אידישקייט: די ריכטיגע רעליגיע -חקירה

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3068
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3325 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8402 מאל

אידישקייט: די ריכטיגע רעליגיע -חקירה

שליחה דורך שמן למאור »

די אשכול עפען איך אלץ א המשך פון די שמועס אויף א צווייטע אשכול ווי מ'איז דן אויפן טענות הכזרי, און מען וועט דא דן זיין פארוואס און אויב אידישקייט איז די ריכטיגע אמתע רעליגיע ע''פ חקירה,

איך מיין אז דאס וואס די תלמידי בעש''ט האבן געשטיפט אמונה פשיטה און גענויגט פון חקירה, איז בלויז נאך וואס זיי זענען צוגעקומען טאקע ע''י חקירה צום אמת, האבן זיי געהאלטן אז פאר פשוטי עם און פויערן, וואס ביי זיי ארבייט אמונה פשוטה, דאן איז א שאד זיך צו פארטושן די מח מיט קשיות, לאז זיי גלייבן און שוין,
אבער איינער וואס האט א העכערע איי קיו, און ביי אים ארבייט נישט די 'זיי א נאר און גלייב' סלאגאן, און בפרט איינער וואס האט שוין א קשיא, איז אודאי אויך געווען זייער מיינונג צו טון אין חקירה,
איז איך שטעל ארויף א דיסקלעימער, מען רעדט דא ריין חקירה, סאו אויב איז עס נישט פאר דיר, דאן ליינט טאקע נישט דא

איך וויל קלאר מאכן אז וואס איך שרייב דא איז בלויז לויט מיין פארשטאנד (וואס גייט טאקע נישט צו ווייט) און יעדער איז וועלקאם, און גאר געמוטיגט זיך צו דינגען און ארויפברענגען א צד שכנגד
מיין מסקנה איז טאקע נישט אז מען קען זיך איבערצייגן אויף זיכער אז אידישקייט איז ריכטיג, אבער פון אלע אפציעס אויפן טיש זעט עס אויס צו מיר צו זיין by far די בעסטע מהלך, וואס לייגט זיך די מערסטע אויפן שכל

קודם לאמיר אנהויבן פון אנהויב, ווער זאגט אז עס איז בכלל דא א באשעפער אויפן וועלט? די אלגעמיינע סייענטיפישער מהלך וואס איז אנגענומען ביי די אקעדעמיקער איז טאקע, אז עס איז נישטא קיין ג-ט,

אבער צו דעם מיז מען פארענטפערן די שאלה פון ווער האט באשאפן די וועלט? וויאזוי איז פון גארנישט (מליאנען יאר צירוק פאר די וועלט איז דא געווען) געווארן אזא שיינע וועלט מיט אלע איינצעלהייטן וואס איז דא אין זיך?

איז וואס די עטעאיסטן האלטן איז די מהלך פון עוועלושן און עס איז בערך ווי פאלגנד (איך האב געליינט לאנג צירוק די מהלך מער פינקטליכער, די יודעי דבר זענען וועלקאם אריינציקומען קלארער)
עס איז געווען פאר טריליאנען יארן צירוק א תוהו ובוהו, און עס זענען ארימגעשווימען עלעקטראנס מיט נוטראנס וכ' וכ' ביז עס האט זיך צאמגעשטעלט און געווארן אטאמס, און פון דעם איז געווארן היידזערדזין וכ' ביז עס איז געווען די ביג בענג וכ' וכ' געווארן חיות מיט מאנקיס מיט מענטשן וכ' גלגילום מיט גילגילום ביז עס איז געווארן וואס אונז זעהן דא היינט א וועלט
(יא עס גייט מער פיקטליכער און עס מאכט מער סענס, אבער בערך אויף אזא מהלך פארט עס)

און אויף דעם מהלך איז דא זייער אסאך קשיות וואס מאכט ג-ט סאך מער א ראציאנאלער מהלך

1) ווער האט באשאפן די ערשטע עלעקטראן אדער וואטעווער עס איז געווען, וואס איז געווען פארדעם?

2)דאס אז עס זאל זיך ממש פינקט אזוי שיין און מסודר אויסשטעלן? (די באקאנטע מעשה מיט די בילד, ווי די צדיק האט ג'טענה'ט אז די טינט האט זיך פינקט אויסגעגאסן און ס'געווארן א שיינע בילד

3)ווען האט זיך אלעס אנגעהויבן? גיי צוריק טריליאן מאל טריליאן ליכט יארן, וואס איז דאן געווען? איך מיין צו זאגן, גיי צירוק מיט אן 'עולם ועד' ס'האט דאך נישט קיין שכל'דיגן אנהויב

4)מען זעט שוין נישט היינט אז א מאנקי זאל ווערן א מענטש וכדו' עס וואלט זיך געדארפט ווייטער איוואלווען?

ועוד ועוד קשיות (די עולם קען משלים זיין)

אבער אז מען גלייבט אז ג-ט האט אלעס באשאפן, דאן איז געווען נאר די באשעפער פאר אלעס, און פון אייביג אן, וואס האט באשאפן די מושג פון זמן און מקום, און אונז קענען טאקע נישט פארשטיין אלעס ווייל אונז זענען נבראים, און ער האט באשאפן פינקטליך אזא שיינע וועלט מיט אלע דוטאלן וואס אונז זעהן
איך וועל ממשיך זיין שפעטער מיט נאך
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!

דער אשכול פארמאגט 96 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר