זויער פיקעל און ניסלעך חודש תשרי

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 616 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1899 מאל

זויער פיקעל און ניסלעך חודש תשרי

שליחה דורך גדליה »

ס'איז אנגענומען ביי כלל ישראל אז מ'פירט זיך נישט צי עסען געוויסענע מאכלים במשך די העכערע טעג, למשל זויער פיקעל, די באליבטע ירק וואס געבט א "קראך" ווען מ'צוקייט עס, איז לחלוטין פארבאטען, וויבאלד דאס קען חלילה אנשרייבען א זויער יאר. אזוי אויך ווינעגער איז אסור, צוליב איר זויערקייט, און חסידים ואנשי מעשה פירען זיך צו מונע זיין פון עסען ניסעלעך במשך די העכערע ימים טובים, ווייל ס'איז דווקא בגימטריא א שלעכטע ווארט וואס איך וויל נישט אמאל ארויסזאגען אין אזא מקום קדוש.
פארשידענע ווערטעלעך גייען ארום, ווי למשל, א זויערע עסען איז אסור, אבער א זויערע פנים איז זיכער אסור (למעשה דאכט זיך די עולם איז זיך יא נוהג אז דייקא פיקעל טאר מען נישט עסען זויער, אבער פנימ'ער מעגען יא זיין זויער).
אזוי אויך זאגט שוין די משנה ברורה צו ווייסעך ווער אז כעס איז נאך ארגער ווי די אלע זאכענעס. די ידענים וועלען שוין צוברענגען פונקליכע מקורות.
אין גמרא זעען מיר אז ראש השנה אויפדערנאכט זאל מען עסען מאכלים וואס די נאמען זייערע באווייזט אז ס'קומט א גוט קנאקעדיג יאר.

און דא קומען צו צו אונזער שאלה.
וועלכע נארמאלע שופט גייט אפ'פסק'נען א דין לויט וועלעכע מאכל די מענטש האט געגעסען יענע טאג?
שוין אמאל געווען אזא זאך אין א משפט, צי אין אמעריקע אדער אפילו א דריט וועלט לאנד. א מענטש ערשיינט צום בית המשפט, און ער ווערט באשולדיגט אין מארד.
זאגט אים די שופט, ווענדט זיך וואס די האסט געגעסען היינט, אויב האסטו געטרינקען פיינע טשערי סאדע, איז א סימן אז ס'קומט א זיסע פסק, און דו ביסט פרייגעשפראכען.
גראדע האב איך היינט געגעסען האַט פעפערס, ענטפערט די ציטערדיגע באשולדיגטע.
האט פעפערס! שרייט די שופט. שוין ארויספירען למיתה!
און די פראסעקיוטער לייגט נאך צו זאלץ און פעפער: וואס האסטו געמיינט, וועסט עסען שארפע ציפעדיגע פעפערס אין די טאג פון דיין משפט? וועלכע שיגענער טוט אזא זאך?


שוין, כ'האב עס געמאכט אביסעל קאמיש, אבער די שאלה פארשטייט יעדער. אז ס'קומט א ערנסטע יום הדין, און מ'גייט אפ'פסק'נען די מענטש לויט זיינע חטאים און לויט זיינע זכותים, וואלטן מיר גערעכענט אז די זיסקייט, אדער זויערקייט, פון די טעגליכע וועטשערע האט נישט אינגאנצען א שייכות אהער.
ס'מאכט מיך טראכטען אז די משפט איז מער אזא מיסטישע זאך, עפעס אזא חלות וואס שוועבט אין די לופטן העכער די מענטש, וואס קען ווערען אפעקטירט פון א גלעזל עסיג אדער א צוקערדיגע רימון.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ

דער אשכול פארמאגט 18 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר