יסודות פון א נישט-אידישע דת ("יסודות הדת" פון קרית יואל)

מחשבה, השקפה ועיון

יסודות פון א נישט-אידישע דת ("יסודות הדת" פון קרית יואל)

הודעהדורך שיטה מקובצת » דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2022 10:08 am

קיין גרעסערע חוזק פון חסידישע אידישקייט האבן די מנהיגים פון קרית יואל נישט געקענט מאכן ווי מיט'ן רופן צווייפלהאפטיגע צניעות-תקנות מיט'ן נאמען "יסודות הדת".

AA.jpg

BB.jpg


כ'בין זיכער אז כ'וואלט געהאט וואס צו זאגן אפילו אויב די תקנות וואלטען גערופן געווארן "צניעות תקנות" - נאך אלעם מעג מען לאכן און וויינען אז די סאמע ערשטע תקנה אז א פארהייראטע פרוי דארף זיך שערן די האר איז נישט געשטויגן און נישט געפלויגן, און איז אמבעסטענס א פריוואטע חומרא'דיגע הנהגה וואס א פרוי מעג מקבל זיין אויף זיך.

אבער ווען דער סאטמארער רבי פון קרית יואל, ועמו דער דיין פון שטאט, האבן נישט מער און נישט ווייניגער אדאפטירט אזעלכע האלב-געבאקענע צניעות ענינים ווי די סאמע "יסודות הדת", די פאנדאמענטען פון אידישקייט, ווערט די געוויין שטערקער פון די געלעכטער.

און ס'איז באמת א ווייטאג אז א דת וואס האט אמאל געהאט אזעלכע יסודות ווי אמונה בה', דביקות בה', כיסופים לביאת המשיח, דעלך סני לחברך לא תעביד, איז פארוואנדלט געווארן אין א כת ווי די אלע זאכן זענען בכלל נישט קיין רעדע, נאר די יסודות זענען גאר צווייפלהאפטיגע תקנות וואס צילן בעיקר די נשים, און וואס האבן גאר שוואכע מקורות אין יהדות און אין הלכה, אויב בכלל.

אבער וואס איז דא צו ערווארטן ווען מ'ווערט געפירט דורך מנהיגים וואס ווייסן ניטאמאל וויאזוי אנצוכאפן אמת'ע יסודות הדת. זיי האבן נישט קיין אמונה בה' ווייל דער אייבערשטער מיינט גארנישט פאר זיי. חותמו של הקב"ה אמת, און זיי זענען נישט אינטערסירט אין אמת. זיי גלייבן נישט אין השי"ת ווייל דאס איז דער אמת, נאר ווייל דאס איז וואס איז באקוועם פאר זיי, דאס איז וואס געט זיי מאכט, דאס איז וואס באפרידיגט זייער עבדא בהפקירא ניחא ליה.

זייער אמונה בה' באשטייט טאקע פון די אלע יסודות הדת וואס זיי האבן אונטערגעשריבן. דאס איז וואס גיט זיי ענערגיע און דאס טרייבט זייער וואגן, ווייל ווען עס קומט צום מח, צו מחשבה, איז עס פוסט אין ליידיג. זייער "אָנֹכִי ה' אֱלֹהֶיךָ אֲשֶׁר הוֹצֵאתִיךָ מֵאֶרֶץ מִצְרַיִם מִבֵּית עֲבָדִים" איז אויפגעטוישט מיט "יֶעדֶע פַארְהֵיירַאטֶע פְרוֹי מוּז זִיךְ אִינְגַאנְצֶען אָפְּשֶׁערְן דִי הָאר פוּן קָאפּ."

ווי באקאנט האט דער בעל ספר העיקרים רבי יוסף אלבו זצוק"ל זיך חולק געווען אויפ'ן רמב"ם, און האט געהאלטען אז עס איז נישט דא דרייצן יסודות פון אידישקייט, נאר דריי: מציאות ה', תורה מן השמים, און שכר ועונש. האט אמאל מו"ר הגה"ח רבי אביגדור מיללער זצוק"ל מסביר געווען: וואס גייט דיך אן אז ס'איז דא מער עיקרים? זענען דען די 13 עיקרים פונעם רמב"ם נישט קיין אידישע אמונות? מיר גלייבן דאך אין אלע פון זיי! אויב אזוי, פארוואס האט אזוי געברענט פאר'ן בעל העיקרים צו טענה'ן אז עס איז נאר דא דריי?

האט מו"ר זצ"ל געענטפערט אז אוודאי האט דער בעל העיקרים געגלייבט אין אלע דרייצן עיקרים פונעם רמב"ם, און אוודאי האט ער געוואלט אז יעדער איד זאל גלייבן אין אלע דרייצן, און אוודאי האט ער געהאפט אז יעדער איד גלייבט אין אלעם באמונה שלימה. אבער ווען עס קומט אוועקצושטעלן וואס זענען די יסודות דארף מען גאר נזהר זיין צו וויסן וואס איז א עיקר און וואס איז נאר א שורש וואס קומט ארויס פון דעם. אויב לייגט מען ח"ו צו, מאכט דאס נאר א חורבן אין אידישקייט ווייל עס ווייזט פאר מענטשן אז שוואכערע זאכן זענען פונקט אזוי וויכטיג ווי די וויכטיגסטע זאכן.

יא, ס'איז וויכטיג צו גלייבן אין אחדות ה' - אבער ס'איז נישט אזוי וויכטיג ווי גלייבן אין עצם מציאות ה'. יא, ס'איז וויכטיג צו גלייבן אין נבואה, אבער ס'איז וויכטיגער צו גלייבן אין תורה מן השמים. ס'איז וויכטיג צו גלייבן אין ביאת המשיח, אבער ס'איז אסאך וויכטיגער צו גלייבן אין שכר ועונש. איז ווען די לייגסט דאס אלעס אויף איין שטאפל געסטו א פתח פאר א מענטש צו טראכטן אז מ'איז נישט אויפריכטיג מיט אים, און אז אידישקייט רעכענט זיך נישט מיט וואס איז וויכטיג און מיט וואס איז וויכטיגער.

דא רעדן מיר פון דקות'דיגע זאכן, וואס די אלע זאכן זענען באמת סאמע יסודות אין אידישקייט. דאך זעען מיר ווי שטארק מ'דארף נזהר זיין אין דערקלערן וואס זענען יסודות און עיקרים פון אידישקייט. וואס וואלטען דער רמב"ם און רבי יוסף אלבו געזאגט ווען א. ג. מנהיגי ישראל מאכן "יסודות הדת" וואס כמעט קיין איין ווארט דערין האט צוטוהן מיט אידישקייט, און א גרויסע חלק דערפון איז ממש שטותים והבלים, חלומות ודמיונות, און אפילו שלעכטיקייט און רשעות, אן קיין שום סמך ביהדות. און זיי זאגן, "קח ולך: דאס איז אידישקייט! דאס זענען די יסודות הדת! אלה אלוהיך ישראל!"

וואספארא ווייטאג אז דאס ווערט גערופן אויטענטישע אידישקייט און אז די קינדער וואס מ'איז מחנך און גייען אין די פארקרימטע וועגן ווערן באטראכט ווי סוקסעספולע פירות פון א אידישע חינוך און ווי כאילו די דרך התורה גייט ווייטער דורך זיי. ליידער איז דאס נישט אידישקייט. דאס איז יסודות הדת פון א דת כפירה און א דת עבודה זרה.
דו גלייבסט אין דיינע עלטערן, וועגן דעם גלייבסטו אין באשעפער.
איך גלייב אין באשעפער, וועגן דעם גלייב איך מיינע עלטערן.

--שיטה מקובצת
שיטה מקובצת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 569
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 10, 2012 8:03 am
האט שוין געלייקט: 511 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1436 מאל

הודעהדורך קבצו זקנים » דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2022 12:16 pm

אוי זאגסטו גוט! לעולם ישתדל האדם שהאמת תהיה דעתו, ולא שדעתו תהיה האמת.
באניצער אוואטאר
קבצו זקנים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 31
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 12, 2022 12:12 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל

הודעהדורך חתם סופר » פרייטאג סעפטעמבער 23, 2022 8:45 am

שטארקע ווערטער. איר האט אפשר די אנדערע עמודים פון די "יסודות"?
באניצער אוואטאר
חתם סופר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1373
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 17, 2013 11:43 pm
האט שוין געלייקט: 1206 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1416 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » פרייטאג סעפטעמבער 23, 2022 3:29 pm

איך ווארט שוין בכליון עיניים צו באקומען די..."יסודות הדת"... אויף פאסט. כ'פארשטיי נישט. ווען ס'קומט צו שנארן, בכלל און מעמבערשיפ געלט בפרט ווייסן זיי מיין אדרעס. זיי האקן בריוון איינס נאכ'ן צווייטן. אבער ווען ס'קומט צו אזא וויכטיגע יסודות הדת קונטרס, קענען זיי מיך נישט. לויט ווי איך הער האבן זיי עס געשיקט אויף פאסט פאר אלע מעמבערס פון קהילתנו הקדושה. אין קר"י. (והגלילות). איך מיין אז מאנסי איז אין גלילות פון קרית יואל. ס'נישט קיין יושר.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 17515
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 11:57 am
האט שוין געלייקט: 21371 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 12446 מאל

הודעהדורך באהעלפער » פרייטאג סעפטעמבער 23, 2022 3:34 pm

מ'האט ארויסגעברענגט מיט גרויס 'חסד' די תימנ'ע יודנטום, קיין ניו יורק, און ווען זיי האבן זיך באזעצט אין קרית יואל, האט מען זיי פון דארט פארטריבן....
פארוואס.
ווייל זיי שערן זיך נישט...
כ'מיין אז זיי זענען ליבערשט יודען פון סיי וועלכער גע'מל'טער דארט.
באהעלפער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 401
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 09, 2022 2:06 pm
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 123 מאל


גיי צוריק העמק דבר

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 5 געסט