחק, ובפרט אז מ׳דארף אננעמען דערצו, ווי נישט, די טעזע פון ״ירידת הדורות״ (ברוחניות).
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 903
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 4903 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 509 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק העמק דבר

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט