אונזער זיידע לבן הארמי

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
באניצער אוואטאר
יעקב מעקסוועל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 357
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 12:30 pm
האט שוין געלייקט: 993 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1176 מאל

אונזער זיידע לבן הארמי

שליחה דורך יעקב מעקסוועל »

לאמיר אויסשמועסן וואס מען האט געטון מיט לבן הארמי. לויט ווי מען זעט אין די תורה איז לבן געווען זייער אן ערליכער און גוטהארציגער מאן, און מען לייגט אים אראפ אין אונזערע קרייזן ווי ער וואלט געווען ווער ווייסט וואס. מען מאכט א גאנצע תורה פון די ווארט הארמי, "הרמאי", האסטו נישט באמערקט בתואל הייסט אויך הארמי? ווייסט גאנץ פדן ארם האט מען גערופן הארמי..?

די ערשטע מאל טרעפט מען לבן אין די תורה ווען אליעזר עבד אברהם קומט צו גיין צו טרעפן א כלה פאר יצחק. לבן נעמט אים אויף גאר שיין "בוא ברוך ה'..." פארוואס שטייסטו אינדרויסן, קום אריין, "אנכי פניתי הבית..." עס איז אויך דא פלאץ פאר די גמלים. אין מיינע אויגן זעט דאס אויס ווי גאר א העפליכער מאן, אבער ניין, גלייך דארף מען מפרש זיין פניתי הבית רעדט פון עבודה זרה...

נאך אליעזר לייגט אראפ די ווערטער פון אברהם אבינו, און די גאנצע עפיזאד, רופט זיך לבן אן "מה' יצא הדבר!". אפילו די היימישע אידן וואס איך קען זענען נישט אזוי שגור בשם ה', בוא ברוך ה', מה' יצא הדבר, ממש אומגלויבלעך.


און מען קען מיינען עשו "הרשע" איז געווען אזא גרויסע רשע. ער קומט אהיים אויסגעמוטשעט פון פעלד, ער פילט ווי ער גייט שטארבן ליטערעלי, און יעקב נוצט אויס די געלעגנהייט צו ארויסקוועטשן די בכורה. וואס זאל עשו טון? ער זאל שטארבן? און מען מאכט נאך לצנות "ויאכל וישת ויקם וילך..." עז איף די ווערטער זענען עפעס שלעכט.

איז נישט קיין וואונדער יצחק האט געוואלט בענטשן עשו, ער האט געטון צו דער זאך, און געטון זיין ארבעט אויף דער וועלט ווי א נארמאלע מענטש. אבער רבקה האט זיך אנגענומען פאר איר ספוילד ברעט, יעקב איז אפגעזיצן אין איר געצעלט ווי א תם, געארבעט ווי א רבי'שע, און זי זאגט אים גיי כאפ די ברכות. זי האט געדארפט קאכן און באקן אלעס, און אים נאך העלפן זיך אנטון...

די גרעסטע פלא איז, ער זאגט איך בין עשו דיין בכור, איך האב געטון וואס דו האסט מיר געהייסן, און אלע רבי'ס און חדר זענען מסביר פארוואס עס איז נישט קיין ליגנט... און איך האב געכאפט פון די זעלבע רבי'ס פאר סאך קלענערע ליגנטס. און נאכדעם לאכט מען אין חדר פון עשו'ס וויי געשריי, יעקב טוט נישט גארנישט א גאנצע טאג, ער קען אפילו נישט קאכן מער ווי א טאפ לינזען, און ער ריפעלט אפ זיין ברודער שוין צום צווייטן מאל. ווער וואלט אים נישט פיינט געהאט?


לאמיר כאפן א בליק ווען יעקב אבינו קומט אן קיין ארם נהרים. לבן הערט יעקב קומט, ער לויפט ארויס, ער נעמט אים ארום מיט א קוש, ער ברענגט אים אריין אין זיין הויז, און ער זאגט פאר יעקב "אך עצמי ובשרי אתה". און יעקב זיצט דארט אפ פאר א חודש צייט. און וואס האט מען מיר אויסגעלערנט? לבן האט אים געקושט צו טרעפן זיין געלט... קאם אן מען.

נאכדעם אפפערט לבן א דזשאב פאר יעקב, "מה משכרתך?". יעקב בעט לבן'ס טאכטער, אבער ער וויל נישט די עלטערע טאכטער ווי עס איז איינגעפירט אין פדן ארם (און אויך ביי אונז). ער וויל דווקא די אינגערע, און ער שעמט זיך נישט עס ארויסצוזאגן ברחל בתך בקטנה... לבן זאגט אוודאי וואלט איך איר געגעבן פאר דיר, און דא קומט די איינציגע עוולה וואס ער האט געטון, ער געבט לאה אנשטאט רחל. מען קען מיינען די ריזיגע עוולה דערפון, קודם כל איז עס פשוט די מנהג המקום, חוץ מזה, גלייך ווען די שבע ברכות האט זיך געענדיגט האט ער אויך באקומען רחל, סך הכל האט ער באקומען לאה אויך.

נאכדעם הייבט זיך אן די ביזנעס, יעקב טוט אלע כיטערע שטיקעס צו מאכן די שאף גיין פאר אים, און אונז געבן נאך גערעכט פאר יעקב... די מציאות איז, לבן איז געווען אן עושר און יעקב איז געקומען מיט גארנישט, פלוצלונג איז יעקב געווארן בעל הבית פון ריזיגע מחנות... און ווען לבן'ס קינדער הייבן אן צו שמועסן אז יעקב האט בא'גנב'עט זייער טאטע, לאזט ער שנעל רופן רחל און לאה אין פעלד, און ער פארציילט זיי אז זייער טאטע האט אים גאר אויסגענארט... און אז גאט האט אים געהייסן שוין צוריקצוגיין קיין א"י...


נאך אלע מעשיות ווייסט יעקב וואס ער האט אפגעטון פאר עשו, ער האט גוט מורא פון אים, און וואס טוט עשו ווען ער טרעפט אים? ער נעמט אים ארום און קושט אים! עס איז אומגלויבלעך! קען זיין וועגן דעם רופט מען אים עשו הרשע, אויב וואלט ער געווען עשו הצדיק וואלט ער זיך זיכער געשלאגן מיט זיין ברודער... און וויאזוי פארציילן די רבי'ס אין חדר? ער האט אים געוואלט בייסן און זיין ציין איז ארויסגעפאלן... נישטא ווער זאל לאכן.


עס איז צייט צו אפגעבן אביסל רעספעקט פאר אונזער חשוב'ע אבות, אונז זענען טאקע אייניקלעך פון יעקב אבינו. אבער אונז זענען אויך איינקלעך פון לבן, תרח, און לויט'ס ווייב...
Thoroughly conscious ignorance, is the prelude to every real advance in science - James Clerk Maxwell

דער אשכול פארמאגט 32 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר