דאס בלאסע בלויע פינטל

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3068
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3325 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8397 מאל

דאס בלאסע בלויע פינטל

שליחה דורך שמן למאור »

קארל האט גארנישט געוויסט וואספארא גרויסע איינדריק זיין באשלוס וועט איבערלאזן אויפן וועלט, און פאר די דורות הבאים. זיינע קאלעגע סייענטיסטן האבן לאו דוקה געהאלטן אז עס פעלט זיך עפעס אויס צו כאפן דעם בילד, אבער דאך האט ער באוואויגן זיינע מיטארבעטער אויסצודרייען די קעמארעס פונעם "וואיעדזשער 1" און כאפן איין לעצטע בילד פון אונזער פלאנעט.

שוין אין יאר 1972 האט די אסטראנאט העריסאן שמידט זייענדיג אויפן לבנה געכאפט די ערשטע בילד פונעם גאנצן ערד קיגל. און הגם די סייענטיסטן האבן שוין פונלאנג געוויסט אז די ערד איז איין גרויסע באלי, דאך איז אינו דומה שמיעה לראיה. א בילד רעדט מער ווי טויזנט ווערטער, און קען אמאל אסאך טיפער אריינבאקן א ספעציפישן מעסעדזש ווי איידער מען זאל עס בלויז זאגן און מסביר זיין מיט ווערטער. די בילד האט בשעתו אויפגעשטורעמט די וועלט, און ארויסגעברענגט אז אונז אלע מענטשעלעך אויפן וועלט זענען מער אנגעוויזן איינער אויפן צווייטן און האבן אסאך מער און קאמען ווי מיר טראכטן. מיר קענען זיך נישט זארגן בלויז פאר אונזער מדינה אדער די אייגענע ד' אמות, ווייל אויב טוט יעדער בלויז וואס איז די בעסטע פאר זיך אהן קיין צוזאמענארבייט פאר די גלאבאלע ערייכונג. קען עס האבן ווייטגרייכענדע קאטאסטראפישע קאנסוקווענסן פאר אונז אלע.
יעצט אכצן יאר שפעטער, האט די סייענטיסט און אסטראנאמער קארל סעיגען געוויסט אז מען דארף עס נעמען צום קומענדיגן שטאפל.

די וואיעדזשער 1 איז א גאר פארגעשריטענע ספעיס פראוב סעטאלייט וואס איז ארויסגעשיקט געווארן צו די הויעכע ספערן דורך נאסא אין יאר 1977 צו מאכן פארשידענע פארשינגען און צירוקברענגען דאטא פאר די סייענטיסטן אויף די וועלט. עס האט אפגעקאסט אן ערך פון 250 מיליאן דאלער.
כהיום קרוב צו 45 יאר נאכן ארויסשיקן, פליט עס נאך ווייטער אהן קיין אויפהער אין די הויעכע ספערן ביי א שנעלקייט פון 38,000 מייל פער שעה! (דאס איז בערך 11 מייל פער סקונדע!) און געפינט זיך יעצט ביי א ווייטקייט פון בערך 14.5 ביליאן מייל פון אונזער וועלט!!!
עס איז די ווייטסטע חפץ אוועק פון אונז, וואס קומט פון אינזער וועלט.

( סתם פאר אינטערסאנטקייט במאמר המוסגר. איינע פון די מערקווירדיגע זאכן וואס ליגן ציגעטשעפעט צום ספעיסקרעפט, איז די "גאלדענע רעקארד" דאס איז א רעקארד וואס האט אויף זיך סיי צייכענונגען פון די ערד, א בערכ'דיגע סייענטיפישע צייכענונג ווי אונז געפינען זיך אין די קאסמוס. אזוי אויך איז דא דארטן ריקארדירונגען פון גריסונגען אין איבער 50 שפראכן, מיט נאך קולות פונעם ערד קיגל ווי א קינד וואס וויינט, קולות פון חיות, עופות, און פיש, דינערן און ווינטן. אלעס איז ארויפגעלייגט פאר א פאטענציאלע לעבן אדער מענטשהייט פון אן אנדערע פלאנעט צו טרעפן און מאכן קאנטאקט מיט אונז. זע מער איבער דעם דא)

הכלל, אין יאר 1990 פעביואר דעם פערצנטער, ביי א ווייטקייט פון 3.7 ביליאן מייל. האט מען געגעבן א דריי אויס די קאמערעס פונעם וואידזשער צום ערד קוגל און געכאפט איין לעצטן בילד. די ווייטסטע בילד וואס אונז פארמאגן היינט פון די וועלט. מען קען קוים באמערקן די קליינע פיטעלע אינעם בילד, און עס גיבט צו פארשטיין ווי קליין און נישטיג אונזער ערד קוגל איז כלפי די גאנצע מערכת השמים.
אין אונזער מילקי וועי געלאקסי אליין איז דא א געשאצטע 500 ביליאן שטערנס און דערנאך איז נאך דא הונדרעטע ביליאנע גאלאקסיס וואס יעדע איינע פאר זיך האט נאך הונדרעטע בליאנען שטערנס, און לויט טייל וויסנשאפטלער, איז די אלע גאלעקסיס בלויז א פיפטל פון די גאנצע ענדלאזע בריאה פון גאלעקסיס. און אלעס איז ענדלאז ריזיג, און טריליאנען פון ליכט-יארן מעכטיג גרויס.
די בילד איז באקאנט געווארן אלטס דעם pale blue dot. קארל סעיגן האט שפעטער געשריבן א ביך מיט אט דעם נאמען. און האט געגעבן א שטארקע לעקציע מיט א גאר שטארקע מוסר השכל פון וואס מען לערנט זיך פון דעם בילד.
הערט עס דא אויס מיט א כובד ראש.
איך וועל עס פראבירן איבערצוטייטשן אין אידיש מיט אביסל אייגענע אינפאט און עס אביסל פארהיימישן, צוליב די געוואלדיגע מעסעדזש וואס עס ליגט דערינען פאר די מענטשהייט.

אונעם קומענדיגע תגובה וועל איך ארויפשטעלן מיין איבערזעצונג מיט עטליכע שינוים. איך טייל עס אפ מחמת די געוואלדיגע וויכטיגקייט און שטארקייט וואס עס ליגט דערין, און עס פארדינט זיך אן אייגענע תגובה.


די בלאסע בלויע פינטל
בייגעלייגטע פיילס
Screenshot_20220803-023442_Google.jpg
Screenshot_20220803-023510_Google.jpg
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום שמן למאור, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!

דער אשכול פארמאגט 34 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר