לא תתורו אחרי לבבכם!

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5359 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6485 מאל

לא תתורו אחרי לבבכם!

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

ס'דא א באקאנטע קשיא אויפ'ן רמב"ם, מיר ווייסן דאך אז דער רמב"ם איז געווען פון די ראשונים וואס האבן געהאלטן פון אמונה דורך חקירה, ד"ה אז ס'נישט גענוג אז א מענטש לעבט כאילו ס'דא א גאט נאר ער דארף ממש זיין איבערצייגט מיט ראיות און הוכחות אז גאט עקזיסטירט טאקע. יעצט דער רמב"ם שרייבט אין הלכות עבודה זרה הלכה ג: "כל מחשבה שהוא גורם לו לאדם לעקור עיקר מעיקרי התורה מוזהרין אנו שלא להעלותה על לבנו ולא נסיח דעתנו לכך ונחשוב ונמשך אחר הרהורי הלב מפני שדעתו של אדם קצרה ולא כל הדעות יכולין להשיג האמת על בוריו ואם ימשך כל אדם אחר מחשבות לבו נמצא מחריב את העולם לפי קוצר דעתו כיצד פעמים יתור אחר עבודת כוכבים ופעמים יחשוב ביחוד הבורא שמא הוא שמא אינו מה למעלה ומה למטה מה לפנים ומה לאחור ופעמים בנבואה שמא היא אמת שמא היא אינה ופעמים בתורה שמא היא מן השמים שמא אינה ואינו יודע המדות שידין בהן עד שידע האמת על בוריו ונמצא יוצא לידי מינות ועל ענין זה הזהירה תורה ונאמר בה ולא תתורו אחרי לבבכם ואחרי עיניכם אשר אתם זונים כלומר לא ימשך כל אחד מכם אחר דעתו הקצרה וידמה שמחשבתו משגת האמת." עכ"ל

הכלל, איז דאך געפערליך שווער, אויב וויל א מענטש באמת חוקר זיין צו ס'דא א גאט צו נישט האט ער דאך שוין עובר געוועהן אויף די איסור פון ולא תתורו אחרי לבבכם! און בכלל, אויב קען א מענטש זיך נישט פארלאזן אויף זיין אייגן פארשטאנד וואס איז בכלל די פוינט פון חוקר זיין?

(הגם די אמת'ע תירוץ איז אז די גאנצע קשיא פאנגט זיך נישט אן ווייל קיין איין גדול בישראל, אריינגערעכנט רמב"ם, האט קיינמאל נישט געהאלטן אז מ'דארף האבן ראיות אז ס'דא א גאט, די גאנצע מחלוקת איז אז די בעלי אמונה פשוטה האלטן אז אויב מ'האט קשיות דארף מען נישט (אדער מ'טאר נישט) זוכן תירוצים, און די בעלי חקירה האלטן אז מ'דארף יא זוכן תירוצים, אבער אלס אויפ'ן צד אז אידישקייט/גאט/וואטעווער איז 100% פאקטיש אמת. אבער פאר די סעיק פון די פוינט וואס איך וויל ארויסברענגען וועל איך מיך באנוצן מיט א באבע תירוץ וואס כ'האב אמאל געזעהן אין א ספר.)

איז די תירוץ אזוי, באמת האלט דער רמב"ם אז א מענטש האט יא א מצווה חוקר צו זיין צו ס'דא א גאט צו נישט און די האל ניין יארדס, נאר איינמאל א מענטש איז צוגעקומען צו די "ריכטיגע" מסקנא דארף ער זיך האלטן פעסט ביי זיין מסקנא און אויסער אויב ס'קומען אפיר פרישע באווייזן טאר ער נישט האלטן אין איין צוריקגיין גריבלען אין די ספיקות. ביזט צוגעקומען צום מסקנא אז מ'דארף גיין מיט א גארטל? האלט זיך דערביי! און גיי נישט יעצט יעדעס מאל דו טוסט זיך אן דעם גארטל חוקר זיין צו מ'דארף טאקע צו נישט.

וואס וויל איך ארויסברענגען? מ'זעהט אסאך מאל ביי מענטשן וואס האבן אנדערע מיינונגען ווי די נארמע וואס זיי לעבן זייער גאנצע לעבן אין א ספק און דאס האלט זיי צוריק פון גיין אויספירן זייערע מיינונגען למעשה און זיי בלייבן סטאק. ס'דא מענטשן צ.ב. וואס האלטן אז מ'מעג גיין מיט א מענערישע העמד (לינקס אויף רעכטס) אבער אנשטאט גיין טוהן למעשה און זיך אנטוהן אזא העמד וועלן זיי א גאנצן לעבן ארומלויפן צו יעדער משוגענער וואס האט א דעה אין דעם ענין הערן פארוואס ער האלט אז מ'מעג נאר גיין מיט א פרויערישע העמד און ווילאנג ער קען נישט איבערצייגן שפעטיווקער רבי און גאנץ וויליאמסבורג אנצוטוהן מענערישע העמדער פילט ער נישט גענוג זיכער מיט זיך אז ער טוט די "ריכטיגע" זאך. האלאו! ביזט איבערצייגט אז די גאנצע רעכטס אויף לינקס איז בעלאוני? גיי טוה למעשה און הער אויף גריבלען אין דער וועלט אריין.

לאמיר דאס נעמען נאך א טריט ווייטער, פארוואס טאקע וועט ער קיינמאל נישט קענען קיינעם איבערצייגן? ווייל זיי זענען זיכער מיט זיך! אייביג אין א וויכוח דער וואס איז מער זיכער מיט זיך וועט געווינען קען ער רעדן אזעלכע שטותים והבלים וואס איז נישט געהערט געווארן אפילו אין חעלם, ס'מאכט אינגאנצן נישט אויס. די גאנצע אויבערהאנט וואס א "גערעכטער" צד האט אין א וויכוח איז נאר ווייל דער וואס איז גערעכט איז געווענליך מער זיכער מיט זיין שטאנד ווייל ער האט בעקינג, אבער אז דו ביזט אומזיכער און דו טענה'סט זיך מיט א שטאלצער שוטה וועט דער שוטה דיר אזוי צומישן ביז דו וועסט איבערצייגט ווערן אז ער איז גערעכט... מ'קען אפילו אמאל זעהן א שטאלצער שוטה זאגן "נישט נאר וואס דו ביזט אן אפיקורס, ביזט נאך גערעכט נאך אויכעט!" און דער פריש-באטילטער אפיקורוס גייט אוועק בפחי נפש, ער כאפט ניטאמאל אז דער שוטה האט אקוראשט מודה געוועהן אז ער איז גערעכט…

האבן מיר אזוי, דער אויפגעקלערטער איז אומזיכער מיט זיך, דער שוטה איז זיכער מיט זיך, און ווי מער די צוויי אמפערן זיך ארום איינער מיט'ן אנדערן אלס אומזיכערער ווערט דער אויפגעקלערטער און אלס זיכערער ווערט דער שוטה. נישט נאר דאס, דעם אויפגעקלערטנ'ס אומזיכערקייט ציהט צו זיך שוטים ווי פליגן נאך מיסט, דער שטן מיט זיינע שליחים שטייען גרייט 24/7 זוכן א לאך פון וואו זיי קענען זיך אריינכאפן, זיי כאפן זיך ארויף אויף דעם חכם'ס אומזיכערקייט ביז דער אויפגעקלערטער גיבט זיך אונטער און דערנאך קען דער שוטה ווייזן מיט פאטאס אז "אלע וואס פארן אפ קומען צוריק!"

און אויף דעם זאגט די הייליגע תורה, ולא תתורו אחרי לבבכם ואחרי עיניכם, גיי נישט קוקן וואס דער האלט און וואס יענער האלט, אקעי, נישט אמת, אבער אפשר דאך? יא אמת? אבער אפשר נישט? און אזוי גיין אין א צירקל אגאנצן לעבן, לאדיך אפ פון די בולתא דשיטה, וואס האלטסטו? אקעי? יעצט גיי און טוה עס למעשה! און נישט נאר דאס, די אלע חעלמע חכמים וועלן זעהן אז דו מיינסט עס ערנסט און זיי וועלן דיר אפלאזן און אפילו אפהאקן מיט דיר, טיילווייז צו אינגאנצן. און דאס טאר מען עכט נישט אויסזאגן ווייל אז מ'פאקוסירט אויף דעם פאלט מען צוריק אריין אינעם זעלבן געמויזשאכץ, צום סוף וועלן די חעלמע חכמים דיך נאכלויפן און אויספרעגן פארוואס דו האלטסט אזוי און אזוי... אבער באווארן זיך נישט אריינצוגיין אין אמת'ע וויכוחים נאר ענטפער מיט אזא נוסח ווי, "נישט נאר וואס דו גיבסט דיינע קינדער קיין עדיוקעשן, ביזט נאך גערעכט אויך..." אדרבה, לייג ארויף די burden of proof אויף זיי וועסטו זעהן ווי שנעל זיי לייגן זיך צאם. און איך רעד פון מיין אייגן עקספיריענס, די חברה ווערן צודרייט פאר דעם שפראך, ס'איז דאס איינציגסטע שפראך וואס מאכט זיי אומזיכער מיט זיך אז זיי האבן נישט וואס צו ענטפערן און זיי גייען אוועק בפחי נפש...
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that

דער אשכול פארמאגט 24 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר