וואו איז אונזער גוט געבענטשט יאר?

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3067
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3323 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8392 מאל

וואו איז אונזער גוט געבענטשט יאר?

שליחה דורך שמן למאור »

די פארנומענע יו"ט סיזאן איז פאראיבער, און מען קערט זיך שוין צוריק צום 'נארמאלן' לעבן. מען גייט צוריק צום חיי יום יום און מען טרעט אריין אינעם פרישן לאנגן ווינטער, אנגעפילט מיט השפעות און ישועות ורפואות וואס מען האט זיך אנגעזאמלט און אויסגעבעטן צום נייעם יאר. יעצט איז די צייט וואס מען קעשט ארויס אויף "הלכה למעשה" דאס וואס מען האט אזוי פיל משקיע געווען אין די הייליגע טעג. די אלע טרערן וואס מען האט פארגאסן ראש השנה און יום כיפור קומען יעצט צוניץ פאר'ן נייעם לאנגן קאלטן ווינטער. אבער די קשיא שרייט מיט הויכע קולות...

מען האט זיך ארויסגעשלעפט א' סליחות פרי פארטאגס פון בעט, דערנאך די נאכפאלגנדע טעג און וואכן האט מען מרבה געווען מיט תפלה, תהלים, תשובה ותיקון המעשים, געשלאגן כפרות, געגאנגען תשליך, יו נעים איט... און דאס אלעס טוט מען דאך ווי תמימות'דיגע אידן מאמינים בני מאמינים אז דאס וועט אונז ברענגען א גוטע יאר, א שנה טובה ומתוקה, א גוט געבענטשט יאר..

נו... וואלט מען דאך געדארפט זען די תוצאות דערפון 'למעשה'! אין תל אביב ווי דער עולם האט פארפאפן דעם א' סליחות, בשעת אונז האבן געוויינט שמע קולינו, אדער אין הרצליה ווי בשעת אונז האבן געשריגן אבינו מלכינו כתבינו בספר חיים טובים, כתבינו בספר פרנסה וכלכלה, זענען זיי געזעצן אויסגעצויגן אויפן ים, און געהוליעט אין רעסטוראנטן, וואלטן מיר געדארפט זען ביי זיי אסאך קראנקע, ארעמע, קינדערלאזע, פאר'צרה'טע חברה.. נישט אזוי?
און ביי אונז... וואלט דאך געדארפט זיין געלט מיט שידוכים מיט וואס מען דארף נאר.

און לאמיר גיין נאך ווייטער... אין די פארפרומטע קרית יואל אדער סקווירא ווי דער עולם שטייט אויף און זאגט תהילים מיט אסאך א גרעסערע ערנסטקייט, און האלטן זיך צו די אלע הייליגע טראדיציעס וואס ברענגען דעם "גוט יאר" וואלטן די פראצענטן פון עשירים און געזונט פרנסה נחת געדארפט זיין פילפאכיג מער ווי די קילערע געגנטן ווי עירמאנט אדער טאמס ריווער ווי דארטן זאגט מען דאך סליחות ביינאכט מיט א גיטאר נאכ'ן בארביקוי...
צו דען גייט דער פארפרומטער אינגערמאן יום כיפור זיין קיטל איבערן בעקיטשע פאר אומזינסט? ער טוט עס דאך אז דעם בספר חיים ברכה ושלום ופרנסה טובה וגזירות טובות ישועות ונחמות זאל טאקע ווערן גוט נזכר ונכתב לפניך...
אויב איז אמת אז מיט תשובה, תפילה, וצדקה איז מען מעביר את רוע הגזירה, און מיטן אויסזאגן דריי מאל תהילים דורך די היילגע טעג ברענגט מען א גוט יאר, דאן וואלט מען געדארפט קענען מאכן א געהעריגע שטודיע און זען די תוצאות... ווי מער תהילים א קאמיוניטי זאגט אלס א בעסערע יאר האבן זיי...

יעצט איך רעד דא להדיא נישט פון קיין יחידים! אויף דעם קען מען זאגן דעם אלעמען באקאנטן און באליבטן תירוץ פון "צדיק ורע לו האט שוין משה רבינו נישט פארשטאנען"... נו אז ער פארשטייט נישט וויאזוי ווילסטו יא פארשטיין... (כאילו דאס איז עפעס א תירוץ) אויף א יחיד וואס לייגט אראפ א ימים נוראים ווי עס דארף צו זיין און ער ליידט דערנאך א שווערע יאר קען מען דאך דרייען מיטן פינגער און זאגן פריערדיגע גלגול תירוצים ועוד, ושערי תירוצים לא ננעלו.
אבער וואס וועסטו ענטפערן אויפן כלל? יעדער מיט א צווייטן תירוץ? אויף דעם זאגט אונז שוין אקאמס רעזאר אז מען טוט נישט אזוי...

אדער ווי מען קען עס אין די ליטווישע וועלט, אז די גמרא זאגט אז מען הייסט א שוטה אויב מען טוט די אלע דריי זאכן פון יוצא יחידי בלילה, קורע כסותו, און לן בבית הקברות, אבער אויף איין זאך אליין הייסט מען נאכנישט קיין שוטה ווייל מען קען נאך טרעפן א תירוץ פארוואס ער איז נארמאל און דאך האט ער אזוי געטון. נו שטעלט זיך די קשיא, און אז ער טוט אלע דריי זאכן איז ער אפשר נאכאלץ נארמאל נאר ער האט דריי אנדערע תירוצים פארוואס ער טוט יעדע זאך? ענטפערט ר' חיים די באקאנטע יסוד, אז מען ענטפערט ענדערש איין תירוץ וואס פארענטפערט אלע קשיות, ווי איידער ענטפערן אויף יעדע קשיא א צווייטן תירוץ...

פארציילט מיר א חבר אז ער איז צוגעגאנגען צו זיין רבי'ס גבאי דעם יאר מיט א גרויסן יישר כח, פרעגט אים די גבאי, וואס איז? האט ער אים געענטפערט, יעדעס יאר פלעג איך שטיין שעות לאנג אין די שורה אריינצוגיין מיט א קוויטל צום רבי'ן לקראת די ימים נוראים. עס איז נישט אנגעקומען גרינג.. עס איז געווען הייס און צעשטופט, און גענומען זייער לאנג.. אבער וואס טוט מען נישט פאר א גוט יאר... מען מוז דאך אויספועל'ן א גוט יאר ביים רבין...
איז אבער געקומען די יאר פון קאראנא און וויפיל איך האב מיך איינגעבעטן ביי אייך אז איך וויל אריינגיין צום רבי'ן פאר א קוויטל האסטו מיר אפגעווארפן מיט'ן טענה אז די רבי נעמט נישט קיינעם אויף. און בלית ברירה האב איך געמוזט אויסלאזן דעם קוויטל... און... די יאר איז אדורך פונקט ווי אלע אנדערע יארן!!! ולא נודע כי "לא" באו אל קרבנה...
סאו שכח פאר'ן מיר אויפקלערן אז די גאנצע שטיפעניש ביים רבי'ן איז איבריג... דאס יאר גיי איך שוין נישט אריין... און די יאר וועט מיר פונקט אזוי גוט זיין אהן דעם...

דער אמת איז אז רביה"ק האט שוין דא געשריבן ענליך צו אונזער נושא דא.. וכדרכו גענומען די כפירה'דיגן מהלך אז ס'העלפט טאקע נישט... אבער איך אלס א מאמין וויל יא הערן אויב איינער האט א צעפרינדשטעלנדע הסבר.

לסיכום. מיר אידן גלייבן אז אלעס וואס מיר טוען פועל'ט אויס פאר אונז א גוט יאר. און לפי דעם אויב טוט מען ווייניגער, וואלט געדארפט זיין א ערגערע יאר, הכל לפי וואס מען האט געטון. איז אפילו אויב ביים יחיד קען מען זיך ארויסדרייען... וואס וועט מען זאגן אויפ'ן כלל? פארוואס זעט מען נישט די תוצאות פון די גאנצע הארעוואניע פונעם ימים נוראים זיך אויסשפילן אויפן למעשה'דיגן סדר היום?

ביטע ענטפערן צום ענין ווייל די קשיא באדערט מיר זייער שטארק.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!

דער אשכול פארמאגט 42 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר