באטראכטונגען ארום דער יום השואה

מחשבה, השקפה ועיון

באטראכטונגען ארום דער יום השואה

הודעהדורך מאטי » זונטאג מאי 12, 2019 12:40 am

ווען די באלשעוויקן האבן פארכאפט די מאכט אום 1917 האט זיך חיים נחמן ביאַליק נאך געפונען אין דעם עיר ואם בישראל אודסה. ווען ער האט ענדליך איינגעזען אז מער האט ער נישט וואס צו זוכן דארט איז דאס נישט געווען צוליב'ן אונטערגאנג פון דעם אמאליגער וויבראנטער צענטער פון אינטעליגענץ אין שפיץ פון אחד העם און מנדלי מוכר ספרים, וועלכע האבן שוין אויך נישט פיגורירט דארט צוליב'ן אנגייענדע פולווער גערוך, שנאת ישראל און כסדר'דיגע אויסברעכן פון פאגראמען. אויך נישט ווען זיינע אנטוזיאסטישע ליבעראלע משפחה מיטגלידער און חברים וועלכע זענען געווען פארקאכט אין נייעם וועלט ארדער האבן אראפגעווארפן פון זיך דעם אידישן אידענטיטעט נאכן רעוואלוציע. "ווער דארף נאך אן איינגנארטיגן נאציאנאליטעט ווען מוטער רוסלאנד זארגט פאר אלעמען צוגלייך.."

די שטרוי וואס האט צובראכן דעם קעמלס רוקן איז געוועזן די נאכפאלגענדע רדיפות פון דער רעגירונג. אייגענע אנשויאונגען זענען געווארן חזיר טרייף, זינט אין קעגנזאץ צו דער ממשלה'ס איינציגע אנשויאונג וואס פארשפרעכט א גן עדן פאר אלעמען. פארשטייט זיך.. א ציוניסטישער משורר לאומי האט קיין פלאץ אין נייעם וועלט ארדער, האט ער טאקע אנגעהויבן שפירן אונטערדרוקט, פאר א שטיק צייט האבן אים די אויטאריטעטן פארבעטן קומען ענטפערן שווערע פראגען, קוים קוים נאכן איינשפאנען זיינע פארבינדעטע אינסטאנצן אינערהאלב דער נייע רעגירונג כדי זיך צו פארשאפן די נויטיגע פאפירן האט ער זיך ענדליך דערזען אויפן שיף קיין דייטשלאנד און פון דארט קיין ישראל.

ווען מיר שאצן דעם חורבן פון דער שואה און אירע פילפארביגע נאכפאלגענדע קאנסעקווענצן איז כדאי זיך צו קאנצענטרירן און באטראכטן די פאלגענדע נקודות:

צרות אחרונות משכחות את הראשונות

דורכאויס היסטאריע האבן לאקאלע און פערזענליכע שואה'ס יא אדער נישט אויפגעוואכט אנדערע אידן אין אנדערע צייטן געבנדיג צו שפירן אז אידן האבן קיין פלאץ צווישן נישט-אידן, פאר ליילינבלום און פינסקר זענען די פרעות פון '81 פונקט גענוג געווען צו שרייען "גענוג איז גענוג" פאר הערצל די דרייפוס שערורייה. פאר ביאליק דאס אויבנדערמאנטע און פאר אחד העם איז דאס געווען א מכה שאין עליה תרופה ביז אחרית הימים.

אין א געוויסער פאפולערער ישראל'דיגער TV Show וואו ס'ווערט אראפגעמאלן א משפחה פון איינע פון די ארצות המזרח איז פארהאן צווישן אנדערע אן עפיזאד אין די טאג פון יום השואה וואו דער ראש המשפחה איז אויסגעשפראכן קעגן בלייבן שטיין דום לזכרון פון די זעקס מיליאן: "שואה! שואה! א גאנצן טאג שואה... נמאס לי כבר! איך בין אויך דורך א שואה! מיינע משפחה מיטגלידער זענען דערטרונקען געווארן אין א שיף אינמיטן וועג! האבן מיר דען נישט געהונגערט צום טויט פאר א שטיקל ברויט אין די מעברות ווען קיינער האט זיך אויף אונז נישט אומגעקוקט?! ווער באצאלט אונז ווידערגוטמאכונג פאר די האב און גוטס וואס מיר האבן איבערגעלאזט אין די אראבישע לענדער?"

ווי טראגי-קאמיש און אומפאליטיש קארעקט ס'הערט זיך, איז דען דא בכלל וואס צו ענטפערן אזא פארווייטאגט הארץ? צו פארשטיין דאס ווייטאג דארפט איר זיך פארשטעלן אז אן אומגליק, גאט זאל באהיטן, האט באטראפן אייערס א באליבטען ח"ו אום סאמען סעפטעמבער דעם עלעפטן, אבער אלע אינסטאנצן זענען פארנומען מיטן גרויסען טראגעדיע, קיינער קימערט זיך בכלל מיט אייך ווייל אלעמען אינטערעסירט בלויז די נייעס פון טאג און איר שפירט ווי קיינער פארשטייט אייך נישט.

די נטורי קרתא באוועגונג האט באזוכט ביים איראנער פרעזידענט, א סעמי-האלאקאסט פארלייקענער, מיטן אויסרייד: "חורבן אייראפע איז געווארן א קאפיטאליסטישע מארקעטינג אגענדע כחומר ביד היוצר, אלעס קומט אונז, קיינער טאר זיך נישט דערוואגן זאגן א ווארט, אומפאראנטווארטליכע (לייען ציוניסטישע) פירער האלטן דעם נישט אידישע וועלט ביים קארג מיטן שואה קארטל.

די שואה האט טאקע אנגענומען דעם אויבן אן פון אידישע צרות אויף אזוי ווייט אז מ'קען זיך ניטאמאל משער זיין ווי ביטער ס'איז געווען איידער איר אנקומען. נ"ק האט אפשר א נקודה, אבער אויפן אנדערן זייט מטבע, די כראנאלאגיע פון אידישע צרות וואס זי האט געשטעלט אין שאטן און האט איר געגעבן א מינדערוויכטיגע פריאריטעט, למעשה איז געווען גענוג ביטער איידערן צווייטן וועלט קריג, כאטש קיינער וואלט זיך נישט געוואגט פאראויסזאגן אזא מאסנשטאבליכע טראגעדיע (חוץ זשובאטינסקי אדער גאר אורי צבי גרינבערג) איז דאס אבער פונקט גענוג געווען פאר די אליאירטע כוחות נאכן ערשטן וועלט קריג צו פארשפרעכן און אוועקשענקען א נאציאנאלען היים פארן אידישן פאלק און דערנאך גע'חתמ'ט דורך די ליגע, דעמאנסטרירענדיג דערביי דעם אייגנארטיגע אומ'יושר'דיגע באהאנדלונג, מילד גערעדט, זי האט געהאט אויסצושטיין פון אלע פעלקער.

דאס איז א גאר טיפע נקודה, מ'דארף פארשטיין אז דאס אייגנארטיקייט פון אידישע ליידן איז געווען צווישן אנדערע וואס האט באוואויגן די וועלט פירער אנצונעמען אלס יושר און צדק אוועקצוגעבן א שטיקל לאנד פאר א פאלק וואס איז צעשפרייט אין צעזייט איבער ארבע כנפות הארץ, דאס אין קעגנזאץ צו די עקרונות וואס דער נייער מאנדאט סיסטעם וואס איז איינגעשטעלט געווארן נאכן ערשטן וועלט קריג האט געלויטעט, און אזוי איז טאקע געווארן אוועקגעשטעלט לגבי אנדערע טעריטאריעס אין אזיע אפריקע און אייראפע אז בלויז די איינוואוינער פון די טעריטאריע זאלן פארפיגן דערויף.


די רוחניות'דיגע שואה

זינט די ערשיינונג פון דעם מושג "א פרייער איד" האט זיך געשאפן דעם ויכוח פון "מיהו יהודי?" פארוואס בלייבן/זיך אידענטיפיצירן אלס איד לעומת דעם גוי, א פאזיטיווער אויב נישט א רוחניות'דיגע ויכוח לחלוטין, און דער ויכוח איז לאו דוקא געווען א לאומיות'דיגע, הרמן כהן וואס איז כלל נישט חשוד אין ציוניזם קאכט זיך מיטן אור לגוים דייקא אין גלות.

"אידן פארשפרעכן צו בלייבן אן אייגענארטיגער מאראלישער פעסטונג און אוניווערסאלער וועגווייזער. בשעת די נישט אידישע עטיקס באפאסט זיך מיט וואס מ'מעג יא אדער נישט "laws" בלע"ז, זענען אידן באאויפטראגט צו גיבן צדקה, דאס איז די מאטא פון עם ישראל, צו טון א מאראלישער אקט ווען דער חיוב ענדיגט זיך, ווען מ'מוז נישט."

כאטש נישט קיין שומר תורה ומצוות האט כהן פונקט ווי געוויסע אנדערע דענקער אין זיין דור דעמאנסטרירט אנצוהאלטן א פאזיטיווער מאראלישער אידישע זהות.

אחד העם וואלט אפשר פארגיבן הערצל'ן פארן שטעלן אויפן אויבן אן דאס פארלאנגן א אידישער שלטון געאייגענט פארן גאנצן פאלק ווי איידער זיין אייגענעם פלאן, ארויפצוברענגן א געקליבענע צאל געלערנטע צו פארזיכערן א צענטער פון תרבות לאומית. אבער נישט פארן חטא פון פאראייניגן כלל ישראל אקעגן די גוים דורך אירע צרות, ווי איידער איר צו פאראייניגן מיט רוחניות'דיגע שטריכן.


"ציוניזם ווי לאומיות האט דעם אויפגאבע צו ערפילן דאס געשאפענע חלל פארן סעקולארער איד פונקט ווי דאס וואס דער בית המדרש האט צוגעשטעלט דעם תורה טרייער איד צוויי טויזנט יאר אין גלות. מיר דארפן גרינדן א פעסטונג אנצוהאלטן אידישער קולטור, דאס אידישער פונק. דער איד אין גלות גיט שטאלץ און נחת מיט זיינע ערפינדונגען בלויז דאס לאנד וואו ער געפונט זיך פונקט, א איד וואס איז מחונך געווארן אין מרכז התרבות וואס איר הויפטקווארטיר איז אין ארץ ישראל וועט זיין א שטאלץ בלויז פארן עם ישראל זעלבסט, מיט אירע אידישע דאקטוירים, אידישע אקאדעמיקער, אידישע פילאזאפיע."


אבער איינע פון די באוואוסטע פראזען ווען קאנפראנטירט מיט די שאלה "מיהו יהודי" נאכן שואה איז:

"היטלער האט בככל נישט פונאנדערשייד די צוויי. דער ארטאדאקסישער אדוק איז געשטאנען אין זעלבן שורה מיטן פרייען פראפעסאר ווארטענדיג צו ווערן פארגאזט ר"ל"

די ביטערע אמת האט געמאכט פארגעסן דעם פאזיטיווער אויפגאבע וואס עם ישראל איז באאויפטראגט צו איבערגעבן די וועלט. דער צענטראלער דיכאטימיע צווישן דעם איד און נישט-איד דרייט זיך כמעט אין און ארום דעם האלאקאוסט. דער ויכוח צווישן די קנאים און די ציונים צו לאומיות איז יא אדער נישט א צווייטע זייט פון דעם אידישער מטבע, די שאלה וואס רס"ג האט געמיינט מיטן שרייבן "אין אומתנו אומה אלא בתורותיה" טאר נישט זיין קיין ויכוח צו א נאצישער אויפזעער האט יא אדער נישט געהאט רעכט צונויפברענגען דעם איד מיט יענעם איד, דער ויכוח מוז זיין פון א שטאנדפונקט צו שטרעבן פאר תיקון העולם, א שאיפה צו מקדש זיין שם שמים, א ליכטיגע האריזאנט פארן צוקונפט ווי איידער א קרעכץ אויפן שווארצן פארגאנגענהייט.

יובל הררי טענה'ט אז דער מושג פון "שלום" אין דעם אמאליגער עפאכע, ביז נאכן צווייטן וועלט קריג האט געמיינט "אן אפוועזענהייט פון מלחמה," אזא סארט פויזע צווישען איין קריג און דאס קומענדיגע, וואס האט געקענט אויספלאצן אין א ליאדע מינוט. אבער דער מושג פון "שלום" אין דעם היינטיגן מאדערנער עפאכע איז: "א העדר פון א רעאליסטישע מעגליכקייט אז א מלחמה זאל אויסברעכן" אויב לפי דעם פאליטישער לופט איז רעאליסטיש אז ס'גייט אויסברעכן א מלחמה דאן אפילו אין פרידנס צייטן הייסט דאס קיין שלום נישט.

בשעת ווען אין רוב מערב וועלט לענדער הערשט א שלום לויטן מאדערנע השגה קען מען ליידער נישט זאגן דאס זעלבע לגבי מדינת ישראל, ווי איראניש ווען מ'הערט פון געוויסע "אבער א האלאקאסט וואלט נישט געקענט פארקומען אויב די אידישע מדינה וואלט שוין געשטאנען" בשעת די טייג פון אידישע צרות איז שוין לאנג געווען זויער כאטש נישט אזוי צענטראל, היפש איידער די שואה.

ס'וואלט אינטערסאנט געווען די באמערקונגען פון די צוויי קעגנער און ציוניסטישע ריזן, הערצל און אחד העם, אויב וואלטן זיי געקומען אויף א באזוך אין מדינת ישראל היינט צוטאגס. הערצל'ס "מעטאד" מקבץ צו זיין נדחי ישראל - וואס אגב איז געווארן אוועקגעמאכט דורך אחד העם אלס אומרעאליסטיש - מיט די "מטרה" צו איינמאל פאר אלעמאל אויסצורייסן דאס אומגעזונטע קעגנזייטיגע באציאונגען צווישן דעם איד און זיינע נישט אידישע שכנים, איז אפשר געקרוינט געווארן מיט סוקסעס אבער האט נישט ממש סערווירט איר "מטרה" איידער מ'נעמט אין באטראכט די שואה. אבער אחד העם'ס "מטרה," כאטש נישט זיין "מעטאד," עפעס וואס איז נישט געווען אויף הערצל'ס סדר היום, איז אפשר יא געקרוינט געווארן מיט סוקסעס נעמענדיג אין באטראכט די ישראל'ישע אויפטוען אין אזויפיל פעלדער, אלמלא די שואה איז אנגעקומען און עטוואס צעווארפן די קארטן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך מאטי אום זונטאג מאי 12, 2019 11:37 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאטי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2989
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3752 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4280 מאל

הודעהדורך כוכב » זונטאג מאי 12, 2019 11:19 am

שיין שיין שיין, יהא בואכם לברכה.
כוכב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2422
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 7:35 pm
האט שוין געלייקט: 4953 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6783 מאל

Re: באטראכטונגען ארום דער יום השואה

הודעהדורך חוקר ודורש » מאנטאג מאי 13, 2019 5:34 pm

אז מען רעדט שוין פונעם יום השואה, געוועטשט מיר זייער אז למשל יעצט אין די ימי הספירה געדענקן מיר תלמידי רבי עקיבא וואס זענען אוועק, וואס איז מיט אונזער זיידעס און באבע׳ס און רוב גדולי הדור וואס זענען אוועק נישט צו לאנג צוריק, ווען פראווענען מיר אבילות אויף דעם?, דאס ברענגט שטארק ארויס די צושפליטערטקייט אינעם כלל ישראל, אז מען קען זיך נישט צאמנעמען און עפעס קובע זיין


Sent from my iPhone using Tapatalk
באניצער אוואטאר
חוקר ודורש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 268
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2019 4:01 pm
האט שוין געלייקט: 375 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 163 מאל


גיי צוריק העמק דבר

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט