דער באשעפער איז אייביג גוט!

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3068
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3325 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8396 מאל

דער באשעפער איז אייביג גוט!

שליחה דורך שמן למאור »

.
הערשל'ס עקסידענט



מעשה א'


הערשל איז אויפגעשטאנען אויף א גרינעם דינסטאג אזוי ווי אלע אנדערע רעגלמעסיגע טעג. ער טוט זיך אן זיינע קליידער און גרייט זיך צו גיין אין שול דאווענען. ס'איז א פלעינע פשוטע טאג, ער ערווארטעט בכלל נישט אז עפעס ספעציעל זאל היינט פאסירן. ער טוט זיך אן דעם הוט און רעקל און מאכט זיין וועג צום שול, אבער די באשעפער האט געהאט פאר אים אנדערע פלענער. ווי נאר ער האלט אינמיטן אריבערגיין דעם גאס, קומט צו פליען א ווילדע סקול באס דרייווער, און געבט א זעץ אריין גראד אין הערשל אריין! די באס האט זיך ספאנטאן אפגעשטעלט, און דער דרייווער האט נאך עספיעט מיטהאלטן ווי הערשל קוילערט זיך אויפן ערד.

בליץ שנעל זענען די העראאישע הצלה אינגעלייט אנגעקומען, און אונטערזוכט ר' הערשל.

...און! וואונדער איבער וואונדער! ער איז ארויס אן קיין קראץ! ממש א נס גלוי! מען האט אים אפילו נישט געדארפט אריינטראגן אין שפיטאל פאר אונטערזוכונגען, ער איז ארויס שלם בגופו! אהה! דער באשעפער היט אונז אויף טריט און שריט!

דעם נעקסטן דאנערשטאג קויפט הערשל אפ די מצוות ביי שחרית, ער איז עולה לתורה און בענטשט א הילכיגן ברכת הגומל! די גאנצע ביהמ"ד ענטפערט דעם מי שגמלך מיט א קנאק, מען שטעלט תיקון נאכן דאווענען און מען דאנקט דעם באשעפער פאר די נס וואס הערשל איז אריבער. הודו לה' כי טוב, כי לעולם חסדו!


קאנקלוזשן: דער באשעפער איז א גוטער!!!

---------

מעשה ב'


הערשל איז אויפגעשטאנען אויף א גרינעם דינסטאג אזוי ווי אלע אנדערע רעגלמעסיגע טעג. ער טוט זיך אן זיינע קליידער און גרייט זיך צו גיין אין שול דאווענען. ס'איז א פלעינע פשוטע טאג, ער ערווארטעט בכלל נישט אז עפעס ספעציעל זאל היינט פאסירן. ער טוט זיך אן דעם הוט און רעקל און מאכט זיין וועג צום שול, אבער די באשעפער האט געהאט פאר אים אנדערע פלענער. ווי נאר ער האלט אינמיטן אריבערגיין דעם גאס, קומט צו פליען א ווילדע סקול באס דרייווער, און געבט א זעץ אריין גראד אין הערשל אריין! די באס האט זיך ספאנטאן אפגעשטעלט, און דער דרייווער האט נאך עספיעט מיטהאלטן ווי הערשל קוילערט זיך אויפן ערד.

בליץ שנעל זענען די העראאישע הצלה אינגעלייט אנגעקומען, און אונטערזוכט ר' הערשל.

...און עס שטעלט זיך ארויס אז ר' הערשל איז גאר שטארק צוקלאפט געווארן, עטליכע ביינער האבן זיך אים צעבראכן. בליץ שנעל האט מען אריינגעפירט הערשל אין שפיטאל ווי די דאקטוירים האבן שנעל אדורכגעפירט געוויסע אפעראציעס אויף הערשל. און! ב"ה, נאכן אפזיצן אפאר טעג און שפיטאל, האט שוין הערשל געקענט אהיימקומען. די שאדן איז -געלויבט דער פון אויבן- נישט פערמאנענט, עס איז ערווארטעט אז ער וועט זיך גענצליך אויסהיילן פון די וואונדן און נאך אביסל טעראפי וועט ער זיין צוריק כאחד האדם.

און ב"ה נאך אפאר חדשים האט הערשל געמאכט א גרויסע סעודת הודאה, און געדאנקט דעם באשעפער פאר אלע חסדים וואס ער האט געטון מיט אים. עס וואלט זיך געקענט ענדיגן אסאך אסאך ערגער. ער איז בלויז אפגעקומען מיט יסורים, אבער היינט קען ער בלויז צוריקוקן אויף יענע שווערע טעג, און דאנקען השי"ת אז ער האט זיך גענצליך געקענט אויסקורירן, און ווייטער פירן א געזונטע לעבן.


קאנקלוזשן: דער באשעפער איז א גוטער!!!

----------

מעשה ג'


הערשל איז אויפגעשטאנען אויף א גרינעם דינסטאג אזוי ווי אלע אנדערע רעגלמעסיגע טעג. ער טוט זיך אן זיינע קליידער און גרייט זיך צו גיין אין שול דאווענען. ס'איז א פלעינע פשוטע טאג, ער ערווארטעט בכלל נישט אז עפעס ספעציעל זאל היינט פאסירן. ער טוט זיך אן דעם הוט און רעקל און מאכט זיין וועג צום שול, אבער די באשעפער האט געהאט פאר אים אנדערע פלענער. ווי נאר ער האלט אינמיטן אריבערגיין דעם גאס, קומט צו פליען א ווילדע סקול באס דרייווער, און געבט א זעץ אריין גראד אין הערשל אריין! די באס האט זיך ספאנטאן אפגעשטעלט, און דער דרייווער האט נאך עספיעט מיטהאלטן ווי הערשל קוילערט זיך אויפן ערד.

בליץ שנעל זענען די העראאישע הצלה אינגעלייט אנגעקומען, און אונטערזוכט ר' הערשל.

...און עס שטעלט זיך ארויס אז הערשל איז אין א גאר שווערע צושטאנד, די מצב זעט בכלל נישט אויס אזוי גוט. בליץ שנעל האט מען אריינגעפירט הערשל אין שפיטאל ווי די דאקטוירים האבן שנעל אדורכגעפירט אויף אים פראצעדורן און אפעראציעס. הערשל איז געלעגן אין א קאומא פאר אפאר חדשים, דער באס האט אים גאר שטארק צוקלאפט און ער וועט שוין ליידער דארפן גיין אין א ראדשטול פאר זיין גאנץ לעבן. דאס איז חוץ פון נאך אנדערע פערמענאנטע שאדן וואס ער וועט ליידער האבן פארן לעבן. אבער, ב"ה נאך בערך א יאר האט ער זיך אויפגעוועקט פון זיין קאומא, און צעביסלעך אנגעהויבן צו קומען צו זיך, און נאך א לענגערע צייט פון זיך אויסקורירן איז ער ענדליך באפרייט געווארן פון שפיטאל, און געקענט צוריק אהיימגיין און זען זיין ווייב און קינדערלעך. ער קען טאקע נישט צוריקגיין צו די ארבייט, און ער קען זיך נישט אליין באוועגן, אבער מען דארף קוקן אויף די גוטע זייט, ב"ה אז ער לעבט! דאס איז דאך דער עיקר! עס האט געפעלט א האר אז ער זאל זיך געפינען אויפן עולם האמת, און געלויבט דעם באשעפער אז ער איז נאר אפגעקומען מיטן ליידן.


קאנקלוזשן: דער באשעפער איז א גוטער!!!

----------

מעשה ד'


הערשל איז אויפגעשטאנען אויף א גרינעם דינסטאג אזוי ווי אלע אנדערע רעגלמעסיגע טעג. ער טוט זיך אן זיינע קליידער און גרייט זיך צו גיין אין שול דאווענען. ס'איז א פלעינע פשוטע טאג, ער ערווארטעט בכלל נישט אז עפעס ספעציעל זאל היינט פאסירן. ער טוט זיך אן דעם הוט און רעקל און מאכט זיין וועג צום שול, אבער די באשעפער האט געהאט פאר אים אנדערע פלענער. ווי נאר ער האלט אינמיטן אריבערגיין דעם גאס, קומט צו פליען א ווילדע סקול באס דרייווער, און געבט א זעץ אריין גראד אין הערשל אריין! די באס האט זיך ספאנטאן אפגעשטעלט, און דער דרייווער האט נאך עספיעט מיטהאלטן ווי הערשל קוילערט זיך אויפן ערד.

בליץ שנעל זענען די העראאישע הצלה אינגעלייט אנגעקומען, און אונטערזוכט ר' הערשל.

...אבער זיי האבן ליידער נישט געקענט טון מער ווי באשטעטיגן אז אונזער בא'חנ'טער הערשל איז שוין ליידער נישט בין החיים. די לוויה איז געווען זייער שווער מיטצוהאלטן, די אינגע יתומים האבן באוויינט זייער אומפארגעסליכע טאטע, די גאנצע קהילה האט געלאזט א טרער נאך ר' הערשל'ן, אזא פיינע איד געווען. זיכער איז ער א קרבן ציבור און די טראגעדיע קומט מכפר צו זיין פאר אונז אלע. השם נתן והשם לקח, יהי שם השם מבורך. אונז פארשטייען נישט דעם באשעפערס דרכים. הערשל האט שוין זיכער געענדיגט זיין תפקיד אויף דער וועלט, ער האט שוין אויפגעטון וואס ער האט געדארפט אויפצוטון. ס'איז אים ממילא נאר געווען באשערט אזוי פיל יארן צו לעבן. זיכער איז אים יעצט אסאך בעסער אויבן נעבן גאט ברוך הוא אין גן עדן, ווי ער וועט קענען אויספועל'ן אלעס גוטס פאר גאנץ כלל ישראל בכלל און בפרט פאר די צובראכענע אלמנה און יתומים. הצור תמים פעלו כי כל דרכיו משפט קל אמונה ואין עול צדיק וישר הוא.


קאנקלוזשן: דער באשעפער איז א גוטער!!!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום שמן למאור, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!

דער אשכול פארמאגט 84 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר