ווען מיר זאלן צולייגן די (אבסורדאלע) טעאריעס פון עוואלוציע

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 19776
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 24900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15076 מאל
קאנטאקט:

ווען מיר זאלן צולייגן די (אבסורדאלע) טעאריעס פון עוואלוציע

שליחה דורך berlbalaguleh »

וואס איך גיי דא שרייבן קען אפשר ווערן אויסגעטייטשט ווי כפירה (ח"ו), אבער דער ציל פון דעם ארטיקל איז פונקט דאס פארקערטע.

ס'איז מיר בייגעלאפן א מחשבה וואס ס'וואלט געווען ווען מיר זאלן (פרובירן) צו לייגן די אבסורדאלע טעאריעס פון עוואלוציע ווי אויסגעטייטשט דורך דארווין ותלמידיו צו די געשעענישן וועלכע ווערן פארציילט אין תנ"ך. ספעציעל אין חומש.

ס'נישט אז ס'איז נישט פארהאן אזא זאך ווי עוואלוציע. זיכער אז יא. נאר אלעס איז א חלק פון די בריאה וואס דער אייבישטער האט באשאפן, און ער האט אריינגעלייגט דעם כח אין די אלע דצח"מ אז זיי זאללן זיך מיט די צייט טוישן און אנטוויקלען. די גמ' רעדט דאך פון דעם. אנרופנדיג דאס "נשתנו הטבעיים"...!

לאמיר צוערשט נאר רעדן איבער דינאוזארן (דיינאסארס). די דארוויניסטן למיניהם האלטן אז די עקזיסטענץ (און פארניכטונג) פון אט די גרויסע באשעפענישן איז א דירעקטע סתירה צו מעשה בראשית. אבער ס'שטייט דאך קלאר ארויס אין די פ' פון בראשית אז דער אייבישטער האט באשאפן די "תנינים הגדולים, די גרויסע סערפענטן...", נאר זיי זענען פארניכטעט געווארן אין מבול.

אויך. ווען מיר זאלן צולייגן די טעאריעס פון עוואלוציע צו די אנדערע געשעענישן וועלכע ווערן פארציילט אין די תורה, אזוי ווי קריעת ים סוף אדער קבלת התורה קען עס אויסזעהן אפילו קאמיש. לאמיר זאגן אז ס'האט גענומען מיליאנען יארן ביז ס'האטציך געמאכט א שפאלט אין ים סוף, אדער אז די לוחות און די עשרת הדברות אויף זיי האט גענומען עטליכע מיליאן יאר ביז ס'האטציך אויסגעהאקט און אויסגעפארעמט פון גראניט שטיין וואס איז געווען ביים בארג סיני...!

די מסקנא איז אז ס'איז א סאך גרינגער און מער לאגיש צו זאגן אז ס'איז דא א באשעפער וועלכער האט באשאפן די אלע זאכן מיט גרויס חכמה. און די סיפורים וועלכע ווערן פארציילט אין חומש איבער מעשה בראשית און די ווייטערדיגע אנטוויקלונגען דארפן אנגענומען ווערן ככתבם וכלשונם. ווען ס'שטייט אין חומש אז דער אייבישטער האט באשאפן די וועלט אין זעקס טעג, לאמיר נישט זיין קיין אויבער חכמים און זאגן אז דאס מיינט זעקס ביליאן יאר...!

דער אשכול פארמאגט 25 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר