בלאט 1 פון 1

די גדר צווישן צניעות שיינקייט אין פריצות

נשלח: זונטאג יוני 21, 2020 4:01 pm
דורך 1111
איך וויל פארשטיין די קלארע גדר פון שיינקיייט צניעות אין פריצות.

יעדער פארשטייט אז א פרוי מען זיין שיין אנגעטון. עס איז נישטא קיין הלכה אז מען דארף גיין מיעס אנגעטון, אדער אז מען דארף אויסוועלן די מיסע קלייד ענדערש ווי א שיינע. אין אנדערע ווערטער עס איז קלאר אז מען מעג זיין שיין אנגעטון אפילו די שיינע קלייד וועט מער צוען דאס אויג פון א מאן. שיינקייט איז נישט א סתירה מיט צניעות

פון די אנדער זייט ווייסט יעדער אז מען טאר נישט זיין פריצותדיג, יעדער פארשטייט אז גיין האלב אויסגעטון אדער זייער טייט איז נישט צניעותדיג.

מיין הויפט שאלה איז, וואס איז די גדר ווען גייט א שיינע זאך אריין אינעם ענין פון פריצות איז ווען איז עס נאר שיין אין עס איז נישט קיין פראבלעם?
נאך א שאלה איז, זענען שענערע פרויען מער מחיוב זיך אנצוטון מיס? איז עס מותר פאר מיסע פרויען זיך אנצוטון גאר שיין אין ציעדיג?

אייערע אייגענע סברות איז וועלקאם, אבער איך וויל ביעקור הערן פון אן הלכה אדער השקפהדיגע שטאנדפונקט.

קען זיין עס באלאנגט אין מאחורי, אויב אזוי מיטע עס אהין רוקן