אין וואלדערס שיך

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1428
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 44 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1371 מאל

אין וואלדערס שיך

שליחה דורך היסטאריע »

יעדער איז שאקירט. פארוואס? מאבד עצמו לדעת איז דא יעדעס טאג. מאי כל הרעש? פשט?
מיין טאכטער פרעגט מיר וואס מיינט סיוסייד. מיין זוהן וואס הערט קול מבשר וויל אויף אן אמת וויסן וואס וואלדער האט געטוהן.
און איך בין מפליא פלאות אויף וואלדער. א חידוש פין א מעשה. אוודאי איז געוועהן פלענטי מענטשן וואס האבן זיך גענומען דאס לעבן. אבער די מעשיות זענען געווענליך פין דעפרעסיע, אדער מחלות הנפש. עד כדי כך אז מען איז זיך נוהג נישט צו האלטען די דינים מיט דער אויסרייד אז עס איז נישט געוועהן לדעת.

דא אבער זעהט אויס אנדערש. דא איז מסתבר אז מען רעדט פין א אנדערע סארט אינגאנצן. פין האבן א כח הכתיבה האט ער זיך אנגעטוהן גרעסערע שיך, און געווארען א מאן דאמר, און נישט קענענדיג צוריק האלטען זיינע תאווה'ס האט ער אויסגעניצט זיינע כשרונות צו מאנופילורען אשת איש'ת פאר זיין תאווה.

הן אמת, ביי אונז זענען פרויען צומאל קינדער. און מען קען זיי מפתה זיין ווי קינדער, און מיט דעם קומט דער בליק פין מענער צומאל, אז מען דארף פראטעטעקטען פרויען פין די מענער בעלי תאווה, קלאסישע חיים וואלדער סטייל. ולפעמים להיפוך, די פרויען רייצען די מענער מיט זייערע קליידער און מעיקאפ. גיי פארשטיי אונזער צופליקטע מהלך.

חיים וואלדער, זייענדיג א מבין אויף אונזער מהלך, האט פארשטאנען אז קיין פלאץ צו זיין א קנאקער האט ער נישט, האט ער מחליט געווען אויפצוגעבן זיין לעבן וואס איז אים נישט ווערט, אי לאו קנאקער אנא, און וויסענדיג אז מען וועט רחמנות האבן אויף אים, און ער האט א שאנס צו ווערען דער וויקטים, האט ער זיך געהרג'עט, לדעת.

פארוואס? ווייל ער איז סטופיד. דאס לעבן איז ווערט פאר ביליאנען מענטשן אפילו זיי זענען נישט קנאקערס. אבער נישט פאר אים. איך בין אין נישט דן חלילה, איך בין נאך קיינמאל נישט געוועהן א קנאקער צו קענען טועם זיין וואס עס מיינט פארלירן כח הקנאקער, אבער אז אזוי פיל מענטשן זענען נישט קנאקערס, האט ער נישט געקענט טרעפן א מהלך?

אויף בושות איז דא א מהלך. פרעגסט דער פין נצח פלייש. פארלוירען אלעס, אבער דאך לעבט ער און איז צופרידן.

מצד שני, קען זיין אז דער וואלדער האט אלעס געטראכט פין א קינדער בליק.

ווער קען פארשטיין זיין נשמה.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא

ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים

דער אשכול פארמאגט 49 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר