קען מען אנקומען צום אמת?!

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
מי ימצא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 155
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 31, 2022 7:06 pm
געפינט זיך: וואו טאקע?!
האט שוין געלייקט: 398 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 379 מאל

קען מען אנקומען צום אמת?!

שליחה דורך מי ימצא »

פון ווען איך האב חתונה געהאט צו מיין מאן א גרויסער פיליזאף, הערט נישט אויף צו קריכן מוריטשקעס אין מיין מח.
ער בטבע איז זייער א אמת'ע מענטש, און פארשט און זוכט ארום די אמת, פון ווען ער האט אנדעקט אז ער האט א מח צו טראכטן.

יעצט, בעצם וואס איז די פראבלעם? לכאורה קען מען עס אנקוקן ווי זייער א גוטע זאך. נאר אין מיינע פרויערישע אויגן קוק איך עס אן אזוי -
יעדע תקופה קומט ער אן צו נייע החלטות אז דעיס, באמת דאס איז דער אמת. אקעי, פיין זאל זיין אזוי. גייט אריבער א תקופה, ניין איך בין מודה איך האב געמאכט א מיסטעיק, און יענטס איז דער אמת. און אודך, און אזוי דרייט זיך מיט דעי רעדל, אזוי ווי יארן רוקן זיך אן, אן אונז צו פרעגן.

שוין, אז מען האט מיך אויסגעלערנט אז מען קען ניצן אליין די קעפעלע צו טראכטן, קען עס שוין טראכטן אויך אן וואס די סיסטעם זאל טראכטן פאר מיך.

למעשה נאכן זיך דרייען א וועלט און זעהן כל מיני מענטש'ן מיט אלע סארטן השקפות און מיינונגען, איז מיך געווארן מיין וואש מאשין פון געפילן און געדאנקען אויף זייער א הויעכע ספיד. יעדער טענה'ט אז זיי און באמת זיי זענען די ריכטיגע, און נאר פון זיי האט השם יתברך נחת. שרייען אנדערע האלט זיך נישט אזוי גרויס, ווייל דו ביסט נאך אונטן אין טאל, אונז זענען גליקלעך ווייל מיר זענען שוין געבוירן אויפן בארג. און אזוי טרייט יעדער צו אויפווייזן אז זיי זענען בחיר השם. אנדערע דארפן עס אפילו נישט אויפווייזן, ווייל אויב מיין מאמע האט מיך אזוי אויסגעלערנט - קען דען עפעס אנדערש זיין דער אמת?

שוין, לאמיר מאכן די לאנגע סטארי קורץ, האלט מיין מאן אז זיכער איז דא ערגעץ דעם אמת, און אפילו אויב ער ווייסט אז ער גייט עס נישט טרעפן, דארפן מען עס זוכן. ווייל נאר די עצם עס זוכן איז שוין א אמת'ע זאך.

אבער ביי מיך איז געווארן אזא מין אינטערעסאנטע זאך, אזוי ווי סאיז גוט. קענסט טוען וואס דו ווילסט, ווייל אמת'דיג איז נישטא א זאך ווי אמת אויף דעי וועלט, סיי ווי איז יעדער באליבט ביים אייבירשטן, קוק, געבטס א קוק און זעהטס ווי קאלארפול די וועלט איז, אויב וואלט געווען אזא זאך, אז דאס יא, פונקט אזוי וויל דער אייבישטער מען זאל זיין, וואלט מען עס נישט געוואוסט נאך א כמעט 6,000 יעריגע ראולער קאוסטער?


***


חצקעלע און בערעלע כאפן זיך אן די הענט,
אונז גייען אויספיגערן די וועלט.
מיר גייען עקספלאדירן און פארשן,
און זעהן וואס מיר טרעפן.
הייבן זיי אן צו גיין,
ווען פלוצלינג זייער פיס פארפלאנטערט אין א שטיין.
מען בייגט זיך אראפ, מען וויל עס באקוקן,
שטופט זיי איינער אוועק, דא איז נישט די פלאץ צו דורך שטופן.
נאר אן ארכילאג מעג עס זעהן,
שרייען די פראטעסטירער ענק וועלן שוין זעהן וואס עס גייט געשעהן.
פעטש הייבן אן פליען פון אלע זייטן,
לאמיר און א רואיג ווינקל זיך גיין באהאלטן.
א הארציגע געזאנג פון דערווייטענס זיי הערן,
וואס קען עס זיין, מיר מוזן געוואר ווערן.
קלאנגען פון חופה דאס מוז עס זיין,
אבער בערעלע וואו קען א ווייסע קלייד פארלוירן גיין?.
שטייען זיי די צוויי חתנים אויפן בימה הויעך,
חצקעלע וואס דא גייט פאר, גייט נישט אריין אין מיין מח.
כאפן זיי זיך שטערקער אן די הענט,
מיר וועלן פליען ביזן צווייטן עק וועלט.
אונז גייען קריכן און פארשן,
און רעספעקטירן וואס מיר טרעפן.
קומען זיי אן אין לופט פעלד,
מיר גייען צום דריטן בעלט.
צוטומעלט און דערשראקן שטייען זיי אליין,
אפשר פרעגן דירעקשענס וועט קלארער זיין.
א השומרים קארטל ווערט אריינגעפאשט אין בערעלעס הויזן טאש,
דערווייל וואס חצקעלע עפנט גוגל מעפס מיט א וויש וואש.
מיר דארפן כאפן די רכבת געבט ער א זאג,
אבער געוואלד, סאיז דאך אויף די רבנים'ס קלארע פארבאט.
די מאגן נעמט זיך ברומען,
מען דארף עס גיין שטילן.
אין רעסטוראנט טוען זיי זיך אראפזעצן,
און מיט די בעסטע הכשר זאל מען שוין דערלאנגען.
פארשטייטצעך ou איז מותר לכתחילה,
אבער נאר מיט פלייש פון א היימישע שחיטה.
נאכן ענדיגן דיסקוסירן וואס ברומו של עולם,
ווילן זיי הערן וואס זאגט צו דעם דער עולם.
גייען זיי אריין אין דעם דערנעבינדיגן שולכעל,
''זאג נאר '' הערן זיי ''ביסט זיכער אז יעצט איז טונקל?''
נעמט זיך זייער קאפ שווינדלען אויף אלע זייטן,
איך זאג דיר סאיז טאג, קוק ווי די שטראלן טוען זיך נאך באהאלטן.
פאר מעריב איך זיך א צענטער,
לאמיר כאפן א מנחה'לע, צוזינגט זיך יואלי ווי א רייסער.
חצקעלע און בערעלע שטעלן טריט צום נעקסטן ארט,
מיר גייען רעכטס גלייב מיר אויפן ווארט.
אבער צו נישטערן ווייטער,
דארף מען מאכן א לינקס א געדרייטער.
עס ארבעט נישט אזוי, שרייען צו זיי די פלאקאטן,
סאיז דא דעמאקראטן און רעפאבליקאנער אפמאכן וועלן נאר די פאליטיקאנטן.
וועלן מיר אריינגיין אינעווייניג געבן אונזער שטימע,
אפשר אזוי וועלן מיר זיין קילע.
''יהודי לא ציוני'' שרייט זיי אריין פעטער הערשעלע,
הייב דיך נישט אן מיט די גערע, נאר זיי א שעפעלע.
יענקל נעמט זיך שרייען ''בחירות פאר דעם גוי אליין'',
אבער אויב נעמט מען נישט איין נאך שטחים וועט שרעקעדיג זיין,
מישט יוחנן א אויפגעקלערטער אריין.
צובראכן און אנטוישט שטייען חצקעלע און בערעלע אליין,
און אזא צומישטע וועלט, וואו וועט אונזער פלאץ זיין?
רעספעקטירן יענעם איז געווען אונזער ציהל,
וועט מיך אבער מיין שכן פארשטיין אזויווי איך וויל?

***

מוז זיין אז ווען מען זאגט ''בשלוש עשרה מידות התורה נדרשת בהן'' : מיינט עס כפשוטו.
און ווען גאט זאגט ''ובחרת בחיים'' איז עס באמת זיי בוחר, נאר איך בעט ענק קינדערליך, זייטס בוחר אין חיים, וועלכע חיים? דאס איז שוין ענקער בחירה.

דעם אמת וועלן מיר טרעפן ווען איז וועלן באגעגענען גאט אליין.
וואס טראכט איר טייערע קאווע שטיבל ברודער און שוועסטער, קען מען אנקומען צום אמת אויך אויף דעי וועלט???
אשת חיל מי ימצא, ורחק מפנינים מכרה. בטח בה לב בעלה, ושלל לא יחסר.

דער אשכול פארמאגט 21 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר