האפענונג און אימעזשינעישאן, ווי געוואלדיג זענען זיי!

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
באניצער אוואטאר
צקון לחש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 550
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 27, 2021 2:09 am
האט שוין געלייקט: 1202 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 975 מאל

האפענונג און אימעזשינעישאן, ווי געוואלדיג זענען זיי!

שליחה דורך צקון לחש »

אידן האפן און ווארטן און גלייבן און לעכצן,
נאך גוטס, הייליגקייט, לויטערקייט, נאנטקייט און לעכטיגקייט

עולם הבא, משיח, גן עדן, עולם התיקון,
ס'וועט זיין קלאר, ס'וועט זיין גוט, ס'וועט זיין הייליג

בעצם דאס גאנצע רעליגיעזע געפירעכץ איז צו צושטאנד ברענגן אן אידיאליסטישע מציאות,
מיר לייגן ארויף נאך א שטיין און נאך א שטיין, ווי די קינדער פון חדר און סקול ווייסן שוין

וועט א ציניקער זאגן, נו, דאס אדער יענץ זענען נישט במציאות
אפשר וועט דאס אדער יענץ קיינמאל נישט צושטאנד קומען

וויל איך זאגן, נו, איז וואס האט דאס מיט מיין [קינד'ס] האפן און גלויבן
דאס עצם האפן און אימעזשענען איז דאך א מציאות פון גוטס!!

קיינער קען נישט זאגן אז גן עדן עקזיסטירט אפשר נישט, בו בעת וואס מענטשן אימעזשענען עס טאג איין טאג אויס,
ואשרי חלקם בזה ובבא

ס'דא א געוואליגע בוך מיט'ן נאמען Anne Of Green Gables ווי די גיבורה, אן ארעמע יתומה, איז פארנומען צו אימעזשענען אלע גוטע זאכן וואס זי חלומ'ט זיך נאר,
און דאס האט מיר אויסגעלערנט אט דאס: די כח פון דמיון און האפענונג!

זה ה' קיווינו לו,
איך קען מיך נישט זעהן באסטן דעם באבל פאר מיינע קינדער, מיט מיין צינישע פילאזאפיע,

און איך אליין, ווי געשמאק איז מיר צו פארברענגן מיט מיינע חברים און זיך מתחבר זיין צו זייערע האפענונג,
א בחינה ווי דער סאציעליסט ברויך וויכטיג דאס געלט פון דעם קעפיטאליסט, והא בלא הא אי אפשר

***
זייענדיג א פאלויער פון א געוויסע חשוב'ע אידענע (Sara Silverman) האט מיין יוטיוב פיד מיר פריער געפיטערט א שיינע ווידיאו ווי זי רופט אויף א חשוב'ע ראש הקהל (Bernie Sanders) ביי איינע פון זיינע ראליס מיט יארן צוריק,
זי רופט אים "פרעזידענט בערני" און די עולם דמיון'ט פון אן עולם שכולו טוב, מען אפעלעדירט און קלאטשט, און איך, אום מאי פון 2023 אנשטאט צו טראכטן נעבעך אויף זיי, ס'איז געווען א בלויזע דמיון, טראכט איך פארקערט, ווי א וואונדערליכע מאמענט פון גוטע פרייליכע דמיון!!
און איך בין לכבוד דעם נתעורר געווארן צו מיטטיילן די פאר שורות מיט מיינע קאלעגע אידעלעך, והנה הם לפניכם... א דאנק

***
איך דערמאן זיך פון אן אשכול דא אין שטיבל וואס איז דן צו אריסטו, למשל, איז געווען א חכם, לויט ווי מיר ווייסן היינט אז ער האט זיך שטארק טועה געווען אין אסאך זאכן, וויל איך זאגן כהמשך להנ"ל, אוודאי איז ער געווען א חכם, זיין תענוג החכמה איז דאך געווען אויף א געוואלדיגע אופן, און דאס קען מען נישט צונעמען פון אים!...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום צקון לחש, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 10 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר