אמונה בעת צרה (לכבוד תגובה מספר 1000)

מחשבה, השקפה ועיון

אמונה בעת צרה (לכבוד תגובה מספר 1000)

הודעהדורך תרמב » זונטאג יוני 12, 2022 3:29 pm

היות איך קום יעצט אן צו תגובה מספר אלף וועל איך שרייבן א שטיקל כתבה בנושא האמונה וואס קומט פון די ערשטע פון די עשרת הדברות אנוכי ה' אלקיך.

איך פרוביר זיך צו דערגרינטעווען וואס אמונה מיינט בכלל, מ'זאגט נאך פון פארשידענע צדיקים אז אין די פערשט צייטן פון משיח'ס אנקומען וועט מען זיך שטארק מוטשענען מיט אמונה, ממש מ'וועט זיך דראפעווען אויף גראדע ווענט, דארף מען זעהן וואס דאס איז, ווען א מענטש גייט דורך שוועריקייטן קומט שטארק אריין דער עניין פון אמונה און בטחון ווען ס'קומט א צרה דארף מען זיך שטארקן מיט אמונה און בטחון עס צו קענען אריבער שווימען, הגם די צייט זיך צו בויען די אמונה איז נישט ווען מ'איז שוין אין טראבל, דעמאלטס איז שוין שווערער זיך צו מחזק זיין אין די אמונה, מ'דארף זיך אויסבויען ווען אלעס שיינט און גלאנצט, אזוי ווען מ'כאפט א שנעלקע און זאכן גייען שיעף זאל מען עס דורכשוויצן מיט די מינומום שעדיגונגען, דורך די אמונה וואס מ'האט.

אמונה טייטשט גלייבן - טראסט, מ'דארף גלייבן אין גאט ברוך הוא, דאס איז א רויע אפטייטש פון אמונה, די חיוב פון גלייבן בויעט זיך פון די ערשטע דיבור פון די עשרת הדברות אנוכי השם אלוקיך, דער אייבירשטער פארלאנגט אז אונז זאלן גלייבן אין אים אז ער עקזיסטירט און ער איז איינציג און אז ער האט אונז ארויסגענומען פון מצריים.

ס'איז א מחלוקת צו אמונה ווערט אריינגערעכנט אין מניין המצוות, דער רמב"ן רמב"ם און ספר החינוך האלטן אז עס פון די תרי"ג מצוות, דער בה"ג האלט אז נישט אבער דער רמב"ן שרייבט אז דער בה"ג האט געהאלטן אז דאס איז די יסוד צו אלע מצוות, אן דעם איז די מצוות גארנישט ווערט.

אמונה טייטש גלייבן, דאס הייסט אז מ'ווייסט קלאר , זעהן מיט די אויגן הייסט נישט געגלייבט, די שאלה איז אויב ס'איז שייך געווען פאר כלל ישראל ביים בארג סיני צו גלייבן, זיי האבן דאך געזעהן ווי די באשעפער באווייזט זיך צו זיי, האבן זיי נישט געקענט מקיים זיין די מצווה, אפשר קען זיין אז גלייך נאכן זעהן האט שוין געקענט אריינקומען ספקות אין וואס מ'האט געזעהן אז מ'האט שוין געדארפט צוקומען צו אמונה.

ס'איז דא צוויי סארטן אמונה, ס'איז א שטיקל מחלוקת וואס ס'איז וויכטיגער אנצוהאלטן, איינס איז אמונה דורך חקירה, דאס הייסט אז דער אייבירשטער וויל אז מ'זאל גלייבן אין אים און מ'זאל צוקומען צו די הכרה אז ער עקזיסטירט, רוב ראשונים האבן געהאלטן אז מ'דארף זיך שטארק אריינטון דערין ריכטיג צו וויסן איבער די באשעפערס עקזיסטענץ וואס דאס טוט מען דורך גרינטלעך שטודירן פילאזאפיע און אויפקומען אז ס'איז טאקע דא נאר איין באשעפער.

פון די אנדערע זייט איז דא די מהלך וואס רוב פון די שפעטערדיגע האבן זיך שטארק אנגעהאלטן דערין, דאס איז אמונה פשוטה, דאס הייסט גלייבן אינעם באשעפער ווייל די טאטע האט אזוי געזאגט, אן פרעגן קיין קשיות בתמימות ובפשיטות, ס'איז דא די באקאנטע מימרא פונעם בעל שם טוב זי"ע איך בין א נער און איך גלייב, עס ווערט געברענגט אין בני יששכר אסאך מאל ווי ער ברענגט פונעם יעב"ץ וואס האט פארציילט אז אין די צייטן פון די גירוש ספרד האבן די אלע חוקרים און פילאזאפירערס זיך געשמד זיך צו ראטעווען דאס לעבן, אבער די אלע פרויען און קינדער וואס האבן געגלייבט באמונה פשוטה האבן זיך געלאזט מוסר נפש זיין.

ס'איז אינטערסאנט די מהלך פון אמונה פשוטה היות אז דו גלייבסט אין וואס דיין טאטע זאגט דיר בלינדערהייט ביסטו דאך פונקט ווי דער מוסלמענער וואס גלייבט זיין טאטע, ביסט גארנישט אנדערש פון דער קריסט וואס גלייבט בלינדערהייט זיין טאטע, מוז מען צוקומען צו א שטיקל מהלך, ווי צום ביישפיל וואס די כוזרו שרייבט אז אונז האבן א הוכחה באמיתת התורה ווייל ס'איז א חזקה אז אין אדם מוריש שקר לבניו און זעקס הונדערט טויזנט אידן זענען געשטאנען ביים בארג סיני און מיטגעהאלטן ווי דער אייבירשטער האט זיך באוויזן צו זיין אויסדערוועלטער פאלק, און זיי האבן דאס איבערגעגעבן פאר זייערע קינדער און זיי פאר זייערע קינדער ביז אונז.

פון די אנדערע זייט אז מ'גייט מיט חקירות קען מען נישט זיין זיכער אויף גארנישט ווייל יעדן טאג קומט אויף פרישע קשיות און פרישע תירוצים אויף נעכטיגע קשיות, איז אפילו עפעס איז פארענטפערט דערזעהסטו זיך מארגן מיט א פרישע קשיא מוז מען צוקומען צו אמונה פשוטה זיך צו קענען דערהאלטן, לכאורה א שילוב פון ביידע איז די גראדסטע מהלך, אביסל זיך אריינטון אין הוכחות מציאות יתברך הוא, און זיך פארלאזן באמונה פשוטה אז די איבריגע וואס מ'פארשטייט נישט איז זיכער דא א גוטע תירוץ וואס מ'האט נאך נישט משיג געווען, ס'איז שווער צו זאגן אז די בעש"ט איז געווען ממש א נער, ער האט געמיינט צו זאגן לכאורה אז נאך אלע חכמות וואס ער האט געקענט האט ער צום סוף נאך אלץ געדארפט צוקומען צו אמונה פשוטה.

לאמיר צוגיין צום פינטל וואס איך האב געוואלט צוקומען, די נושא פון אמונה ווען מ'האט א צרה, איך האב געהערט פון א אינגערמאן א אינטערסאנטע שמועס וואס ער האט מיטגעהאלטן מיט ר' שלום מרדכי רובאשקין וואס ווי באוויסט האט זיך מחזק געווען אין תפיסה מיט די סלאגאן א ב ג, אמונה בטחון ברענגט די גאולה!, אגב מ'פארציילט איבער א צווייטער ארעסטאנט וואס מ'האט געזאגט אז ער האט אויך אזא סלאגאן פון א ב ג, אשמנו בגדנו גזלנו...

שלום מרדכי רובאשקין נאך זיין געוואלדיגע נס וואס ער האט געהאט, ווען טראמפ האט אים באפרייט פון תפיסה, איז אסאך ארומגעגאנגען איבער די וועלט צו פארשפרייטן זיין מסר כנהוג ביי די חסידות פון ווי ער קומט צו פארשפרייטן די אמונה בה' צווישן די מענטשן פון זיין פאלק, איז ער אויך געווען ביי א מסיבה פאר קינדערלאזע אידן און ער האט פאר זיי געדרשענט איבער זיין פעלזנפעסטע אמונה און בטחון וואס ער האט געהאט אינעם באשעפער אז ער גייט באפרייט ווערן פון תפיסה, און אזוי איז טאקע געווען ער איז טאקע באפרייט געווארן, האט ער געוואלט ארויסברענגען פאר די צובראכענע אינגעלייט אז מ'דארף נאר שטארק גלייבן אז מ'וועט געהאלפן ווערן און טראמפ וועט שיקן קינדער....

האט אים איינער געפרעגט דארט אזוי, דו גייסט ארום מיט א שטארקע מעסעזש אז מ'דארף גלייבן און ס'וועט זיין גוט, מיט א קלארע מעשה וואס האט פאסירט מיט דיר, קיינער האט נישט געגלייבט אז דו וועסט זיין אינדרויסן פאר 27 יאר, יעצט והנה ער איז דא פאר אונז, ארויס פון תפיסה פון איין מינוט אויפן צווייטן, אבער וואס וועסטו זאגן פאר א איד וואס די דאקטאר האט אים געזאגט אז דיין באדי קען נישט פרודיצירן קיין קינדער? אדער פאר א פרוי וואס האלט שוין נאך מענעפאוז און זי האט נישט קיין קינדער? זיי דארפן גלייבן אז זיי וועלן נאך האבן?

דו האסט געהאט א מהלך וויאזוי צו באפרייט ווערן צו אז דער קעניג זאל דיר באגנאדיגן אדער זאל געשעהן א רעוועלוציע און מ'זאל זיך איינברעכן אין די טורמע זשאנעווערי דעם זעקסטן און דיך ארויסשלעפן פון דארט, האסטו געהאט אמונה אז ס'גייט געשעהן עפעס און ס'איז טאקע געשעהן ס'איז געווען ווי די ברכה זאל חל זיין, אבער צו אזא איינער וואס קען בדרך הטבע נישט האבן קיין קינדער זאל אויך האבן אזעלעכע אמונות?

איך לייג צו אביסל שטערקער, ער האט געהאט אמונה יעדן טאג אז ער גייט באפרייט ווערן יענעם טאג למעשה איז ער באפרייט געווארן נאך זיבן יאר זיצן, אויף יענעם טאג האט ער טאקע פרוף אז אמונה ארבעט אבער זיבן יאר האט ער געהאט אמונה און ס'איז נישט געשעהן, סאו ס'ארבעט יא אדער נישט? אלא מאי איז לכאורה דא א שטיקל צומישעניש און די חיוב פון אמונה, ס'מיינט נישט אז מ'איז מחיוב צו גלייבן אז ס'גייט זיין גוט.

ס'מאכט אפילו נישט קיין סענס אז ס'איז דא א חיוב צו גלייבן א אמונה אז ס'וועט זיין גוט, האט זיך איינער אנגערופן דארט, פארציילנדיג אז א נאנטע משפחה זיינער האט זיך אויסגעדרוקט ווען זיין יונגערע שוועסטער האט אנגעהויבן ווארטן א קינד, אז איך גלייב באמונה שלימה אז דו וועסט געהאלפן ווערן ביי די טיים דיין שוועסטער וועט האבן דאס קינד, ביים אכטן ניינטן חודש האט יענער געזעהן אז ער ווערט נישט געהאלפן האט ער אנגעהויבן מורא האבן אז ער זאל נישט דארפן שיקן זיין קרובה צו אש התורה לחזק אמונתה, אמער איר גאנצע אמונה איז געשטאנען אויף הינערפוס, זי האט דאך געגלייבט באמונה שלימה אז ער גייט געהאלפן ווערן אין די קומענדיגע פאר חדשים און אז איר אמונה שלימה האט זיך נישט אויסגעשטעלט צו זיין ריכטיג, וואס וועט זיין מיט איר אידישקייט? זי קען נאך אלעס אפלאזן ח"ו, אשר על כן איז לכאורה נישט דא א זאך ווי אמונה וואס מיינט אז מ'גלייבט אז זאכן גייען פארן ריכטיג.

פון די עולם'ס רעספאנס דארט ביי די שמועס מיט רובאשקין איז געבליבן אז מ'דארף גלייבן אז דער אייבירשטער איז א כול יכול און ער קען טון וואס ער וויל, ער קען מאכן א פרוי א עקרה האבן קינדער אזוי ווי מ'האט טאקע געזעהן אזעלכע מופתים ביי שרה רבקה רחל און חנה, אבער ס'מיינט נישט אז ס'גייט טאקע געשעהן.

איינער האט געברענגט א תורה איבער גלייבן אין א זאך מיט אן אמת קען צוברענגען צו א ישועה, ער האט געברענגט א עבודת ישראל אז פארדעם שטייט ביי נוח אז ער איז געווען א מקטני אמנה, ווייל ער האט געוויסט אז ער וועט נישט גלייבן אין די מבול וועט עס נישט געשעהן, און ער האט נישט געוואלט אז די מבול זאל אנקומען.

דאס איז לכאורה די תירוץ אויף די אלע מופתים וואס חסידים שוטים פארציילן אויף זייערע רבי'ס וואס קענען נישט קיין אות אבער זיי מאכן א מופת... זיי גלייבן באמונה שלימה אז א בילד פון א צדיק מאכט מייז אנטלויפן און אינספעקטארס זיך לייגן, דאס קומט ווייל מ'גלייבט מיט אן אמת, לויט דעם חשבון וואלט עס געדארפט ארבעטן מיט גוישע צדיקים אויך...

דאס איז זיכער אז דאס וואס געשעהט גוטס נאכן גלייבן איז נישט אלס שכר, ס'איז פשוט א פועל יוצא פון א דרך החיים, אז מ'גלייבט ברענגט עס צו די גוטע זאכן, און אפילו נישט האט מען די אמונה וואס העלפט ארויס זיך ספראווענען מיט די שוועריקייטן, מענטשן קוקן עס אן אזוי ווי תהילים כולל, היינטיגע צייטן איז דא פילע צעטלעך אין שול וואס שטייט איך האב געדאנקט דעם באשעפער אז איך האב זיך צובראכן מיין פוס און נישט מיין קאפ און איך בין פערציג טעג שפעטער געהאלפן געווארן אז מיין אינגל האט געטראפן זיין סילי פוטי וואס ער האט באקומען ביי אבות ובנים, אדער איך האב זיך איינגעשריבן אין תהילים כולל און גלייך געהאלפן געווארן אז מיין שוויגער האט אוועקגעווארפן איר סמארטפאון און דעם זכות האט מיין אינגערע ברודער געהאלפן געווארן מיט א צווילינג....

מענטשן מיינען אז מיט אמונה דארף עס אויך אזוי ארבעטן, איך האב געהאט אמונה, פארוואס האב איך נישט גלייך געווינען די לאטערי? די תירוץ וואס מ'וועט געווענטלעך ענטפערן וועט זיין, האסט נישט געגלייבט גענוג שטארק.... און ס'איז גראדע אמת אויך, ווען יא פרעגט ער נישט אזעלעכע קשיות... אז מ'לעבט אמתדיג מיט אמונה דארף מען נישט קיין אינסטענט ישועות, מ'גלייבט אז אלעס איז בהשגחה און די באשעפער טוט וואס ער האט אין פלאן און אז ער וויל נישט אז איך זאל באקומען וואס איך וויל, איז נישט.

ס'איז דא א מהלך וואס געוויסע ברענגען אז מ'מוז גלייבן אז דער באשעפער טוט נאר גוטס, במילא אז מ'האט צרות דארף מען גלייבן באמונה שלימה אז דער אייבירשטער וועט אוועקנעמען די צרה און בדיעבד טאמער גייט עס נישט אוועק, גלייבן זיי באמונה שלימה אז פאר זיי איז גוט אזוי צו לעבן מיט די צרה.

די יסוד אז די אייבירשטער טוט נאר גוט פאר א מענטש איז נישט אזוי קלאר אין די גאר פריערדיגע מקורות, ס'שטייט אין די גמרא אז רבי עקיבא האט געזאגט אז כל מה דעביד רחמנה לטב עביד, אבער @מי אני ברענגט ארויס גאנצעטע מערכות אז עס קען געשעהן שלעכטע זאכן פאר מענטשן פשוט ווייל זיי זענען געווען אין די ראונג פלאץ און זאכן האבן געדארפט געשעהן און ס'גייט זיך נישט אפשטעלן ווייל ער שטייט דארט, דאס הייסט אז ס'איז דא א מעגליכקייט אז ס'זאל געשעהן זאכן פאר א מענטש וואס איז נישט לטובתו.

ווי נענטער צו אונזער דור ווי די סלאגאן טענק יו האשעם איז געווארן פאפולערע באמפער סטיקערס טרעפט מען די יסוד מער, אז יעדע זאך איז פאר די מענטש'ס טובה, די נושא פון צדיק ורע לו איז א טיפע סוגיא.

דאס איז זיכער אז אלעס וואס געשעהט צו א מענטש איז א חלק פון א גרעיטער קאוז, אלעס קומט במחשבה תחילה פונעם באשעפער, קען א מאמין סאך גרינגער אנעמען שוועריקייטן ווייל ער ווייסט אז די באשעפער פירט אלעס און ער גלייבט אין אים, איז אפילו אויב ער האט שוועריקייטן אין לעבן באדערט עס ווייניגער ווייל מ'גלייבט אז דאס וויל דער אייבירשטער און אז ער וויל אזוי איז עס שוין גוט.

איך האב געוויזן די מאמר פאר איינע פון די חשובי חברי השטיבל און ער האט געזאגט אז ס'איז אביסל קליינקעפיג פארן פלאץ דא, האב איך זיך געישוב'ט צו איך זאל עס ארויפלייגן, אבער איבערקוקנדיג ווי מ'איז ביזי מיט סאך גרעסערע שטותים ווי ווער ס'האט מער מענטשן וואס זענען געקומען עסן קרעפלעך ביי זייער פירער שבועות אדער אנדערע נערישקייטן האב איך דעסיידעד אז ס'גייט ארויף עניוועי, און מיט די צייט וועל איך זיך אויסברייטערן, און אויף די צוויי טויזענסטע תגובה ארויפלייגן עפעס בעסער.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך תרמב אום זונטאג יוני 12, 2022 6:46 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1035
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 5384 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1450 מאל

הודעהדורך מי אני » זונטאג יוני 12, 2022 4:20 pm

"גאנצעטע מערכות..." :D

זייער פיין געשריבן, ייש"כ. שוין גארנישט קליינקעפיג.

דאס קומט אלס מכח דאס באטראכטן ג-ט ווי אַן "אגענט" אדער "כאראקטער". דאס איז נישט ריכטיג (ועפ"י העיקר השלישי של הרמב"ם). אבער דאס איז שוין עפעס וואס רירט אָן אויף אַן אנדערן ארטיקל ואשכול מיינער און שוין א גאנץ אנדערע "מערכה"...

אין מיין אשכול איבער די צוויי וועקער ארטיקלען (די "מערכות"... :D ) איז די געדאנק אין גאר קורצן אז לאחרי הכל ווערט די וועלט געפירט, אפילו פון א טעאיסטישן מבט, אך ורק עפ"י די נאטורליכע געזעצן און פיזישע דעטערמעניזם. די געדאנק פון השגחה איז מער טעארעטיש (וואס דאס פירט שוין אריין אין רידעפינירן דעם געדאנק פון שכר ועונש, מטרת וכוונת מצות תפילה, וכו' וכו' וכו', תקחנו משם.)

און ווי אזוי דאס העלפט בנוגע אמונה (עכ"פ ווען מען טיילט דאס אפ פונעם משמעות פון "בטחון") בעת צרה ממש האמיר דא אָנגערירט דערויף, און טאקע אין די קאנטעקסט פון אַן אנטווארט צו א הערה פון @תרמב בעל האשכול הלז.

ייש"כ נאכאמאל.
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3690
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 11210 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3372 מאל

הודעהדורך עצי שטים » זונטאג יוני 12, 2022 5:25 pm

מזל טוב אויף דיין טויזענסטע תגובה!!!
כה יתן ה' וכה יוסיף...

זייער א שיינע מקיפ'דיגע ארטיקל איבער די נושא פון אמונה ובטחון. ווער האט געהאט די העזה צו זאגן אז דאס איז קליינקעפיג??? מסתמא האט יענער נישט גוט אדורגעליינט די גאנצע ארטיקל מיט א כובד ראש... ;)

מען קען צינעמען יעדע נקודה פון ארטיקל און עס פארברייטערן, איך וועל זיך נעמען צו די נושא אויב מען קען אדער דארף גלייבן אז א געוויסע גוטע זאך "גייט זיכער" פאסירן צו מיר.

פון די בריוון פון די חזון איש, און פון די סטייפלער (לויט ווי איך געדענק, כ'שרייב ארויס פון זכרון זאכן וואס איך האב געזען לאנג צוריק) האלטן זיי אין די ליטווישע לאגער אז עס איז נישטא אזא סארט בטחון צו גלייבן אז מען "וועט" געבוירן א קינד, אדער אז מען גייט "זיכער" געווינען די לאטערי, עס איז פשוט'ע טיפשות, צו ווייסטו דען די באשעפערס פלאן, אפשר וויל ער עס דיר נישט געבן,
נאר וואס דען, מען דארף האפן און בעטן, און גלייבן אז די באשעפער קען עס דיר געבן, און עס וואס עס געשעט למעשה צום סוף, איז דאס געווען די רצון הבורא.

אבער איך מיין אז אין די חסידישע חדר האט מען געהאלטן אז עס איז יא דא א העכערע מדריגה פון גלייבן אז עפעס גוט "וועט" געשען,
אודאי איז עס א מדריגה און מען פארלאנגט עס נישט פון יעדעם, אבער עס איז דא אזא זאך,

די מקורות געדענק איך נישט כרגע, אבער די מעשיות דאס אינטערצושטרייכן ליגט מיר נאך אין די זכרון
די בעש"ט איז אמאל געווען הונגעריג האט ער געקלאפט אויף א טיר פון א גביר און גלייך אנטלאפן ווייל ביז דארט האט ער געדארפן טון השתדלות לויט זיין דרגה אין בטחון.
(איך ברענג מיט די מעשה, אז בטחון איז א זאך פון הדרגות, און נישט יעדער קען זיין אויף די זעלבע מדריגה).

מען פארציילט אויף א געוויסע צדיק (כדרכי געדענק איך נישט כרגע די נאמען) וואס האט גע'דרש'נט אין ביה"מ, אז א אמת'ע מאמין דארף נישט טון קיין שום השתדלות, ער זאל אריינגיין אין ביה"מ לערנען, און די באשעפער וועט אים שוין שיקן עסן... בקיצור האט א תמימות'דיגע פויער וואס האט עס געהערט אנגענומען כפשוטו, אז די רבי זאגט איז דאך זיכער ממש אזוי, און ער האט געסטאפט צו ארבייטן, און זיך מחזק געווען מיט אמונה ובטחון, אפילו זיינע קינדער האבן אנגעהויבן צו הונגערן.. ביז עס האט אריינשפאצירט א פערד און וואגן פול מיט געלד.. עפעס אזוי...
זענען די געהויבענע חסידים געקומען פרעגן די רבי אז היתכן זיי מיט זייערע אמונה געשעט נישט אזעלכע זאכן,
האט זיי די רבי געענטפערט טאקע דאס, אז ער האט געהאט אזא שטארקע אמת'ע ריינע אמונה, ווי א עכטע פשוטע פויער אז ער איז געהאלפן געווארן, ענק גלייבן נישט אזוי שטארק, ענק זענען שוין צו קליג... ענק האבן ספיקות..

לכאורה וואס איז טאקע פשט פון אזא צוגאנג? קען מען דען גלייבן אין עפעס וואס מען קען נישט זיין זיכער אז עס גייט געזען? לויט ווי מען איז עס מסביר, איז פשט, אז עס ליגט אין די טבע הבריאה, אז אמונה ובטחון שלעפט די ישועה, "טראכט גוט וועט זיין גוט" איז נישט בלויז אן התחזקות נאר א עצה טובה, אויב איז מען אזוי קלאר אז עס וועט זיכער געשען, געשעט עס טאקע,
בערך אזוי ווי מען דערציילט איבער די דאקטור וואס פלעגט דורכוואקן די שטערבליך קראנקע, און זאגן ממש מיט א פינקטליכקייט ווער וועט עס איבערלעבן,
פשוט ער האט געקוקט אין זייערע אויגן, און געזען ווער עס האט נאך א האפענונג אין א ווילן צו לעבן.

הגם מען קען עס מסביר זיין מיט א לאגישע הסבר, אהן רילעיטעד צו העכערס, וואס די לאגיק גייט נישט אזוי אהן ביי זאכן פון למעלה מדרך הטבע, ווי האבן קינדער נאך די דאקטורים האבן שוין אויפגעגעבן וכדומה,
אבער ממבט תורני החסידי איז יא דא אזא זאך, ווי מען האט געזען ביי די מבקשי אמונה רבי (דער ברודער פון תו"א רבי און תוא"י רבי שליט"א) וואס האט געהאט קינדער נאך אסאך יארן... מיט פשוטע בטחון,
און מען קען זאגן אז רובאשקין האט אויך געהאט אזא סארט בטחון, עס האט אפשר גענומען זיבן יאר ביז ער איז אנגעקומען צו די דרגא פון בטחון, אז ער איז געווען אזוי זיכער מיט זיך אז די באשעפער אליין וועט אים מאכן א נס (כידוע אז ממש בעפאר די פארדאן איז ער געוואר געווארן אז די לעצטע דרך הטבע'דיגע מהלך וואס מען האט נאך געהאפט צו גיין דערמיט דורך די קאורט איז געווארן אויס, און ער האט זיך מחזק געווען אז נאר גאט אליין קען אים העלפן).
I installed a high vocabulary comprehensive forum
signature in english, to make myself look intelligent

Otzie Shitim -

א וויכטיגע מעסעדזש פאר די מענטשהייט!!!
עצי שטים
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1133
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 7:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 1039 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2452 מאל

הודעהדורך נוח » זונטאג יוני 12, 2022 7:15 pm

הערליכע ווארע!

דער וואס האט געזאגט "קליינקעפיג" האט מסתמא געמיינט צו זאגן אז קליינקעפיגע מענטשן וועלן עס נישט אפרישיעיטן.
יש מרבותינו דורשים אותו לשבח (רש"י)
באניצער אוואטאר
נוח
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 88
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 6:09 pm
האט שוין געלייקט: 151 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 284 מאל

הודעהדורך בורו פארק » זונטאג יוני 12, 2022 7:46 pm

עצי שטים האט געשריבן:מזל טוב אויף דיין טויזענסטע תגובה!!!
כה יותן ה' וכה יוסיף...

זייער א שיינע מקיפ'דיגע ארטיקל איבער די נושא פון אמונה ובטחון, ווער האט גאהאט די העזה צו זאגן אז דאס איז קליינקעפיג??? מסתמה האט יענער נישט גוט אדורגעליינט די גאנצע ארטיקל מיט א כובד ראש... ;)

מען קען צינעמען יעדע נקידה פון ארטיקל און עס פארברייטערן, איך וועל זיך נעמען צו די נושא אויב מען קען אדער דארף גלייבן אז א געוויסע גוטע זאך "גייט זיכער" פאסירן צו מיר

פון די בריוון פון די חזון איש, און פון די סטייפלער (לויט ווי איך געדענק, כ'שרייב ארויס פון זכרון זאכן וואס איך האב געזען לאנג צירוק) האלטן זיי אין די ליטווישע לאגער אז עס איז נישטא אזא סארט בטחון צו גלייבן אז מען "וועט" געבוירן א קינד, אדער אז מען גייט "זיכער" געווינען די לאטעריי, עס איז פשוטע טיפשות, צו ווייסטו דען די באשעפערס פלאן, אפשר וויל ער עס דיר נישט געבן,
נאר וואס דען, מען דארף האפן און בעטן, און גלייבן אז די באשעפער קען עס די געבן, און עס וואס עס געשעט למעשה צום סוף, איז דאס געווען די רצון הבורא

האסט מיר אויסגעכאפט מיט דעם ארטיקעל, איך האב געוואלט שרייבען וועגען דער מחלוקת פון דער חזון איש און דער חסידים, איך וואלט עס נאר געשריבען בקיצור.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך תרמב אום זונטאג יוני 12, 2022 11:14 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
בורו פארק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 19, 2022 11:06 pm
האט שוין געלייקט: 13 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 65 מאל

הודעהדורך קהל'ס נער » זונטאג יוני 12, 2022 7:54 pm

זייער שיין און מזל טוב ליובל תגובת האלף פון @תרמב.

לענינינו, ס'איז נאריש (בעיני) צי זאגן אז ביטחון איז א וועיג צי מאניפאליעטען די אייבערשטער, ועוד, מענטשן האבן יא געהאט ביטחון און סאיז נישט געלונגען, יא, מען קען טאקע דוחק זיין מיט די תירוץ אז זיי האבן נישט געגלייבט געניג שטארק, אבער נעם לאמיר זאגן רובאשקין, דארף מען זאגן אז ער האט נישט געניג שטארק געגלייבט פאר זיבן יאר און נאך זיבן יאר און א טאג האט ער געגלייבט באמונה שלימה, מאכט נישט צופיל סענס.
בקיצור, לויט ווי איך האב אמאל דורך געטין (שוין אפאר יאר ציריק, סאו איך געדענק שוין נישט קיין מראה מקומות), מיינט ביטחון אז מען גלייבט אז די אייבעשטער טיט עס מיט א חשבון, ד.מ. מיין צרה איז נישט געשעהן פינקט צי מיר, נאר די אייבערשטער האט געוואלט אז עס זאל קימען צי מיר, און ס'איז טאקע שלעכט און איך גיי קיינמאל נישט געהאלפען ווערן מיט דעים, אבער אזוי וויל די אייבערשטער, יעצט קימט צי נאך א נקודה אז אמאל קען זיין אז די זכות פון האבן ביטחון, דאס זאל ביישטיין אלץ א סגולה צי געהאלפן ווערן אבער דעיס האט גארנישט מיט ביטחון צי טון ס'איז נאר א זייטיגע נקודה.
"אין א וועלט פון משוגע, דארף מען זיין גיט משוגע, נישט צי וועלן זיין משוגע"
ישראלי גרין
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1220
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 3359 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2327 מאל

הודעהדורך קבצו זקנים » מאנטאג יוני 13, 2022 2:54 am

ר' אברהם מרדכי מלאך האט דא שיין מסביר גיווען אז בטחון איז לעתיד, דהיינו אז מען האפט און איז פארזיכערט (בטחון מלשון בטוח - פארזיכערונג) אז השי"ת וועט העלפן און עס וועט זיין (ס'איז) גיט אונד אמונה איז דער טייטש לעבר אז מען מאמין באמונה שלימה אז דאס וואס איז פאסירט איז ריכטיג בצדק ובמשפט.

מען טרעפט דאס ביי דוד המלך ווען בת שבע איז פארשוואנגערט גיווארן פין די ביאה ראשונה פינעם דוד המלך איז געקימען נתן הנביא אינעם נעכסטען יאהר אונד האט עהם גיזאגט אינעם נאמען פונעם באשעפער ברוך הוא אז דאס קינד וועט שטארבן!

האט דוד המלך זיך מצער גיווען מיט זיצען אויפען ערד, גיפאסט אונד גיוויינד אונד אז דאס קינד איז געשטארבן איז ער געגאנגען צים משכן מצדיק צי זיין דעם דין אונד האט זיך נישט מער מצער גיווען. דא די פסוקים אין שמואל ב פרק יב פינקט אין פסוק 'חי' איז דער אינגעל גישטארבן:

וַיְהִי בַּיּוֹם הַשְּׁבִיעִי וַיָּמׇת הַיָּלֶד וַיִּרְאוּ עַבְדֵי דָוִד לְהַגִּיד לוֹ כִּי מֵת הַיֶּלֶד כִּי אָמְרוּ הִנֵּה בִהְיוֹת הַיֶּלֶד חַי דִּבַּרְנוּ אֵלָיו וְלֹא שָׁמַע בְּקוֹלֵנוּ וְאֵיךְ נֹאמַר אֵלָיו מֵת הַיֶּלֶד וְעָשָׂה רָעָה׃ וַיַּרְא דָּוִד כִּי עֲבָדָיו מִתְלַחֲשִׁים וַיָּבֶן דָּוִד כִּי מֵת הַיָּלֶד וַיֹּאמֶר דָּוִד אֶל עֲבָדָיו הֲמֵת הַיֶּלֶד? וַיֹּאמְרוּ מֵת׃ וַיָּקׇם דָּוִד מֵהָאָרֶץ וַיִּרְחַץ וַיָּסֶךְ וַיְחַלֵּף שִׂמְלֹתָו וַיָּבֹא בֵית ה' וַיִּשְׁתָּחוּ וַיָּבֹא אֶל בֵּיתוֹ וַיִּשְׁאַל וַיָּשִׂימוּ לוֹ לֶחֶם וַיֹּאכַל׃ וַיֹּאמְרוּ עֲבָדָיו אֵלָיו מָה הַדָּבָר הַזֶּה אֲשֶׁר עָשִׂיתָה בַּעֲבוּר הַיֶּלֶד חַי צַמְתָּ וַתֵּבְךְּ וְכַאֲשֶׁר מֵת הַיֶּלֶד קַמְתָּ וַתֹּאכַל לָחֶם׃ וַיֹּאמֶר בְּעוֹד הַיֶּלֶד חַי צַמְתִּי וָאֶבְכֶּה כִּי אָמַרְתִּי מִי יוֹדֵעַ וְחַנַּנִי ה' וְחַי הַיָּלֶד׃ וְעַתָּה מֵת לָמָּה זֶּה אֲנִי צָם? הַאוּכַל לַהֲשִׁיבוֹ עוֹד? אֲנִי הֹלֵךְ אֵלָיו וְהוּא לֹא יָשׁוּב אֵלָי!
באניצער אוואטאר
קבצו זקנים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 25
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 12, 2022 1:12 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 30 מאל

Re: אמונה בעת צרה (לכבוד תגובה מספר 1000)

הודעהדורך כרם זית » מאנטאג יוני 13, 2022 8:56 am

מזל טוב @תרמב און יישר כח פאר אלע שיינע זאכן ביז אהער. איך האב שוין אמאל געשריבן איבער דער חזון איש'ס מהלך.

אגב האב איך שפעטער געזען אז אויך ר''י סלנטר האט געהאלטן ווי די חסידישע מהלך. אין ספר פון ר''מ פיינשטיינ'ס אייניקאל שרייבט ער אז זיין זיידע האט עס שטארק אוועגעמאכט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך כרם זית אום מאנטאג יוני 13, 2022 8:58 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 547
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 1231 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 687 מאל

Re: אמונה בעת צרה (לכבוד תגובה מספר 1000)

הודעהדורך כרם זית » מאנטאג יוני 13, 2022 8:56 am

וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 547
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 1231 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 687 מאל

הודעהדורך nespresso » מאנטאג יוני 13, 2022 9:55 am

מזל טוב צו דיין 1000
nespresso
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 56
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 13, 2021 2:44 pm
האט שוין געלייקט: 16 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 34 מאל


גיי צוריק העמק דבר

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט