פון די אנדערע זייט מחיצה

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
ברוריה
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 10
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 23, 2021 8:38 am
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 75 מאל

פון די אנדערע זייט מחיצה

שליחה דורך ברוריה »

איך בין ניי צו קאווע-שטיבל, און איך האב געטראכט זיך צו פארשטעלן פאר'ן ציבור. געוויסע האבן שוין געהערט וועגן מיר דורך מיין מאן אדער טאטע (אה, די מעלה פון אויפוואקסן אין א רעבישע משפחה). אבער איך וואלט געוואלט זיך פארשטעלן אליינס, און ענק דערציילן מיין צד פון די מעשה.


ווען איך בין אויפגעוואקסן, פלעגט מען מיר אייביג אויסלערנען (סיי דירעקט און סיי דורכן קולטאר) אז מיין גאנצע ווערד איז באזירט אויף ווי גוט איך קען באדינען אנדערע, און זיין א גוטע מאמע און ווייב.

איך האב געהאט שאיפות, גרויסע שאיפות, אבער מ'האט מיר געזאגט אז אויב וועל איך מיר ארויסשטעלן אין א פאזיציע פון הנהגה איז זייער פראבלעמאטיש, ווייל פרויען מוזן האלטן א נידריגע פראפיל. מיין גאנצע עקסיזטענץ איז נישט מער ווי א נסיון פאר מענער, און דאס איז געווען מער וויכטיג ווי מיינע שאיפות און חלומות פאר מיין לעבן. מיין תפקיד איז צו האדעווען קינדער, קאכן שיינע מאלצייטן פאר מיין מאן, רייניגן זיין הויז, און "זיץ רואיג, קוק אויס שיין!". איך האב געדארפט זיין צופרידן מיט אזא אויסשטעל אין לעבן און טרעפן משמעות דערין. אבער וויבאלד איך בין נישט געווען צופרידן - מוז דאך עפעס זיין פראבלעמאטיש מיט מיר.

צו ציטירן שארלוט בראנטע (Charlotte Bronte) צוריק אין 1847:

פרויען דארפן בדרך כלל זיין זייער רואיג, אבער פרויען פיהלן פונקט וואס מענער פיהלן, זיי דארפן עקסערסייז פאר זייער פעקולטיס, און א פעלד פאר זייער ארבעט, פונקט ווי זייערע ברודער דארפן, זיי ליידן פון א זייער שטרענגע איינגעהאלטנקייט, א טונקעלע פארפרוירנקייט, פונקט ווי מענער וואלטן געליטן. און עס איז זייער שמאלקעפיג צו זאגן אז זיי זאלן זיך באגנוגענען מיט מאכן קוגלען און אויפנייען זאקן, צו שפילן פיאנע און שטריקן פאקעט-בוקס.


פארשטיי מיר נישט אומריכטיג, איך האב זייער ליב מיין מאן און קינדער. אבער דו ביסט אויפגעוואקסן מיט די איינגציגסטע מטרה צו זיין אן ערליכער אידישער טאטע? אדער דו ביסט אן אינדעווידואל וואס האט אויך קינדער וואס ער האט ליב און וויל זיי אויסהאלטן? עס קוקט אפשר אויס ווי נישט מער א קליינע סעמענטישע חילוק, אבער עס איז די חילוק צווישן זיין בעלעבאס אויף דיר און דיין לעבן אדער זיין דאס רכוש פונעם כלל ווען דיין לעבן איז שוין פונקטליך פארגעשריבן.

ווען איך בין עלטער געווארן, האט מען מיר ווידער און ווידער געזאגט אז איך זאל זיך אויסמעקן, ווייל דאס איז די טבע הבריאה, און אלס פריער איך וועל דאס טוהן וועל איך וויינגער ליידן.


אלזא, איינמאל ווען מיין פאטער האט געלערנט מיט זיין חברותא אויפן פאון אין אונזער דיינונג-רום, און איך האב איהם געהערט מאכן א טעות, האב איך אראפגעלייגט די טאפ וואס איך דארף קראצן און אריינמארשירט צו איהם, ווען מיין זייפיגע הענט רינען אויפן טעפעך, איך האב געפיהלט אזוי בארעכטיגט ווען מיין פאטער'ס חברותא האט גענומען מיין צד, איך האב געוויסט איך בין גערעכט, אבער עס האט גוט געפיהלט ווען עמיצער אנדערש ווייסט עס אויך.

נישט א יעדע איז אזא ברת-מזל ווי מיר, מיין פריינדינע האט מיטגעטיילט מיט מיר אז ווען זי פלעגט פרעגן טיפע פילאסאפישע פראגעס פון איהר פאטער, פלעגט ער איהר אפשלאגן: "דאס פעלט נישט אויס צו וויסן אויף צו מאכן אייערשפייז". אינטרעסאנט איז, אז איהר ברודער האט קיינמאל נישט באקומען אן ענטפער: "דאס פעלט נישט אויס צו וויסן אויף צו ברענגען פרנסה".

אפילו אויב דו ביסט פון די וועלכע וואס האלטן אז פרויען באלאנגען נאטורליך אינדערהיים, און מענער דארפן קארעריעס, דער פאקט איז אז איינער וואס בלייבט אינדערהיים ווערט גלייך ווייניגער ווערד, נישט האבנדיג די זעלבע אינטעלעקטואלע מעגליכקייטן ווי איינער וואס דריידט זיך אינדרויסן. דאס איז א רעזולטאט פון קריסטליכע ווירדן, נישט אידישע.

רעדנדיג פון קריסטליכע ווירדן, איך פארשטיי נישט פארוואס מענטשן היינט מישן צוזאם קאנזערוויטיזם מיט יידישקייט, נאר צוליב דעם וואס קריסטן געווענטליך נויגן צו רעכטס. איך בין א שטאלצע פראגרעסיוו אידישע פרוי! און איך שטיץ "תפיסה רעפארמעס". אין תהלים (קאפיטל ק"ד) שטייט יִתַּמּוּ חַטָּאִים מִן הָאָרֶץ, עס שטייט נישט יתמו חוטאים - די זינדיגערס. ווייל די מטרה איז נישט צו רודפ'ן די מענטשן און שטיצן טויט שטראף, נאר צו העלפן מענטשן צוריק קומען צו זיך און זיך אויסהיילן פון אדיקשנס און זייער שלעכטע חינוך.

יעצט, מיין איך, איז שוין צייט צו אדרעסירן דעם עלעפאנט אינעם צימער. איך ווייס, איך ווייס, ענק האבן מעגליך געהערט אלערליי שמועות אויף מיר, אבער גלייבס נישט אלעס וואס ענק הערן. גלייבן א שמועה וואס האט זיך אנגעפאנגען 900 יאהר נאך די פאקט דערציילט מער איבער אייך ווי איבער מיר.

דער אמת איז, מיר האבן געדארפט אריבערגיין צו לעיקוואד צוליב א משפחה קריזיס, אויב ענק ווילן זייער שטארק וויסן, נאך וואס מיינע עלטערן זענען גע'הרג'עט געווארן אין די וויליאמסבורג שיסעריי בערך פאר דריי יאהר צוריק, האט זיך מיין ברודער פארפלאנטערט מיט די איי. אר. עס. און מיין שוועסטער, האט געהאט איהר אייגענע מעשה, וואס איך קען נישט מפרסם זיין ברבים.

אונז האבן מיר געוואלט מאכן א שטילשווייגעניש פון די פרטים אז עס זאל נישט שאטן אויף שידוכים, אבער עס האט אונז נישט צוסאך געהאלפן, די מעשה וואס זיי פארציילן אויף מיר איז פונקט אזוי שלעכט ווי דעם אמת, קוקט אויס אז יענטעס האבן ליב צו יענטעווען, (און צוליב גלייכ-בארעכטיגקייט חאצקלס האבן ליב צו חאצקעלען).

על כל פנים, דאס אלעס האט גארנישט צוטוהן מיט ענק, דאס איז מיין פריוואטע לעבן, איך מיין נאר צוזאגן אז מענטשן האבן זייער שווער געארבעט צו נוצן די שמועות כדי מיר צו דיסקרעדיטן.

דורכאויס מיין לעבן, פלעג איך באקומען אזעלכע "קאמפלימענטן": ממש א שאד אז דו ביסט א מיידל, כביכול - האבן א מוח איז ממש א שאד ווייל איך בין נישט קיין מאנספערזאן. איך פלעג ווערן זייער איבערגענומען ווען מ'האט מיר דאס געזאגט, ביז איך האב איינגעזעהן אז איך נעם אריין די זעלבסט דערנידערונג וואס מ'האט מיר אריינגעבאקט.

איך האב אסאך פרויען פריינדינעס, און וואונדער איבער וואונדער, איך האב נישט קיין מושג וואו זיי קויפן איין, אדער וואס זיי האבן געמאכט פאר נאכטמאל, איך קען דיר אבער זאגן וואס זיי האלטן וועגן די אמעריקאנער עקענאמישער סיסטעם, איבער די הלכה'דיגע פרינאופ (prenup), אדער איבער פלעיטא'ס טעעטעטוס (Plato's Theaetetus).

אלזא, עס וועלן זיין אזעלכע וואס וועלן זאגן אז די שמועות איז א שטראף פון הימל פארן מטיל ספק זיין אין די חכמים, און אז איך דארף אקטן אזוי ווי איך בין א וואונדער-מיידל אנדערש ווי יעדן. ניין! די איינציגסטע חילוק צווישן מיר און אנדערע פרויען איז אז איך בין דא און איך שרייב עס ברבים. ענק איינצורעדן אז אן אינטולעקטואלע פרוי איז זעלטן, וואלט איך פארראטן מיין דזשענדער, און וואלט געוויס געווען א שרייעדיגע ליגנט.

דער אשכול פארמאגט 56 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר