וואס וויל ער שוין? אביסל טראכטן!

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שאלתיאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 761
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 1577 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2035 מאל

וואס וויל ער שוין? אביסל טראכטן!

שליחה דורך שאלתיאל »

וואס וויל ער שוין דער נאריש מענטשעלע? אביסל טראכטן! קוק אים נאר אָן, ער טרעפט זיך אַן אראפגעטראסקעטע אויף א מאדנע מיסטעריעזע פלאנעט, ארום אים ווירבלט מיט צענדליגע רעליגיעס, הונדערע שטראמען, מיליאנען דעות, יעדער שרייט חי וקיים אז דער איין איינציגן אמת ליגט ביי אים אין שראנק און וואס וויל דער צעמישטע מענטשעלע? אביסל טראכטן! אקטיווירן זיין אייציגן 'וואפן' דער איינציגסטע כלי מיט וואס מען האט אים אויסגעשטאט פאר מען האט אים אריינדעליווערט אין דער קאמפליצירטע וועלט און פראוון אויסגעפינען וואס דער העל טוט ער דא, פון ווי קומט ער און צו ווי דארף ער גיין.

אבער אהא! ווי קומט מען אָן מיט טראכטן?

ער אקטיווירט דאס מוח'ל און הייבט אן נישטערן אביסל און אויף יעדער תירוץ שפראצט ארויס א יבול פון קשיות, פירכות און מהלכים. ווען ער מיינט אז ער קומט אן צו א שטיקל ענד פון א טונעל אנטדעקט ער אז עסצושפליטערט זיך צו הונדערטע עקסטענשאנס. ווי מער ער גריבלט עפנט זיך נאך און נאך הונטער-טירלעך און דער ספק וויל נישט קומען צום זעט . ווי הייבט ער אן?

און אינצווישן ווען ער מאכט שוין יא אביסל פארשריט און רוקט זיך שטייטליך, ער איז מצליח אוועקגעשטעלט אַן ארימע באלאנסירטע גרונד אונטער זיין פיס און גייט וווייטער אנטעדעקט ער אז די נעכטיגע מסקנות איז שוין נישט גילטיג היינט. עבר זמנו. ער איז קלוגער געווארן. און אויב נישט זעהט ער אז אנדערע, פיל קלוגערע פון אים זענען געקומען צו פונקט דער פארקערטע מסקנה פון אים.

און אויפן וועג, אוי גאטעניו, אויפן וועג, פארלירט ער אינגאנצן די תמימות, די התלהבות, די אינערליכע מאטיוואציע פון די יונגערע יארן ווען ער האט געגלייבט באמונה פשוטה, ווען אלעס איז געווען קריסטאל קלאר, יעדער זאך איז געווען אויף זיין פלאץ דבר דבור על אופניו און יעצט איז אלעס פארנעפלט און וואס ס'איז געליבן איז איין גרויסע פראגע צייכן.
ער קוקט אויף זיין חבר וואס שאקלט זיך מיט א פלאם פייער, כולו אש להבה, איין שטיק אינספיראציע, שעפט כוחות פון יעדער שלוש סעודה תורה פונעם רבי'ן און פון א שטיקל חסידישע ספר. אלעס לייכט, אלעס איז קלאר, ער ווייסט פונקטליך וויאזוי עס ארבעט, ווי ער דארף אנקומען און ווי ער שטייט. איז נישט געשמאקער צו זיין א נאר? האט @שמן למאור געפרעגט מיט ווייטאג.

און צווישן מיר און דיר, וואס זאל ער טון? זאל ער פארמאכן ס'קעפל, אים לייגן שלאפן און אריינשטעקן דער קאפ אין ערד ווי א בת יענה? זאל ער אנעמען אלעס וואס מען זאגט אים, שאקלען מיטן קאפ און זיך אריינשאקלען ווי א חמור ביים טיש?
זאל ער אויפגעבן אויף דער איינציגסטע זאך וואס מאכט אים מותר מן הבהמה? עס מאכט דאך נישט קיין סענס!

דער דילעמע עגבערט מיך שטארק, ב"ה אז נישט נאר פאר מיר נאר פאר אסאך, קאווע שטיבל איז פיל מיט אשכולות וואס נעמען ארום אט דער דילעמע. ווי טרעפט מען די הענט און דער פיס אינעם ים פון ספיקות, ווי באלאנסירט מען צווישן דער מוח און דער לב. ווי האט אדנירם געשריבן?
אדנירם האט געשריבן: כלפי מה דברים אמורים?
@קאווע טרינקער האט געעפנט זייער א בייסיגער אשכול. א נושא וואס ציפט יעדן רעכטדענקנדן [תרתי משמע] מענטש'ס געוויסנביסן. א זאך וואס שאקלט אויף די סדרי בראשית. א טענה וואס שרייט זיך ארויס מתהומות נשיה: וואס ווילסטו גאט? מיר זוכן דיר צו פארשטיין, כדי צו זיין א מותר האדם מן הבהמה, און נאך מ'ווערט אן אדם - הייבן זיך אן די ספיקות. אלא מאי ווילסטו מיר זאלן זיין בהמות און עסן שיריים מיט א ברען?!
איך האב נישט קיין תשובה דערויף, אדרבה איך וואלט געוואלט הערן פון דער עולם. איך פירקל נאר אראפ עטליכע ריכטונגען אין וואס איך האב זיך אנגעשטויסען אין מיינע וואנדערונגען:

עס זענען דא אזוינע וואס זענען מוותר אויפן אמת. זיי באזירן זיך אויף פאסטמאדערניסטישע מהלכים אז אמת איז רעלאטיוו און ס'נישט פארהאן קיין אביעקטיווע אמת און ממילא קען מען מוותר זיין אויף די חקירות ודרישות. וואס מ'בלייבט איבער מיט איז נאר מיטן סאביעקטיוון 'זיך' און פון דארט קען מען זיך בויען יעדער לויט ווי זיין הארץ ציט. מען קען עס אפשר צוזאלצן מיט עס אראפלייגן אלץ גיין מיט דער 'נשמה'.

אנדערע מהלך וואס איך טראכט און געהערט ענליך פון ר' יצחק לאווי'ן איז צו גיין שטייט צוביסלעך, מיט ענווה און אנערקענוג אין די באגרעניצונג פונעם מענטשליכן שכל, נישט אוועקווארפן אלעס וואס מ'גלייבט דערין, ווי האט ער געזאגט? ''טשולנט האט נאך דער זעלבע טעם טראץ די חקירות''. פון דער אנדערע זייט נישט מורא האבן אראפנידערן דעם 'אמת' פון דער טראן ווי ער איז געזעצן ביז היינט און אריינלאזן געלאסענערהייט דעם ספק. צוביסלעך קען מען אנהייבן אנטוויקלן א געוויסע מהלך וואס רעדט צו דיין שכל. אמת, ס'וועט נישט האבן דער פעסטקייט און דער גלאץ פונעם 'אמונה פשוטה'דיגע אמת' אבער עס איז דווקא א מעלה, עס וועט מאכן דער מענטש מער טאלעראנט צו אנדערע שיטות און דעות און וועט דערמאנען דער מענטש אז ער איז באגרעניצט אין זיין געיעג נאכן אמת.

איך האב געהערט אמאל פון א גוטן איד על דרך 'דער הייל משל' פון אפלטון: דא אויף דער וועלט איז דא אָן א שיוער פלעצער ווי מען ווייזט דער מאווי פון לעבן, געדענק אז דו וועסט קיינמאל נישט וויסן אויף זיכער ווי ווערט געסקרינד דער ריכטיגע מאווי.

דער אשכול פארמאגט 8 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר