גדליה האט געשריבן:ס'איז שטארק אנגענומען ביי די פרומערע מקומות אז מ'טאר זיך נישט אריינלאזן אין חקירה. אפילו דו וואס האלטן אז מ'מעג יא פילאזאפירן לאזן עס נאר צו אונטער געוויסע אומשטענדן, מ'מוז שוין זיין גענוג ערוואקסען, וכו' וכו'. עכ"פ יעדער איז מודה אז חקירה קען זיין א גרויסע פראבלעם אין אידישקייט, די שאלה איז נאר ווי א שטארקע פראבלעם ס'איז.
גדליה האט געשריבן:אפילו לויט די ראשונים וואס לויט ווי הקטן טענה'ט זאגען זיי אז ס'איז גאר א מצוה צו חקרנ'ען, איז זיכער אז די מצוה איז נאר אז מען זאל חקרנ'ען און למעשה צוקומען צו די מסקנא פון אמונה. נישט אז מ'זאל באמת זיין אפען צו אלע צדדים און מכריע זיין לויט ווי די הארץ שמעקט. במילא מוז מען זאגען אז אמונה וועט שטענדיג איבערוועגן חקירה, טא זאגט רז"ל פיליפ , וואס ברויך איך די גאנצע חקירה, כ'קאט עס ארויס לכתחילה.
אישתישבי האט געשריבן:אויב טאר מען נישט חקר'נען, טארסטו נישט חקר'נען פארוואס מען טאר נישט חקר'נען אויך נישט. ממילא איז עס א תיקו.
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ביי קאמפיוטערס זעהט מען אויך די זעלבע זאך, ווי מער מ'חקר'נט אין פראגרעמינג אלץ מער קומט מען צו פאלשע מסקנות, די בעסטע פראגרעמס האבן געמאכט די מענטשן וועלכע האבן קיינמאל נישט געלערנט פראגרעמינג. בכלל איז שוין פונלאנג אויפגעוויזן געווארן אז פון די אלע שטודירטע און קאלעדש גראדואירטע איז נאך גארנישט ארויסגעקומען, די גרינדער פון די גרויסע קאמפאניעס ווי גוגל, עמעזאן, מייקראסאפט, פעיסבוק וכו' זענען אלע אמיש פארמער.
חסיד פון ליטא האט געשריבן:די עיקר פראבלעם מיט חקירה איז לדעתי הקלושה, וויבאלד מ'גייט ווערן איבערצייגט אויף הונדערט פראצענט אינעם לעגעטימיטעט פון אידישקייט וועט שוין מער נישט זיין דער מושג פון אמונה, ס'וועט בלויז זיין ידיעה.
הקטן האט געשריבן:גדליה האט געשריבן:ס'איז שטארק אנגענומען ביי די פרומערע מקומות אז מ'טאר זיך נישט אריינלאזן אין חקירה. אפילו דו וואס האלטן אז מ'מעג יא פילאזאפירן לאזן עס נאר צו אונטער געוויסע אומשטענדן, מ'מוז שוין זיין גענוג ערוואקסען, וכו' וכו'. עכ"פ יעדער איז מודה אז חקירה קען זיין א גרויסע פראבלעם אין אידישקייט, די שאלה איז נאר ווי א שטארקע פראבלעם ס'איז.
למען הפינקליכקייט: אנדערע האבן געהאלטן אז ס'איז גאר א חיוב חוקר צי זיין.
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ביי קאמפיוטערס זעהט מען אויך די זעלבע זאך, ווי מער מ'חקר'נט אין פראגרעמינג אלץ מער קומט מען צו פאלשע מסקנות, די בעסטע פראגרעמס האבן געמאכט די מענטשן וועלכע האבן קיינמאל נישט געלערנט פראגרעמינג. בכלל איז שוין פונלאנג אויפגעוויזן געווארן אז פון די אלע שטודירטע און קאלעדש גראדואירטע איז נאך גארנישט ארויסגעקומען, די גרינדער פון די גרויסע קאמפאניעס ווי גוגל, עמעזאן, מייקראסאפט, פעיסבוק וכו' זענען אלע אמיש פארמער.
הקטן האט געשריבן:רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ביי קאמפיוטערס זעהט מען אויך די זעלבע זאך, ווי מער מ'חקר'נט אין פראגרעמינג אלץ מער קומט מען צו פאלשע מסקנות, די בעסטע פראגרעמס האבן געמאכט די מענטשן וועלכע האבן קיינמאל נישט געלערנט פראגרעמינג. בכלל איז שוין פונלאנג אויפגעוויזן געווארן אז פון די אלע שטודירטע און קאלעדש גראדואירטע איז נאך גארנישט ארויסגעקומען, די גרינדער פון די גרויסע קאמפאניעס ווי גוגל, עמעזאן, מייקראסאפט, פעיסבוק וכו' זענען אלע אמיש פארמער.
ער מישט א קיגעל, hard science מיט פילעזאפיע
אויבערפלעכלעך עס יאשעל
גראדעמעכעלע האט געשריבן:מען זעהט ביי די וואקסינאציע סוגיא אז ווי מער זענען חוקר אלץ מער זענען דא וואס קומען אן צום פאלשן מסקנא.
באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 4 געסט