בלאט 1 פון 1

מיין גאט!

נשלח: מאנטאג אפריל 27, 2020 2:06 pm
דורך במדבר
גייט פראסט-וואָל, ביבעלישע קליידער.

די רויטע לאקען זיינע צוגיסט זיך ווי ''עוועלין די מאָרגאַן'ס'' ''העלענע פון טרוי''.

טיף-בלויע אויגן, וואס פינקעלט מיט טרערן, און שטענדיג פארטראכט.

ער שמייכעלט מיסטעריעז ''מונא ליזא''.

ער ריפט מיך מיט די ווייכע לעכצטענדע שטימע פון ''מאיר בנאי''

זיין בארד געקעמט ווייס און ווייעך ווי ''פראנציסקוי מאלזי'ס''''לעאָנאַרדאָ דאַ ווינטשי'ס'' פארטרעיט.

צוויי מאַסקיאַלער הענט (יד החזקה) ווי מיכאלאנג'לו האט שוין אנטפלעקט אין ''די שאַפונג פון אַדאַם''.

גלייכט צו הערן ''לענארד כהן'' און ''וויוואלדיס'' ''פיר ס'עזאנען''.

ער איז ''אינספייערט'' ביי: משה רבינו, אובאמא און זשאן נאש.

ליינט שפינוזא אבער גלייכט נישט זיין ערענסקייט.

ליבעראל געשטימט (סארי! איך מיין דארט אויבן) ווייסט דאך ''מלכותא דארעא כעין מלכותא דרקיעא''.

האט נאכאלס א ''סאפט ספאט'' פאר זיין אידישע פאלק, וואס ער שעירט בכלל פאר קינדער.

האט נערווען צו זיין פמליא של מעלה, ווי טראמפ צו זיין קאבינעט.

כמעט וואס ער עסט נישט. אויב עפעס, ''חלה און דיפס''. און פראנצויזישער ''קאמעמבערט קעז'' אמאל פאר א דעליקעט.

פאר שטוב באשעפענישן, האדעוועט ער צוויי פענגווינס, און א קליינע אפריקאנע עליפאנט.

גלייכט ''שאפענהאוער'', ''ראסעל'' און ''יוסף חיים ברנר''. ''הגם זיי פארלייקענען מיר''. בסך הכל האט ער ליב פראוואצירערס, הע! אינטערסאנט.

ער פארמאגט אבער א פעסטע אמונה. ''דעקארט'' האט שוין געזאגט '' -איך טראכט דערפאר בין איךCogito, ergo sum''.




שמע ישראל, די ''וואן ענד אונלי'', ה' אחד.