א נאכט פארברענג מיט גאט

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3068
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3325 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8403 מאל

א נאכט פארברענג מיט גאט

שליחה דורך שמן למאור »

עס איז געווען א טינקעלע דאנערשטיג ביינאכט און איך האב מיך געמיטליך ארויפגעדרייווט מיין בלוי טעסלא ארויף צו די קעטסקיל בערג. שוין א גאנצע וואך וואס איך האב נישט געזען די בני בית, און יעצט שלענגל איך זיך ארויף אויפן ראוט 17 אנצוקומען צו מיין משפחה אויף צו וויילן די לעצטע שבת אינעם קאנטרי... און דאן האט עס פאסירט! א גרויסע הערש האט געגעבן א לויף אריין אין פארנט פון מיין קאר! איך האב האסטיג געגעבן א האק מיט מיין פיס אויף די ברעיקס אבער עס איז הפנים געווען צו שפעט, און מיין קאר האט אריינגעשמעטערט אינעם לויפנדע הערש. מיין קאר אינאיינעם מיט מיר זענען שווער ציקוועטשט געווארן און איך האב גענצליך פארלוירן מיין באוואוסטזיין... און דאן האט עפעס אויסטערליש פאסירט.

איך קען עס נישט ממש מסביר זיין, ווייל איינער וואס האט נאכנישט בייגעוואוינט אזא פילינג וועט עס קיינמאל נישט קענען באגרייפן... איך האב געפילט ווי "איך" גיי ארויס פון מיין קערפער און די "איך" נעמט זיך שוועבן אין די ליפטן העכער די צענע פונעם עקסידענט. איך האב מיך געזען שוועבן העכער די קאר און איך האב געזען ווי עס בליצן גאר אסאך לעמפלעך פון הצלה קארס. איך האב געזען ווי די געטרייע הצלה לייט אונטער מיר ארבייטן אויף מיין גוף אין מאכן סי פי אר... אבער איך האב שוין פארשטאנען וואס דאס מיינט!! איך בין שוין אנגעקומען צו די פלאץ פון ווי קיינער איז נאכנישט צירוקגעקומען גיבן א גריס... איך בין שוין אייגנטליך טויט!

איך האב ערווארטעט דעם מלאך המוות מיר אנקעגן צו קומען און מיר שלעפן צום בי"ד של מעלה... עס האבן זיך שוין אנגעהויבן וועבן אין מיין קאפ כלערליי תריצים איבערן נשאת ונתת באמונה, איבערן קבעת עתים לתורה. עס איז מיר אפילו אדורגעלאפן אין קאפ די באקאנטע ווערטל וואס לויטערט אז די ערשטע קשיא וואס מען פרעגט איז "קבעת עתים לתורה" און די צווייטע קשיא איז "וואס קעקעצסטו דארטן.. יא צו ניין"? איך האב מיך געוואונדערט צו די בי"ד של מעלה האבן שוין אמאל געהערט דעם ווערטל... צו זיי וועלן כאפן דעם קאנצעפט.. אפשר איז די סענס אוו יומער דארטן אויבן אינגאנצן אנדערש.

מיינע מחשבות זענען איבערגעריסן געווארן דורך א גרויסע מלאך וואס האט מיר אנגעכאפט ביים קארג און מיר געשלעפט ארויף ארויף צו די הויעכע ספערן. ווי העכער ער האט מיר גענומען אלטס מער האב איך געפילט ווי מען גייט מער און מער ארויס פון די פיזישע וועלט און מען גייט אריין טיפער און טיפער אין א גייסטישע רוחניות'דיגע וועלט, א וועלט וואס איז פארהוילן פון די נאקעטע גשמיות'דיגע אויג. די מלאך ברענגט מיר העכער און העכער איך ווייס אליין נישט ווי לאנג אונז האבן געפארן. עס האט מיר אויסגעזען ווי אן אייביגקייט עפעס העכער פון צייט.. עס איז ווי כאילו צייט האט זיך גענצליך אפגעשטעלט.

דער מלאך דערנענטערט מיר צו א גרויסע ריזיגע פאלאץ וואס איז ארומגענומען מיט א ריזיגע הערליכע גארטן אנגעפילט מיט די שמעקעדיגסטע בלומען און גראזן, אונז שפאצירן אריין אין די זאל און איך ווער ממש נתפעל פון די געוואלדיגע הערליכקייט, מען קען ממש נישט גיבן קיין משל פון עפעס אויף די וועלט וואס זאל מסביר זיין די שיינקייט פון די פאלאץ! נאך א חידוש איז געווען אז די זאל איז געווען ענדלאז עס האט ממש נישט געהאט קיין גבולים עס האט געגאנגען פיל מער וויפול די אויג האט געקענט זען.

