"דו גלייבסט אין ג-ט?"

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5465
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 13057 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7140 מאל

"דו גלייבסט אין ג-ט?"

שליחה דורך מי אני »

איך דאווען שבת אין א קליינע ביהמ"ד. איינע פון די מתפללים דארט מיט מיר איז א מוקיר תורה וחכמה, האט נישט מורא חוקר צו זיין אפילו האקעלע דברים על בוריין, און ארויסזאגן מיינונגען וואס ער האט אין דקות׳דיגע ענינים אפילו וואו עס קען פארקומען קאנטראווערסיאנאל. די שבת הגדול האב איך צוגעזעהן ווי א צווייטע מתפלל גייט צו צו אים און פרעגט אים, "דו גלייבסט אין ג-ט?"

איך האב מיך אָנגערופן, "וואס מיינט דאס 'ג-ט' איבער וואס דו פרעגסט צי ער גלייבט דערין?" פאר מ'קען ווייטער ענטפערן דערויף, האב איך געזאגט, "די רגע מ'איז דאס מגדיר באיזה אופן, דערזעהט מען זיך דאך מיט א דאגמאטישע פראבלעם וואס אויף דעם ביסטו דאך דן". דאס איז דאך כידוע מהרמב"ם ביסוד השלישי שלו און ווי ער איז מאריך אינעם ערשטן צוויי דריטל פון ח"א ממו"נ, און ווי ער ענדיגט צו בפנ"ט (לגבי תוארים כלפי ג-ט) אז עס באדארף צו זיין דערויף דעם ודומו סלה ועל כן יהיו דבריך בזה מעטים. די שאלה איז ליידיג מתוכן. אויף דעם קומט שוין וואס לודוויג וויטגענשטיין האט ווי באקאנט געשריבן:
‏Whereof one cannot speak thereof one must be silent

איך האב צוגעענדיגט אז וואס מ'קען יא פרעגן איז "צי דו ביסט (מער-ווייניגער) א שומר תורה ומצוות?" מ'קען דאס נאך מער אויסברייטערן און פרעגן, "צי דו האסט אַן אייגענע געפיהל, סיפוק אין, און פידעליטי צו אט די שמירת המצוות, אדער נאר ווייל די ווייב/געזעלשאפט וכו' צווינגען דיר אריין דערין"?

דאס האט מיר געמאכט טראכטן אז דאס גאנצע דגוש וואס מ'לייגט אויף "אמונה" איז לא די אז עס איז לגמרי נישט אין פלאץ און קאַוּנטער-פּראדוקטיוו, נאר אז מ'דארף ווען גאר לייגן א דגוש אויף דעם אומוויכטיגקייט פון דעם אין וואס פונקטליך מ'גלייבט אין.

והיינו, עס איז ידוע וואס דער רס"ג זאגט בהאמונות ודיעות (מאמר ג ריש פ"ז) אז "אין אומתינו אומה אלא בתורותיה" עיי"ש. מיינענדיג, דאס וואס שאפט דעם זהות ישראל ויהודי פאר א מענטש איז דאס וואס ער איז שומר ומחשיב התורה ומצותיה. ואיה"נ אז מ'קען זיך דינגען צי דאס איז ממש א נעסעסערי קאנדישאן דערפאר און אז אָן דעם איז נישט שייך צו האבן דעם זהות "יהודי", איז אבער וועט מען מודה זיין אז עס איז (למחצה שליש ורביע) זיכער א סאָפישׁענט קאנדישאן דערפאר אז טאמער איז עס דא האט מען דעם זהות. ול"ד ומשא"כ לגבי וואס ער פונקטליך "גלייבט" יא אין צי נישט.

ובכלל, ווי איך האב דא צוגעברענגט פון דר. עלווין ריינעס, איז לגבי דעם עצם קאנצעפט פון "ג-ט" און געטליכקייט געווען אין דעם א גרויסע gamut פון דעות בין הוגי יהודים במשך די היסטאריע פון יהדות, אָן קיין אלגעמיינע קאנסענסוס (לדוגמא, ידוע הראב"ד בהל' תשובה פ"ג ה"ז), און עס איז נישטא קיין געהעריגע וועג דאס מגדיר צו זיין. ער פאר זיך האט טאקע וועגן דעם דוגל געווען אין א שיטה פון "פּאַלידאקסיע" און אז עס איז נישטא ביהדות קיין געהעריגע אָרטאָדאקסיע און "ריכטיגע" סעט פון גלויבונגען וואס מ'באדארף און "מוז" האבן. ועוד יותר, אז עס איז לדעת כמה (און איראניש גם הרמב"ם בתוכם) נישט שייך קובע צו זיין און "פסק'ענען" בדעות, משא"כ בחוק והלכה. וממילא אטאקירן איינעם אויף וואס ער גלייבט אדער נישט בדעות, איז אלעמאל שוין אויף א שוואכערע באזיס ווי איידער אים פארהאלטן אויף מקיים זיין אראפגעשטעלטע חוק און געזעץ. און דאס איז נאך פאר'ן צוקומען צום באקאנטן קושיא פונעם אור ה' בהקדמתו ובמאמר ב' כלל ה' פ"ה אז עס איז נישט שייך מצווה צו זיין איינעם צו גלייבן און מאמין זיין בדבר מה, און עס איז נישט שייך דערויף קיין רצון עיי"ש. דעותיהן, ואפילו אין "יסודות'דיגע" זאכן, וועלן קיינמאל נישט זיין שוות.

איי דער רמב"ם מיט זיינע עיקרים און די לשונות וואס ער נוצט בהקדמתו לפרק חלק, אז אמונה באלו העיקרים זענען דאס וואס מאכט א מענטש ווערן גערעכענט ווי נכלל בכלל ישראל, ובהל' תשובה פ"ג איבער איינער וואס גלייבט נישט אין זיי? איז קודם כל, ווי אדורכגעטוהן לאורכה ולרוחבה ביי סיי די קלאסישע מפרשי הרמב"ם הראשונים, און סיי די אקאדעמיקער עד זמנינו, איז דא א גרויסע פראגע צייכן אין וויפיל פון זיינע אייגענע עיקרים דער רמב"ם אליינס האט געגלייבט אין. איז פארוואס האט ער זיי אראפגעשטעלט און נאכדערצו אזוי שטרענג? איז בעצם שתי תשובות בדבר. איינס, איז דאס מכח אמונות הכרחיות לההמון. ווייל ווי ערווענט פריער איז דאך די מטרה וואס מ'וויל די קיום תורותיה של העם, הכוללת גם ההמון, וואס די "תורותיה" האלט מען פאר ריכטיג. וכדי זיי זאלן דאס אָנהאלטן לקיימן פעהלט אויס פאר זיי א באזיס פון אונטערליגענדע (מער ממשיות'דיגע) אמונות וואס מ'ממש גלייבט אין וואס באזירן אט די ריכטיגקייט. און צוויי, ווייל דער רמב"ם האט בסתם געהאלטן, פשוט פון א פילאזאפישן פּערספּעקטיוו ומעלת האדם והראציאנאל/נפש משכלת שלו, אז מ'דארף ליגן אין אט די שכליות'דיגע קושיות ושאלות אלס א מטרה פאר זיך. עס איז אבער נישט דייקא אז דאס איז וואס האט די השלכות לקיום המצות. די געפיהל און אימפּעטוס דערצו קען קומען וויאזוי אימער. מיינענדיג, אז א חלק פונעם מטרה פונעם ספר מורה נבוכים איז צו געבן דעם דרך ההשוואה להנבוך למצוא סיפוק און עס מאפשר זיין פאר אים עס צו מאכן שטימען ווי אזוי ער פארשטייט; לדוגמא, פארטייטשן אלעס לפי קדמות. ודון מינה ואוקי אשארא ווען ער נעמט אָן נאך ווייטער עקסטרעם "לינק" בעניני אמונה און ווי דר. ריינעס' אנדערע סארטן קאנסעפּשאנס.

הכלל, דאס ריכטיגקייט, וממילא סיפוק וואס מ'טרעפט, פון שמירת התורה והמצות במעשה דארף ל"ד תלוי זיין אין דעם אין וואס פונקטליך מ'גלייבט ביחס צו "ג-ט" באמונה במחשבה ובדעת. ואיה"נ אז דער רמב"ן און אנדערע מפרשים האבן משיג געווען אויפ'ן רמב"ם בספר המצות לגבי דאס וואס ער האט גערעכענט אמונה בה' אלס א מצוה, וויבאלד דאס מוז דאך ממילא זיין כדי לקיים המצוות בכלל. איז בין איך אבער נישט זיכער אז, עכ"פ כהיום, איז דאס דייקא אזוי. והא ראיה, אז איך "גלייב" מ'וועט מודה זיין אז עס איז בעצם יתכן, פּאַסיבּל הגם טאקע נישט פּראַבּעבּל, אז עס איז שייך אז מ'זאל האלטן דאס איז "ריכטיג" אָן דעם. ואפילו עכ"כ וואו מ'נעמט אָן לגבי אמונה די עקסטרעם פון אטעאיזם/אַטעאָנאָמאטיזם, קען אבער לכאורה דאך שייך זיין צו האלטן שמירת המצות אלס ריכטיג און עפעס וואס געבט אים מיענינג, און אזוי ווי דר. ראָסעל בּלעקפארד און דר. אוּדאָ שאקלענק דערמאנען. ווי אזוי? דאס קען שוין יעדעס מענטש אויסארבעטן פאר זיך, ולא הרי דרך של זה כהרי דרך של זה.

און דאס איז פארוואס מ'קען טאקע פרעגן איבער דעם מענטש'נס געפיהל און פידעליטי דערצו צו קיום המצוות. וויבאלד דאס איז פשוט די פראגע וואס א מענטש'נס אונטערליגענדן געפיהל צו די געזעץ און קוֺיד איז, וואס גייט פועל זיין אויף זיין פידעליטי דערצו, נישט קיין חילוק ווי אזוי און פארוואס פונקטליך דאס קומט צושטאנד. אבער לייגן א דגוש אויף "ריכטיגע אמונה", אָרטאָדאקסיע, אלס א מטרה ו"עיקר" פאר זיך, איז קאַוּנטער-פּראדאקטיוו. דאס איז מכח דעם ווייל אין א סינגעל פּראפּאזישאן וואס מ'וויל א מענטש זאל גלייבן אין, איז דאס בעצם אַן אבּיעקטיוו בּיינערי - "אמת" או "שקר". אבער כנ"ל איז דאך דאס נישט עפעס וואס איז תלוי ברצון און עס איז נישט שייך פאר א מענטש דאס צו אָננעמען בעל כרחו טאמער איז ער נישט אויפגעוואוזן אבּיעקטיוו בשכלו אזוי (ובפרט אז בענינים אלה איז לכאורה נישטא און שייך קיין דעמאנסטרעטיוו אויפווייז). וידוע די "אמונה קריזיס" השורה בינינו, ובפרט ביי די חכמים בתוכינו. משא"כ לגבי קיום המצות, וואס איז מער לגבי "טוב" או "רע", איז דא מער א מבוא וואו דער מענטש קען גרינגער טרעפן מערערע אפציעס צו טרעפן א סיפוק און פערזענליכע סיבה דערצו פאר אים.

וממילא איז יתכן לומר אז עס וואלט ענדערשער געווען צו לייגן א דגוש אויף דוקא דאס אז עס איז נישט קיין נפק"מ וואס פונקטליך ער גלייבט בדעות בנוגע דאגמא. די עיקר איז אז ער איז א שומר התורה ומצותיה. און די דגוש דארף זיין אויף מערערע וועגן ווי אזוי עס איז טאקע שייך צו טרעפן, און עקספּלארירן פארשידענארטיגע וועגן ווי אזוי צו טרעפן, סיפוק בקיומיה, וואס דארפן נישט דוקא זיין מקושר באמונה ודאגמא.

ולגבי קיום המצוה של אמונה גופא, וואס איז דאך אליינס א מצוה לפי הרמב"ם כנ"ל, איז אויב נעמט מען אָן ווי דער רמב"ם דערין דאן קען מען ענטפערן ענליך צו וואס דער קנאת סופרים ענטפערט דארט. אזא סארט "האמנתי כי אדבר", וואס טעקניקעלי boils down צו עקטן עז איף מ'גלייבט דערין.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)

דער אשכול פארמאגט 435 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר