מי הוא אפיקורס

מחשבה, השקפה ועיון

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג יוני 18, 2020 9:13 pm

און ווער זאגט אז מ'קען זיך נישט טוהן אנדערש ווי די קולטור? :P
וַיִּכְתֹּב יְהוֹשֻׁעַ אֶת הַדְּבָרִים הָאֵלֶּה בְּסֵפֶר תּוֹרַת אֱלֹקים וַיִּקַּח אֶבֶן גְּדוֹלָה וַיְקִימֶהָ שָּׁם תַּחַת הָאַלָּה אֲשֶׁר בְּמִקְדַּשׁ השם, הדא הוא דכתיב: לֹא תִטַּע לְךָ אֲשֵׁרָה כָּל עֵץ אֵצֶל מִזְבַּח השם אֱלֹקיךָ אֲשֶׁר תַּעֲשֶׂה לָּךְ..
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3672
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 3539 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2809 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יוני 18, 2020 10:10 pm

שאראש-פאטאק האט געשריבן:מלמד תינוקות שאמר שספר אור החיים לא נכתב ברוח הקודש הינו כופר ואפיקורוס, ויש לפטרו (דברי חיים יו"ד ח"ב קה).
אין דברי חיים יו''ד ח''ב סימן ק''ה שרייבט ער. מלמד תינוקות שאמר שספר אור החיים לא נכתב ברוח הקודש הינו כופר ואפיקורוס, ויש לפטרו

שרעק זיך נישט פאר עקסטרעמע שפראך, אין מיטן א מערכה פאלן ווערטער וואס רעפלעקטן נישט די אמת'ע מיינונג.

אבער כ"ז אכניס אין די פתיחת האשכול. איך האב נישט קיין פראבלעם ווען אזא איינער איז א מלמד פאר מיין קינדער, ווייל ביי מיר איז דער 'רוה"ק' פון דער אוה"ח נישט קיין צענטראלע חלק פון מיין אידישקייט. אבער ווען א מלמד גלויבט אז לערנען גייט צום סטרא אחרא, אדער אז א צענטראלע חלק פון אידישקייט איז 'נישט ציונים', וואלט עס געווען א פראבלעם פאר מיר. און פון דעסטוועגן איז יענער נישט קיין אפיקורס.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך ליטוואק פון בודאפעסט אום דאנערשטאג יוני 18, 2020 10:24 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9606
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3279 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9089 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג יוני 18, 2020 10:18 pm

ליטוואק: אבער דו וואלסט נישט געוואלט אז ער זאלל לערנען מיט דיינע קינדער. דו וואלסט נישט געוואלט אז דיין יונגל זאלל דיר זאגן איין טאג..."טאטי דו ביסט א שייגעץ. ווייל דו האלטסט אז רב ש"ך איז געווען א גרויסער מענטש. ער איז דאך געווען א שייגעץ און א ציוני...! אדער אז אין פאנאוויזש און מיר לערנט מען א סאך תורה...זיי זענען דאך ציונים. און זייער גאנצע תורה גייט צו די סיטרא אחרא...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 13985
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16036 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9092 מאל

הודעהדורך mevakesh » דאנערשטאג יוני 18, 2020 11:27 pm

מי היא אפיקורוס? על פי הלכה קוק אריין און רמבם אדער גמרא ווי מען האט געברענגט פריער
וואס מענטשן רופן אפיקורס? יעדער רופט אפיקורוס טואס איהם שמעקט אדער בעסער וואס איהם שמעקט נישט
עס איז נישט מעלה און נישט מוריד גארנישט מער ווי ווער הייסט א חאניאק
באניצער אוואטאר
mevakesh
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 932
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 804 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 882 מאל

הודעהדורך פארוואס? » דאנערשטאג יוני 18, 2020 11:57 pm

אפיקורס איז געווען א גריכישער פילאזאף וואס האט געגלייבט אינעם פסוק אכול ושתה כי מחר נמות.

אין די חרדישע וועלט ווערט דאס טיטל אפיקורוס גענוצט צוזאמען מיט מין וכופר, אדער א סאטמערער ציוני, כאטש וואס יעדע טיטל מיינט עפעס אינגאנצן אנדערש.
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.

~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
פארוואס?
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 922
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 12:28 pm
האט שוין געלייקט: 1530 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1824 מאל

Re: מי הוא אפיקורס

הודעהדורך דער גאלדענער אדלער » פרייטאג יוני 19, 2020 12:52 am

לערנען'דיג די וואך אינעם ספר הכוזרי מיטן פירוש פון קול יהודה פון הרב ר' יהודה מוסקאטו זצ"ל, האב איך געזען וואו ער טייטשט אפ דאס ווארט מין, ס'האט מיר זייער געפאָלן, כ'ציטיר זיין לשון "ולפי דעתי נקראו מינים על כי אינם מסכימים על דעת אחת וזה יקרה להם מצד היותם בלתי סומכים על הקבלה אבל כל אחד מהם מסברת שכלו בונה במה לעצמו עד היותו כמין נפרד מיתר אנשי מינו, כי אמנם הקבלה היא נפוצות יהודה תקבץ להיותם גוי אחד בארץ ובלעדיה הנם ככל המינים הללו נפוצים בדעותיהם כאמור".
דער גאלדענער אדלער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 849
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
האט שוין געלייקט: 4042 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1557 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק העמק דבר

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט