בלאט 1 פון 1

די סייענס תורה טעסט

נשלח: מאנטאג יולי 15, 2019 8:14 pm
דורך גדליה
ס'איז ידוע אז איינע פון די גרויסע דערגרייכונגען אין די מערב וועלט איז די ערפינדונג פון סייענס. דאס איז צושטאנד געקומען ווען מאדערנע חכמים האבען אנגעהויבן צו מאכען עקספערימענטס מיט די בריאה, און צו אנאליזירען און זעהן ווי אזוי די חוקי הטבע ארבעטן, און מכח דעם זענען זיי אויפגעקומען צו פארשידענע וויסענשאפטן און חכמות וואס זיי האבען ערפינדן.
מיר אידן ווייסען אז חכמה בגויים תאמין. יא! ס'קען זיין אז די טמא'נע גויים זאלן ערפינדען דזשי פי עס צו אנדערע טעכנעלאגיע, און פארשטענדליך אז ס'איז אלעס פאר די אידעלעך, זיי זאלן קענען זיך באנוצן מיט די טעכנאלאיגע, און נישט פאר די גאנצע עם ישראל, נאר טאקע פאר די אויסדערוועלטע קליינע מינאריטעט פון יידן וואס היטן שבת און עסן כשר'ס און פירן זיך ווי א איד ברויך זיך צו פירן.
מחסרונות הסייענס - איז ידוע דאס לשון פון הייליגן ארחות צדיקים - שעלולים לטעות. ס'איז א דבר ידוע ומפורסם אז סייענטיסטן זענען עלול זיך צו טועה זיין. וכבר היה לעולמים אסאך זאכען וואס קודם האט מען געמיינט אזוי און שפעטער האבען אפילו די סייענטיסטן אליין מודה געווען אז זיי האבן זיך טועה געווען.
האב איך זיך מתבונן געווען, ווי אזוי קען מען וויסען וועלכע סייענס איז אמת און וועלכע איז נישט? לכאורה אויף יעדע זאך קען מען זאגען אז ס'איז א טעות. וואס האב איך פון דעם אז א סייענטיסט שפענדעט לאנגע יארן מיט שווערע עקספערימענטס אויף צו ווייזן עפעס, מארגן קען דאך קומען א בעסערע סייענטיסט און אויפווייזען פונקט פארקערט? ומה הועילו חכמים בנסיונם.
נאך א זאך, ס'קען אמאל זיין אז א סייענטיסט ווערט געטריבן פון נגיעות. כידוע אז מענטשן ווערן כסדר געטריבען פון נגיעות, אפילו ביי הייליגע און גרויסע מענטשן מאכט זיך עס, כל שכן אזעלכע פשוט'ע בשר ודמים ווי סייענטיסטן.
האב איך געטראכט א מורא'דיגע עצה.
ס'איז ידוע אז די תורה מאכט נישט קיין טעותים. יעדע קוץ ותג פון די תורה שבכתב און תורה שבעל פה, ווי אויך אלע ספרים פון די אנגענומענע צדיקים, למשל בית יוסף, אר"י הק', רמב"ם, איז מער ווייניגער אלץ לויטער הייליג און ריין און אמת'דיג.
איז דאך דא א פשוט'ע עצה ווי אזוי צו וויסען צו די סייענטיסטן ווייסען וואס זיי רעדן, נעמליך מ'קען עס דורכפירן א תורה טעסט.
די תורה טעסט וועט דורכפירן די גאנצע אינפארמאציע פון די סייענס אין א אוצר החכמה, און מ'וועט זעהן אויב ס'איז דא עפעס א סתירה אין די תורה מיט די שטיקעל סייענס.
טאמער זאגט די תורה פארקערט ווי סייענס, איז די תורה הק' גערעכט, ווידער טאמער ס'איז נישט דא קיין סתירה אין די תורה, ווער רעדט נאך אויב סייענס קאנפירמירט וואס די תורה זאגט, איז די סייענס יא גערעכט.
והשתא דאתית להכי, ברויך מען בכלל נישט וויסען וואס סייענס זאגט. נאר אויף יעדע hypothesis קען מען עס באלד דורכפירן די תורה טעסט, און זעהן צו ס'איז אמת צו נישט. אזוי שפארט מען זיך איין אסאך ארבעט פון די סייענטיסטן מיט די קאסטבארע לאבראטאריעס, און מ'קען אנשטאט דעם שטיצן שקל הקודש.
און מיט דעם וועט מען טאקע זוכה זיין צו פארשטיין גאנץ רעאליטעט, והפך בה והפך בה דכולא בה.