איך גיב א פרעג די מלאך זאג מיר וואו זעמער דא? איז דא די עולם האמת? גיי איך דא טרעפן משה רבינו אדער גאט אליין? די מלאך הייבט אהן צו לאכן און פרעגט מיר.. זאג נאר טייערע שטים אפשר וועסטו טרעפן דא יוזיס קרייסט? אדער אפשר גאר די נביא מוחאמאד?
איך מוז זאגן די אמת אז די ווערטער האבן מיר פארגליווערט פאר שרעק. וואס??? אידישקייט איז דאך די אמתע גלויבן..! וואס האקט ער א קאפ וועגן מוחאמאד און יאשקע?
ברענג מיר שוין צום בי"ד של מעלה לאמיר ברענגען מיינע מצות און מיינע עבירות ברענג אהער דעם גרויסן וואגשאל.. מען וועט אפוועגן די מצות מיט די עבירות מען וועט אהערברענגען די הייוועי וואס מען איז געפארן דערויף צום רבין אויף יו"ט. מען וועט אפירזיכן עפעס א שווערע מצוה וואס זאל אראפוועגן אין די לעצטע מינוט די וואגשאל צום גוטן ושלום על ישראל אריין אין גן עדן... און העכסטנס אויב נישט וועט נישט נעמען לאנג ביז ר' נחמן וועט זיך באווייזן אין גיהנם און מיר ארויסציען ביי די פיאות.. איך האב דאך ערליך געזאגט תיקון הכללי ביים ציון.. נו ער האט דאך ציגעזאגט.

די מלאך האט ווי געליינט מיינע מחשבות און ער זאגט מיר.. שטימ'ל.. עס גייט נישט אזוי דא, די קליינקעפיגע וועג וויאזוי די האסט אנגעקוקט די עולם האמת איז ווייט פון וואס די טראכסט.. גיב עס נאר אפאר מינוט און די וועסט אלעס זען.

מיין קאפ שיסט פיבערהאפטיג... וואס גייט דא פאר? איז אידישקייט אפשר נישט די אמת? אפשר איז מוחאמאד גאר די אמת אדער קריסטונום אדער גאר די בעדוהיסטן..! די אויסשליסליכע אמת גייט אט אט נתגלה ווערן פאר מיר! די שאלות וואס יעדער וואס לעבט נאך אויף די כדור העולם מוטשעט זיך צו דערגיין, וועט גאר בקרוב אנטשידן ווערן פאר מיר מיט א געוואלדיגע בהירות!! איך קען שוין קוים ווארטן צו זען!

די קשיות קיצלען מיר אין קאפ... איז טאקע דא א גאט? וועליכע סארט גאט? איז אידישקייט טאקע די אמת? איז מעמד הר סיני טאקע פארגעקומען? איז אינטערנעט טאקע אסור? איז ליבאוויטשער רבי משיח? איז רב קוק טאקע א רשע? מעג מען גיין צום כותל? איז קאמען קאר א פראבלעם? איז דא א גיוס? זענען די גרובינגען אויסגעהאלטן? גייט משיח טאקע קומען? איז בחירות א מצוה אדער אן עבירה?
אוי די ענדלאזע מבול פון קשיות גייט אט אט אויסגעקלארט ווערן!
מען ברענגט מיר אריין אין א צימער און איך טרעף מיר שטיין פנים על פנים מיט "גאט אליין" און ער הייבט אהן צו רעדן צו מיר דברים כהוויתן!!!

עצי עצי! שעל נעלך מעל רגליך! כי המקום אשר אתה עומד עליה אדמות קודש הוא! איך בין די גאט די קריעטער פון די וועלט. די מיינסט עס גייט מיר טאקע אהן צו די ביסט א קריסט אדער א מוסלאמענער א פרימער איד צו אן אטעאיסט? איך דארף דיר דען האבן? איך בין גוט אהן דיר.. די מיינסט אז די תחלית פון די וועלט איז צו גיבן שכר? תחלית הטוב להטיב ב"ס.. אבי געזונט! איך קען דיר דא יעצט גיבן שכר און עס מאכן שפירן זיסער ווי סיי וועליכע נהמא דכיסופא. עס זאל זיך שפירן זיסער ווי די נהמא דלא כיסופא פון די חזון איש. צו דעם דארף איך א וועלט?
וואס איך פארלאנג פון יעדע מענטש איז צו זיין אויפריכטיג מיט זיך! יעדער אין זיין מצב וואס איך האב אים אריינגעשטעלט, זאל ניצן זיין קאפ וואס איך האב אים געגעבן, צו טראכטן און ציקומען צו וואס עס איז די תכלית האמת און לעבן דערמיט! צו ביסטו א מוסלאמענער צו א קריסט אדער גאר אן אטעאיסט דאס גייט מיר זייער ווייניג אהן.
צו די עסט יום כיפור אדער נישט גייט מיר אויך נישט ציפול אהן. וואס גייט מיר יא אהן איז די פאקט אז די האסט שוין איינגעזען אז איך קער נישט אויב די עסט יום כיפור, און די פאסט נאכאלטס! דאס איז וואס שטערט מיר! די האסט איינגעזען אז אלעס וואס מען האט דיר פארקויפט איז שטותים, נו פארוואס ביסטו ווייטער מיטגעגאנגען מיט דעם? פארוואס ביסטו נישט געווען אמת'דיג מיט זיך???

איך האב זיך גענימען שוויצן גאר שטארק.. און איך האב זיך געווארפן פאר שרעק. איך האב אנגעהויבן צו שרייען אוי אוי... וויי איז מיר.. איך האב אלטס געמיינט אז די באשעפער זיכט נאר אז מען זאל ווי מער פאלגן די תורה וואס ער האט געגעבן און לויט דעם וועט ער מיר באצאלן שכר.. דערווייל איז פארקערט גאר! וויפול מער מען האט זיך דערווייטערט פון די בול.. יעדער אויף זיין אויפן און יעדער פון זיין רעליגיע לויט דעם באקומט מען די שכר.

די אלטעמעט טעסט דא איז צו די וועסט פשוט אפקויפן וואס דיין טאטע, מאמע, חינוך, און סביבה פארקויפן דיר, אדער די וועסט ניצן דיין אייגענע שכל איינציזען די שקר שבו און לעבן אן אויטענטישע לעבן אהן די אלע פאנדאמענטאלע נערישקייטן וואס האבן קיינמאל נישט אנגעהויבן צו קלעבן.. איך פרעג דעם באשעפער, "וואס ווילסטו פון אונז"? פון וואו וואלט איך דאס געדאפט וויסן? ענטפערט ער מיר, "וואס הייסט פון ווי? פאר א סיבה האט מען דיר געגעבן שכל! די זאלסט קענען איינזען אז א שלאנג קען נישט רעדן צו קיין מענטש.. און אז א מבול פארשווענדט נישט קיין וועלט.. און די אלע אנדערע דמיונות זענען טאקע נישט מער פון אט דאס, דמיונות! די גאנצע עולם הזה איז א פשוטע אינטעליגענץ טעסט!

די ווייסט וויפול הנאה איך שעפ יעדן טאג אראפקוקנדיג אויפן נידריגע שקר'דיגע וועלט, און איך זע ווי עס דרייען זיך אויפריכטיגע מענטשן וואס פארשטייען אז איך האב באשאפן א וועלט בלויז צו הנאה האבן. זיי וועלן ניצן זייער שכל און צוקומען צום תחלית הבריאה וואס דאס איז צו גיין ווי די לאגיק און שכל טראגט. און די ווייסט וויפול צער איך האב פון די וואס לאזן זיך נערן פון זייער יצר הרע און פאלגן די וואס הייסן זיך פארמאכן די שכל? פארוואס דען האב איך דיר געגיבן שכל די טיפש איינער?!? ניץ און פארשטיי אז מען דארף אריינכאפן ווי מער, אכול ושתה כי מחר נמות... און נאכדעם ווייסט קיינער נישט וואס עס וועט זיין.

***

די שטייסט שוין אויף! סשפעט! הער איך ווי מיין אידענע שרייט קלאפנדיג דערביי אויף מיין אדורכגעווייקטע שוויציגע דאכענע. די מנין שטעלט זיך שוין באלד און עס איז שוין כמעט סוף זמן קרי"ש!
איך גיב מיר א כאפ אויף... איך נעם זיך שרייען מודה אני לפניך מלך חי וקיים... און איך סטאפ ביי די ווערטער און איך ריף זיך אהן הויעך "סיריעסלי" די מיינסט עס טאקע ערענסט?!?!?!
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!

דער אשכול פארמאגט 73 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר