חינוך, מיט גראדקייט.

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
אלע צוזאמען
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 761
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
האט שוין געלייקט: 1812 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

חינוך, מיט גראדקייט.

שליחה דורך אלע צוזאמען »

לערענדיג יעדן טאג א פרישע בלאט גפ''ת, טרעפט מען יעדע שטיק צייט נאך אן אינטערסאנטע, אדער נישט באקאנטע גמרא וואס בעהט זיך 'זיי מיר מפרש, קוק אביסל טיפער' היינט איז געווען אזא טאג.

מסכת נזיר כט. די גמרא רעדט ארום אז א טאטע זאל מאכן זיין זון פאר א נזיר, דווקא די אב און נישט די אם ווייל מצוות חינוך ליגט אויפן טאטן, איז דא א מחלוקה צווישן די צוויי שוואגער'ס ר' יוחנן און ריש לקיש', די גמרא פרעגט עטליכע קשיות אויף 'ריש לקיש', אמאי, 'לא תקיפו פאת ראשכם', ענטפערט ער אפשערן די גאנצע קאפ איז נאר א דרבנן, חינוך איז דוחה, פרעגט מען ווייטער, דאס קינד עט ברענגן חולין לעזרה, די תירוץ, ס'נאר א דרבנן וואס חינוך איז דוחה.

'ריש לקיש' זעהט מען האלט שטארק פון חינוך, אזש ס'קען אפילו אוועקשטופן מצוות, נישט סתם חומרות אדער שיינע מנהגים, אבער פלוצלינג ווערט ער קאלט צו די געוואלדיגע זכיה און חוב וואס ליגט אויף א טאטע, די משנה זאגט, אז די קרובים פונעם קינד, קענען מבטל זיין די נזירות, די טעם, 'לא ניחא ליה', וואס איז 'לא ניחא ליה', ווייל א נזיר, ווען ער ענדיגט דארף זיך פולשטענדיג שערן, און דאס קען זיין א בושה פארן קינד, ארומגיין אפגע'גאלט אויפן גאס משום הכי יכולה למחות, פארשעמען א קינד, מבייש זיין א משפחה, פאר דיינע פרומקייטן, אפילו מ'רעדט דא פון חינוך, עפעס וואס איז אויפן גאנצן לעבן, דאס האט נישט קיין פשט, דאס האט מען נישט מתיר געווען, ווילאנג דיינע צוגעלייגטע שטיקלעך צו אידישקייט עפעקט נאר דיך, ביסטו קדוש, אויפן גוטן און ריכטיגע וועג, ס'שטערט דיינע ארומיגע, ס'קריכט זיי אויף די נערווען, סליחה אבער איר זענט פארקראכן.
נאך צוויי נקודות, נאר די טאטע קען מנזיר זיין א קינד, די מאמע נישט, פארוואס, ווייל א פרוי ווערט זייער שנעל איבערגענומען, די כלה טיטשער האט געזאגט, סוף פסוק, רעבעצין..... האט נעכטן קלאר געזאגט אז ביים נעמען חלה זאל מען דאס און דאס זאגן, און אזוי צו אזוי טראכטן, די מגידות'טע אויפן האטליין האט גע'דרשנט אז א נזיר איז א געווינטשענע זאך, לאמיר מאכן דאס קינד א נזיר, אנטשולדיגט, רואיג, זיך אליינס קען זי מאכן פאר א נזיר, און אפילו דאן קען עס די מאן צושטערן, אבער דאס קינד, זי דארף זיך דורך רעדן מיט'ן מאן, מיט'ן שכל, און נישט לאזן דאס געפיל ראנען און רואינירן די לעבן.

און צום לעצט, דארף מען כאפן א בליק, ווער איז די בעל הממרא, 'ריש לקיש' ער וואס ער האט נישט באקומען קיין צו גוטע חינוך אינדערהיים, נאר אזא איינער האט פארשטאנען די וויכטיגקייט פון געבן א גוטן חינוך 100% אויפן אויסגעהאלטענעם וועג.
You have to think anyway, think big.
Donald Trump

דער אשכול פארמאגט 12 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר