געוואלדיג האט געשריבן:איך האב געליינט די ענטפער פון הרב ענבל און ער רעדט צו דער זאך וואס איך האב געטראכט בשעתן ליינען, הרב אמיתי כאטש וואס ער שרייבט אסאך ריכטיגע נקודות טוהט ער פונקט ווי זיינע בר פלוגתות און הייבט אן מיט א ציהל און דרייט און דרייט כדי צו שטימען מיט זיין ציהל
ריכטיג האט געשריבן:@איינגעמיירעט, געזעהן אמאל פון הרב יצחק ברויאר אז ס'האט נישט קיין פשט מוכיח צו זיין גאט מיט לאגיק, ווייל דאס זאגט באחת אז לאגיק איז העכער פון גאט, ד.מ. וויבאלד לאגיק איז דער קובע צו ס'בכלל דא א גאט קומט אויס אז לאגיק - אלץ אן אקסיום - שטייט העכער פון גאט.
(און דער אמת איז נאכמער, אז אונז זאגן אז ס'איז דא א גאט האט ער דאך אוועקגעשטעלט די לאגיק איז אויף וואס טענה'ט מען זיך בכלל? בין איך דער איינציקסטער וואס ס'באדערט מיר דעם פאראדאקס? )
מצפצף האט געשריבן:ריכטיג האט געשריבן:@איינגעמיירעט, געזעהן אמאל פון הרב יצחק ברויאר אז ס'האט נישט קיין פשט מוכיח צו זיין גאט מיט לאגיק, ווייל דאס זאגט באחת אז לאגיק איז העכער פון גאט, ד.מ. וויבאלד לאגיק איז דער קובע צו ס'בכלל דא א גאט קומט אויס אז לאגיק - אלץ אן אקסיום - שטייט העכער פון גאט.
(און דער אמת איז נאכמער, אז אונז זאגן אז ס'איז דא א גאט האט ער דאך אוועקגעשטעלט די לאגיק איז אויף וואס טענה'ט מען זיך בכלל? בין איך דער איינציקסטער וואס ס'באדערט מיר דעם פאראדאקס? )
די רמבם אין מורה זאגט פונקט פארקערט
berlbalaguleh האט געשריבן:רבותיי: איך בין נישט קיין פילאזאף אדער חקרן. אבער איך האב מיין פערספעקטיוו איבער די בריאת והנהגת העולם. דער אייבישטער/באשעפער/פיהרער פון די וועלט איז אייביג דא. (יא. הוגה און די אנדערע פסעוודא אינטעלעקטואלן/אפיקורסים.) ער האט פיזיש באשאפן די וועלט.(בהבל פיו.) ס'קען זיין אז ס'האט זיך אויספארמירט אין משך פון טויזנטער יארן לויט אונזער רעכענונג.און דער אייבישטער האט אריינגעלייגט חוקי הטבע. נאטורליכע געזעצן. און איינס פון די געזעצן איז ..."עוואלוציע"...אז די נאטור טוט זיך אליינס אדזשאסטן און צו פאסן אויף א שטאאטן לאנגזאמען וועג. נאר איין זאך איז זיכער. די זון וועט קיינמאל נישט אויפשיינען אויף מערב אדער אונטערגיין אויף מזרח.
די זעלבע איז ווען ס'קומט צו מעדיצין און ביאלאגיע. ס'זענען דא געוויסע חוקי הטבע וואס דער אייבישטער האט איינגעשטעלט. נאר צו מאל (לעת הצורך) מישט ער זיך אריין און איז משנה די טבע. אבער די הנהגה איז באהאלטן. כדי נישט אוועקצונעמען די בחירה פון א מענטש.
משל למה הדבר דומה. צו א מענטש וואס האט געבויעט א וואונדערליכע מאשין. און ער קאנטראלירט עס מיט רעמאוט קאנטראל. די טיפשים וועללן זאגן אז די מאשין פארט פון זיך אליינס. זיי זעהען אבער נישט. און וויללן נישט וויסן אז דער מייסטער וואס האט געבויעט די מאשין קאנטראלירט עס פון א באהאלטענעם פלאץ...!
אישתישבי האט געשריבן:
זייער שיינע דברים של טעם.
אבער פין ווי ווייסטו טאקע אז עס איז דא איינער מיט א רימאט קאנטראל? דורך רופען איינער א טיפש ווערט עס נאך נישט אמת.
בכלל וואס די זאגסט אז די הנהגה איז באהאלטן כדי נישט אוועק צו נעמען די בחירה האט אפאר פראבלעמען.
א. די זאגסט אז דער וואס זאגט אז עס איז נישטא קיין הנהגה איז א טיפש. אויב איז עס באמת באהאלטן, פארוואס איז ער א טיפש?
ב. אויב איז עס באמת באהאלטן, פין ווי ווייסטו?
ג. אויב די ווייסט יא, האסטו דאך נישט קיין בחירה.
ד. ווער זאגט אז מענטשן האבן בחירה בכלל?
אישתישבי האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:רבותיי: איך בין נישט קיין פילאזאף אדער חקרן. אבער איך האב מיין פערספעקטיוו איבער די בריאת והנהגת העולם. דער אייבישטער/באשעפער/פיהרער פון די וועלט איז אייביג דא. (יא. הוגה און די אנדערע פסעוודא אינטעלעקטואלן/אפיקורסים.) ער האט פיזיש באשאפן די וועלט.(בהבל פיו.) ס'קען זיין אז ס'האט זיך אויספארמירט אין משך פון טויזנטער יארן לויט אונזער רעכענונג.און דער אייבישטער האט אריינגעלייגט חוקי הטבע. נאטורליכע געזעצן. און איינס פון די געזעצן איז ..."עוואלוציע"...אז די נאטור טוט זיך אליינס אדזשאסטן און צו פאסן אויף א שטאאטן לאנגזאמען וועג. נאר איין זאך איז זיכער. די זון וועט קיינמאל נישט אויפשיינען אויף מערב אדער אונטערגיין אויף מזרח.
די זעלבע איז ווען ס'קומט צו מעדיצין און ביאלאגיע. ס'זענען דא געוויסע חוקי הטבע וואס דער אייבישטער האט איינגעשטעלט. נאר צו מאל (לעת הצורך) מישט ער זיך אריין און איז משנה די טבע. אבער די הנהגה איז באהאלטן. כדי נישט אוועקצונעמען די בחירה פון א מענטש.
משל למה הדבר דומה. צו א מענטש וואס האט געבויעט א וואונדערליכע מאשין. און ער קאנטראלירט עס מיט רעמאוט קאנטראל. די טיפשים וועללן זאגן אז די מאשין פארט פון זיך אליינס. זיי זעהען אבער נישט. און וויללן נישט וויסן אז דער מייסטער וואס האט געבויעט די מאשין קאנטראלירט עס פון א באהאלטענעם פלאץ...!
זייער שיינע דברים של טעם.
אבער פין ווי ווייסטו טאקע אז עס איז דא איינער מיט א רימאט קאנטראל? דורך רופען איינער א טיפש ווערט עס נאך נישט אמת.
בכלל וואס די זאגסט אז די הנהגה איז באהאלטן כדי נישט אוועק צו נעמען די בחירה האט אפאר פראבלעמען.
א. די זאגסט אז דער וואס זאגט אז עס איז נישטא קיין הנהגה איז א טיפש. אויב איז עס באמת באהאלטן, פארוואס איז ער א טיפש?
ב. אויב איז עס באמת באהאלטן, פין ווי ווייסטו?
ג. אויב די ווייסט יא, האסטו דאך נישט קיין בחירה.
ד. ווער זאגט אז מענטשן האבן בחירה בכלל?
יאיר האט געשריבן:א- איך מיין אז מיר קענען גרינג אויפווייזן אז מאטעמאטיק איז נישט די absolute underlying principle פון די אוניווערס, סיי דורך גאדעל'ס טעאראם וואס ווייזט אז ביי א געוויסע פוינט איז מאטעמאטיק זיך סותר מיט זיך אליין, און סיי דורך אויפווייזן אז ס'איז דא זאכן וואס קענען נישט ווערן מוסבר דורך מאטעמאטיק. דאס מיינט, אין אנדערע ווערטער, אז לאגיק איז נאר א געצייג.
שמעקעדיג האט געשריבן:ערגעץ-וואו אין חז"ל ווערט געברענגט (אזוי האב איך געהערט, קיינמאל נישט געזעהן אליינס) אז א חלום פון א מענטש געדויערט נישט מער ווי 7 סעקונדעס. איז דאס אמת?
ביי מיר קוקט דאס אויס אוממעגליך.
אין וויקיפידיע זאגט ער:
Dreams can last for a few seconds, or as long as 20 minutes.
מבשרי אחזה, איך האב אסאך מאל חלומות (און אפילו נייטמערס/קאשמארן...) וואס געדויערט לכה"פ א האלבע שעה אויב נישט מער... און אפט מאל דערוועק איך זיך אינצווישן בהבטחת "פארזעצונג קומט", ויישן ויחלום שנית און דער המשך זעצט פאר... א לאנגע ריזיגע מעשה וואס איז ממש נישט במציאות עס זאל נעמען בלויז 7 סעקונדעס.
איחוד פעלד האט געשריבן:דער אינטרעסאנטע זאך איז, אז דער רמב"ם שרייבט קלאר אז ער נעמט וואס ער ווייסט פין די גוים, און כ'דענק נישט ווער עס זאגט עס, אז דער רמב"ם האט געמעגט, ווייל בעצם האבען די אידן געהאט דער חכמה און די גוים האבען עס געלערנט פין די אידן. נאר עס איז פארגעסען געווארען פין די אידען, און אלעס וואס די גוים ווייסען קומט פין די אידען, און דער רמב"ם האט נאר צוריק גענומען דער חכמה פין די גוים. גיי פארשטיי. בעצם האט דער חפץ חיים געוויסט וויאזוי צו מאכען עלעקטריק פין וואסער. און דער חזון איש צו מאכען אפעראציעס.
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:די קלוגע אויסדרוק "הרוצה לשקר ירחיק עדותו" דאס קומט אויך במקור פון די אידן...?
מי אני האט געשריבן:יאיר האט געשריבן:א- איך מיין אז מיר קענען גרינג אויפווייזן אז מאטעמאטיק איז נישט די absolute underlying principle פון די אוניווערס, סיי דורך גאדעל'ס טעאראם וואס ווייזט אז ביי א געוויסע פוינט איז מאטעמאטיק זיך סותר מיט זיך אליין, און סיי דורך אויפווייזן אז ס'איז דא זאכן וואס קענען נישט ווערן מוסבר דורך מאטעמאטיק. דאס מיינט, אין אנדערע ווערטער, אז לאגיק איז נאר א געצייג.
ס'איז אינטרעסאנט אנצומערקן דר. מעקס טעגמארק׳ס Mathematical Universe Hypothesis וואס לויטעט אז נישט נאר אונזער גאנצע רעאליטעט קען מען מסביר זיין ״דורך״ מאטעמאטיקס, נאר אונזער רעאליטעט ״איז״ מאטעמאטיקס. (איך פארשטיי אז דאס פרעגט נישט אפ בכלל וואס יאיר זאגט.)
מי אני האט געשריבן:איבער דעם ענין פון זמן אין חלום איז אינטרעסאנט צו זעהן דעם פילם Inception.
מי אני האט געשריבן:און ווי יידל האט דא צוגעברענגט האט טאמאסא קאמפאנעלא געשריבן בשם אמבראזיאס אז פיטעגאראס האט געשטאמט פון אידן און זיינע חכמות קומען פון זיי.
One half of this answer lies in Philo’s view of the history of philosophy, which I have alluded to earlier. According to this view, Plato was a follower of Pythagoras and Pythagoras was a follower of Moses… for Philo, Moses was not only a philosopher, but the very father of philosophy, from whom all Greek thinkers take their best ideas
מי אני האט געשריבן:ס'איז אינטרעסאנט אנצומערקן דר. מעקס טעגמארק׳ס Mathematical Universe Hypothesis וואס לויטעט אז נישט נאר אונזער גאנצע רעאליטעט קען מען מסביר זיין ״דורך״ מאטעמאטיקס, נאר אונזער רעאליטעט ״איז״ מאטעמאטיקס.
באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט