צו מאכט "בחירה" סענס?

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3068
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3325 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8394 מאל

צו מאכט "בחירה" סענס?

שליחה דורך שמן למאור »

איך וויל דא קלארשטעלן פאר איך הייב אהן די שמועס, אז די נושא וועט דא בכלל נישט זיין איבער די באקאנטע קשיא פון "וויאזוי שטימט ידיעה מיט בחירה"? אויף דעם איז שוין אסאך טינט אויסגעגאסן געווארן, און די איינציגסטע צעפרידנשעלנדע תריץ וואס איז דא דערויף (אויב מען קען עס בכלל אנריפן א צעפרידנשטעלנדע תריץ) איז, אז אונז האבן א מוגבל'דיגע שכל און אונז קענען נישט אלעס פארשטיין.

די נושא וואס איך וויל דא צונעמען איז די עצם פאקט אז אונז נעמען אן אז אונז האבן טאקע א בחירה אויסצוקלייבן בין טוב לרע.

די פסוק זאגט טאקע "ובחרת בחיים" און די רמב"ם איז מאריך אז יעדער איינער אויפן וועלט האט די בחירה און קען ממש ציקומען צו זיין א צדיק אזוי ווי משה רבינו אדער קען ער אויסקלייבן צו זיין א רשע אזוי ווי ירבעם בן נבט.

יעצט איז מיין שאלה אזוי. קיינער טוט נישט קיין שום זאך אויפן וועלט אן דעם וואס ער זאל פון פריער טראכטן אין זיין מוח אז ער וויל עס טון. יעצט דאס איז כו"ע מודה אז אויף די מחשבה איז א מענטש נישט קיין בעל הבית. קיינער וועלט נישט אויס וואס צו טראכטן. די מוח פון א מענטש איז א מאשין וואס פראדיצירט רענדאם מחשבות בלי הפסק יעדע רגע פון טאג.

יעצט ווען עס קומט פאר איינער א ספק אין א זאך וואס צו טון.. לאמיר פאר א משל נעמען אז ער האט א ספק צו ער זאל נעמען לעמען סאדע אדער טשערי סאדע.. די מחשבות וואס לויפן אים יעצט אין קאפ איז בכלל נישט געווען זיין בחירה..
איינער האט אריינגעברענגט אין שול צוויי באטלעך סאדע (א פאקטאר וואס ער האט בכלל נישט אויסגעוועלט) און ווי נאר ער באמערקט די סאדע הייבט זיין מוח "מיטאמאל" פון זיך אליין צו מאכן א גאנצע שקלא וטריא פון וואס ער זאל ענדערש נעמען.. און צום סוף קומט זיין מחשבה אהן צו א געוויסע באשלוס.. און דאס טוט ער! יעצט די לעצטע מחשבה וואס האט אים געגעבן די אקעי צו ריקן זיין האנט ענדערש צו די לעמען סאדע איז נישט געווען זיין באשלוס.. עס איז די לעצטע רענדאם מחשבה וואס איז אים ארויפגעקומען אין קאפ. עפעס וואס איז אינגאנצן נישט אינטער זיין שליטה. ער רעדט זיך איין אז "ער" האט אליין בוחר געווען וואס צו טון... אבער באמת האבן די מחשבות וואס האבן אים אריינגעקומען אין קאפ אויסגעוועלט וואס צו טון.

און די זעלבע לכאורה איז ווען עס קומט צו מצות און עבירות.. דער בחור מיטשעט זיך שוין פאר א האלבע שעה מיט געפערליכע מלחמת היצר... ער וויל שוין גיין זינדיגן.. אבער ער איז "מחליט" זיך איינצוהאלטן...אבער דאך, עס ברענט אים..אבער גאט לאזט נישט... און צום סוף... (יעדן טאג אנדערש...)
ער וויינט די טאג וואס ער פאלט אדורך און איז גליקלעך די טאג וואס ער שטייט ביי די נסיונות.. אבער וואס ער כאפט נישט איז אז די סיבה פארוואס ער איז היינט יא דורגעפאלן און נעכטן נישט האט בכלל נישט מיט זיין שטארקייט אדער מיט זיין שוואכקייט. פינקט היינט האט זיין מוח געווילדעוועט מיט מחשבות פון ווי הארב די חטא איז.. (א תוצאה פון די שארפע מוסר שמועס וואס די משגיח האט געהאלטן לכבוד שובבי"ם, ווייטער א פאקטאר וואס איז נישט געווען אין זיינע הענט) און יעצט טוט זיין מוח אוועקשטיפן די געדאנקן וואס זאגן אים אויסציפירן זיינע תאוות, און ערזעצן די געדאנקן מיט די מחשבות פון ווי הארב די חטא איז.. און די מחשבות זענען גובר און ער טוט נישט. האט ער אויסגעוועלט צו טראכטן פון די הארבע מאמרי חז"ל וואס שווימען אים יעצט ארויף אין קאפ? ניין! עס פאפט אריין אין זיין קאפ!
נעכטן ווען ער איז יא אדורגעפאלן, האט ער נאכנישט געהערט די מוסר דרשה, האט ער נאך געמוזט געדענקן די פאריעריגע מוסר דרשה... און עס איז פאר סאם ריזן נישט אריינגעפאפט אין זיין קאפ.. און זיינע מחשבות האבן אים ציגעפירט למעשה יא צו טון... האט ער אויסגעוועלט צו טראכטן אז ער וויל? ניין! עס גליסט אים! יעצט ווער האט אריינגעלייגט די לעצטע ענדגילטיגע מחשבה אז ער וויל עס טון? כ'ווייס נישט ווער יא אבער זיכער נישט ער...
אזוי טוט זיך אפ א שטורעם אין א גלעזל לעמען סאדע ווען די בחור מיינט אז ער טוט און מאכט. היינט האט ער "גובר" געווען און מארגן האט ער "דורכגעפאלן" ווען אין אמת'ן שפילן נאר זיינע מחשבות א שיינע געים מיט אים.

קען איך דען זיין א צדיק אזוי ווי משה רבינו אדער א רשע אזוי ווי ירבעם בן נבט?
די הייליגע צדיק האט געהערט נאר מוסר און ערליכע רייד פון זיין טאטע און מאמע און זיינע מחשבות האבן עס טיף אבזערווירט און געמאכט דעם תוצאה אז ער זאל נאר טון מצוה און נישט עבירות. פאר סאם רעדאם ריזן איז אים קיינמאל נישט אריינגעפלויגן אין קאפ קשיות אדער סתירות.. און ווען יא האבן מיטאמאל אנדערע מחשבות אפגעשלאגן די פריערדיגע. און אזוי איז ער געבליבן א הייליגע צדיק כל ימיו.
זיין ברידער וואס איז אויפגעוואקסן ביי די זעלבע טאטע מאמע האט איינער א משכיל פארציילט אויפגעקלערטע זאכן... און ער איז געווארן סקעפטיש אויף אידישקייט, און צום סוף האט ער אלעס אפגעלאזט...
האט זיין ברודער אויסגעוועלט צו זיין א רשע? טייל וועלן קודם שרייען אז יא... האסט נישט געדארפט אויסהערן דעם משכיל! לויף אוועק! גיי נישט צירוק צו אים מארגן! אבער מיט א טיפערן בליק כאפט מען אז זיין מחשבה האט אים פשוט צירוקגעשיקט צום משכיל. ער האט סיי נישט אויסגעוועלט אז די משכיל זאל ציוואקן צו אים אין די ערשטע פלאץ, און פינקט אזוי האט ער נישט אויסגעוועלט די מארגנדיגע מחשבה וואס האט אים צירוקגעפירט צום משכיל פאר א צווייטע שמועס. עס איז די זעלבע רענדאם.
עס קען זיין אז זיינע מחשבות זענען געלאפן אהין און צירוק יא גיין נישט גיין. אבער די ענדגילטיגע מחשבה וואס האט אים למעשה ציגעפירט צוריקציגיין צום משכיל (און עווענטועל געמאכט אנקומען לתרבות רע) איז בכלל נישט געווען אין זיינע הענט.
ווער איז שילדיג אין זיין אפפארן פונעם אידישן וועג? א מחשבה וואס ער איז ניטאמאל שילדיג דערין. ער האט נישט געקענט וועלן צו זיין א צדיק בכלל. ווייל די מחשבות פון תשובה האבן אים קיינמאל נישט אריינגעפלויגן אין קאפ. און ווען יא האבן מיטאמאל אנדערע מחשבות אוועקגעשטיפט די פריערדיגע מחשבות.

די זעלבע משל קען מען מאכן פארקערט ווי צוויי ברודער וואס וואקסן אויף אין א שוואכע שטוב מיט קוים גוטע חינוך אבער איין ברודער האט אזא מין מוח וואס זיכט, וואס שטרעבט און ער טרעפט אהן שיינע דרשות פון משפיעים..וכ' די זעלבע מעשה.. א שאד איבערצו'חזר'ן.
די פוינט דא איז אז אלעס וואס מענטש טוט נאר איז א תוצאה פון זיין מוח. און זיין מוח טראכט נאר זאכן בעיסט אויף פריערדיגע זאכן וואס ער האט געהערט, געזען, געליינט, אדער געטראכט, און די מחשבות און סיטואציעס זענען אינגאנצן נישט אין זיין קאנטראל.

אין איין ווארט.
1. א מענטש טוט נישט קיין שום זאך, אפילו נישט קיין ריר אהן קיין מחשבה אז ער גייט עס טון
2. די מחשבות פון א מענטש איז נישט אין זיין קאנטראל
3. א"כ וויאזוי שטימט לויט דעם בכלל אז א מענטש האט א בחירה?

אויב איינער קען מיר ארויסהעלפן מיט מיין פראבלעם איז ער וועלקאם צו ענטפערן.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!

דער אשכול פארמאגט 27 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר