The World happiness Report

מחשבה, השקפה ועיון

The World happiness Report

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דינסטאג יוני 04, 2019 10:27 am

מיט ארום זעקס וואכן צוריק, אום מערץ דעם צוואנציגסטן, איז ארויסגעקומען די יערליכע וועלטס צופרידנהייט באריכט פון די UN, וועלכע שטעלט די נארד-אייראפעישע לענדער אלץ די מערסטע צופרידענע מענטשן, מיט פינלאנד ביים ערשטן פלאץ שוין די דריטע יאר אין א רייע, אזויווי מ'זעהט דא.

ודא קוקו, אז די דאזיגע פעלקער זענען בכלל נישט באקאנט צו זיין אזוי מוראדיג צופרידן, אדרבה, זיי זענען מער פארמאכטע און באטראפעצטע סארט מענטשן. ווען גאלאפ האט אויסגעפרעגט מענטשן ווי צופרידן זיי זענען, איז פינלאנד אריינגעקומען ביי #28, אפילו דענמארק וואס איז די העכסטע אייראפעיאישע לאנד אויפן ליסטע איז אריינגעקומען ביים פערטן פלאץ. און וועלכע לענדער זענען יא פאקטיש די מערסטע צופרידן? די ארעמע דרום-אמעריקאנע לענדער! מיט פאראגוויי אויפ'ן ערשטן פלאץ! אזויווי מ'זעהט דא.

כדי צו פארענטפערן די סתירה צווישן די UNס באריכט און דעם גאלאפ באריכט דארף מען פארשטיין איין זאך, ווען די UN מאכט אפ ווער ס'איז צופרידן צו נישט גייען זיי נישט פאקטיש אויספרעגן מענטשן וויאזוי זיי פילן, אזויווי גאלאפ טוט, דאס איז צו א פרימיטיווע וועג פאר זיי, זייער מאדערנע שכל פארשטייט נאר צו נאמבערס. אבער אזויווי געפילן מעסטן זיך נישט מיט נאמבערס, דארף מען קוקן אויף די זאכן וועלכע זענען גורם צופרידנהייט, שטארקע עקאנאמיע, טעכנאלאגיע, בילדונג, געלט, סאציאלע פראגראמען, וכו' וכו', די אלע זאכן וואס מאדערנע מענטשן רעדן זיך איין אז ס'ברענגט צופרידנהייט, וואס דאס קען מען שוין יא מעסטן מיט נאמבערס. זענען זיי ארויס אויף די יארכע צו טרעפן וועלכע לענדער זענען די מערסטע מצליח אין מאדערנע מושגים, און זיי האבן געטראפן! פינלאנד!

שטעלט זיך ארויס אז די גאנצע זאך פאנגט זיך נישט אן, עקאנאמישע ערפאלג ברענגט נישט צופרידנהייט. אדרבה, די ארעמע פאראגוויי, וואו מענטשן זענען נישט אזוי פארנומען מיט ביזנעס און געלט, און זענען ארעם ווי די נאכט, זיי זענען די מערסטע פריילעך. דייקא דערפאר וואס זיי האבן נישט קיין געלט, האבן זיי מער צייט זיך אפצוגעבן מיט סאושעלייזן מיט משפחה און גוטע פריינד, זיי לעבן און לאכן אינעם יעצטיגן מאמענט, נישט אין חלומות פון געלט און סוקסעס וואס זיי ווייסן אז זיי גייען קיינמאל נישט האבן, און דאס איז וואס ברענגט צופרידנקייט.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2676
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2524 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1697 מאל

Re: The World happiness Report

הודעהדורך מי אני » פרייטאג יוני 07, 2019 8:36 am

דאס איז די מוסר השכל פון די זעקסטע joke אויף די ליסטע.
https://www.businessinsider.com/profound-jokes-2014-6


Sent from my iPhone using Tapatalk
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
מי אני
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 447
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 3510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 264 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » פרייטאג יוני 07, 2019 1:31 pm

דאכצעכמער אז יום טוב ערליך האט א ניגון איבער דעם מעשה, איי איי איי איי אייזיק.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2676
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2524 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1697 מאל


גיי צוריק העמק דבר

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 4 געסט