די פרייהייט פון טראכטן און פארשטיין - ביאָנד אונזער פארשטאנד

מחשבה, השקפה ועיון

הודעהדורך יידל » זונטאג מערץ 15, 2015 7:27 pm

דאס איז איינמאל זיכער אז די מסקנות וועלכע מאטעמאטיקער מאכן איבער אין סוף איז אבסורד. אבער אבסורד איז כלל נישט קיין סתירה מיט אמת.
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4914
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2918 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4383 מאל

הודעהדורך ונבנתה העיר » מאנטאג מערץ 16, 2015 11:25 pm

ונבנתה העיר האט געשריבן:
לעיקוואד האט געשריבן:דאס האט צוטוהן מיט דעם ? http://en.wikipedia.org/wiki/Conservation_of_mass

אנטשולדיג איך פרעג עמאראציש..

וועט ר' נחמן בלייבען אפגעפרעגט, שוין.

וראה פ"ד מיסוה"ת.

דר"א, זעה דא גאר א פלא'דיגע טענה, חלק 'מחבר' ד"ה ואין ביניהם מקום פנוי.

מן הסתם האט קיינער נאכגעקוקט, אינטערעסאנט איז עס אבער, ברענג איך עס אהער, ליינט און האט הנאה [@געפילטע פיש נעם עס נישט צום הארצן...].
בייגעלייגטע פיילס
IMG-20150316-WA0004.jpg
IMG-20150316-WA0004.jpg (94.18 KiB) געזען געווארן 2191 מאל
IMG-20150316-WA0003.jpg
IMG-20150316-WA0003.jpg (102.05 KiB) געזען געווארן 2191 מאל
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3650
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7142 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7299 מאל

הודעהדורך יאיר » מאנטאג מערץ 16, 2015 11:31 pm

יידל האט געשריבן:דאס איז איינמאל זיכער אז די מסקנות וועלכע מאטעמאטיקער מאכן איבער אין סוף איז אבסורד. אבער אבסורד איז כלל נישט קיין סתירה מיט אמת.

קודם כל אבסורד איז יא א סתירה מיט אמת (הגע בעצמך ווען נישט וואלט עס נישט געווען אבסורד).
צווייטנס, דאס אז די מאטעמאטיקער מאכן אבסורדאלע מסקנות מיינט נאכנישט אז מען קען פאקטיש אפלייען די מסקנות אין דעם פיזישן מציאות. קיינער האט נאכנישט באוויזן צו פיזיש מולטיפלייען א נעגאטיוו נומער ביי א נעגאטיוו נומער.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8081 מאל

הודעהדורך יידל » דינסטאג מערץ 17, 2015 12:03 pm

@יאיר אבסורד איז א סתירה מיט קאממען סענס, נישט מיט אמת. אייגנטליך, אבסורד איז סוביעקטיווער מיינונג, און ס'האט נישט מיטן אבסעלוטן אמת (אויב ס'איז דא אזא זאך - ס'וואלט געווען אבסורד אז נישט) גארנישט.

לגבי דיין צווייטנס: נישט ריכטיג. אויב מיינסטו צו זאגן אז קיינער האט נאך נישט באוויזן צו פיזיש נעמען נעגאטיווע זאכן און זיי נעגאטיוו מולטיפלייען, איז דאס נישט ווייל א נעגאטיוו טיימס א נעגאטיוו איז אבסורד, נאר ווייל נעגאטיווע נומערן במהותם זענען אבסטראקטיווע באשעפענישן וועלכע רעדן נישט פון פיזישע אביעקטן, נאר פון זעלישע אספעקטן (א שטייגער ווי חובות, אדער נעגאטיוו דער גראד, וכדו'). אויב מיינסטו צו זאגן אז נעגאטיוו טיימס א נעגאטיוו האט נישט קיין מציאות'דיגע אפליקאציעס, ביזטו זיך במחילת כבודך, טועה, ובגדול. מען נוצט דאס אין פינאנץ, אין עלעקטעראנישע אינזשענירונג, און מסתמא אין נאך צענדליגע אפליקאציעס מיט וועלכע איך בין נישט באקאנט.
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4914
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2918 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4383 מאל

הודעהדורך יאיר » דינסטאג מערץ 17, 2015 12:11 pm

א. עס ווענדט זיך אין וועלכן זין מען נוצט דעם ווארט אבסורד. אין טאג טעגליכן לעבן נוצט מען עס אפשר מער אויף א סוביעקטיווע הבנה אז א געוויסע טעאריע איז נישט מסתבר, אבער איך רעד פון דעם מובן פון אבסורד אין וועלכן א הנחה איז אומלאגיש אדער אוממעגליך, וואס איז דער נידון פון דעם שמועס. אין אזא פאל איז אן אבסורדאלע הנחה בלויז א סתירה מיט די אמת'דיגקייט פון די הנחה, ווייל א אבסורדאלע הנחה קומט צו זיין פאלש.
ב. איך האב געמיינט אין דעם ערשטן מובן. מיין פוינט איז אקוראט וואס דו זאגסט, און די השלכה דערפון איז אז דאס וואס מען קען נוצן אין סוף אין מאטעמאטיק מיינט נאכנישט אז אין סוף קען פאקטיש עקזיסטירן אין מציאות, ווייל מאטעמאטיק האנדלט מיט אבסטראקטע מושגים וואס קענען לאו דוקא אויסגעפירט ווערן במציאות.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8081 מאל

הודעהדורך יידל » דינסטאג מערץ 17, 2015 12:34 pm

א. יעצט שפילן מיר א סעמענטיקס שפיל. די נושא איז דא מאטעמאטישער אינפיניטי וועלכע פירט אונז צו אבסורדאלע מסקנות, א שטייגער ווי הילבערט'ס האטעל, גבריאל'ס טראמפייטער, סעינט פעטערבורג פאראדאקס, טאמסאן'ס לאמפ וכדו'.

מיר קענען נישט אנטלויפן פון די פאקט אז די מושג פון אינפיניטי פירט אונז צו פארדאקסאלע און אבסודאלע מקסנות, וועלכע זענען אין די זעלבע צייט אויך אמת. דיין טענה אז אינפינטי עקזיסטירט נישט במציאות (לאפוקי אלס א קאנצעפט), איז אן אינטערעסאנטער פילאזאפישער טענה וועלכע שטימט נאר אויב מיר נעמען אן אז נומערן לעבן אין אן עולם בפני עצמם און 2+2=4 איז אמת אפילו אן די אוניווערס'ס עקזיסטענץ, און איז א "פאקט" אנדערש ווי סיי וועלכע פאקט אויף דער וועלט וועלכע איז נאר א פאקט כפי ראות עינינו. הממ... let me sit on this for a bit.
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4914
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2918 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4383 מאל

הודעהדורך יאיר » דינסטאג מערץ 17, 2015 2:04 pm

יעדע פאראדאקס איז נישט באמת א פאראדאקס, עס קוקט נאר אויס אזוי אויבנאויף. אסאך מאל ווייסן מיר דעם תירוץ פארוואס עס איז באמת נישט א פאראדאקס, און אסאך מאל ווייסן מיר נישט. דאס ערלויבט אונז אבער נאכנישט אנצונעמען אבסורדאלע מסקנות אין אנדערע ערטער בלויז ווייל עס זענען פארהאן פאראדאקסן וואס זעען אויך אויס אבסורדאל. אין אנדערע ווערטער, אויב ווען מען וועט צוזאמשטעלן אין סוף מיט פיזישע רעאליטעט וועט אויסקומען א פאראדאקס דארפן מיר אננעמען אז די צוויי קענען נישט גיין צוזאמען. אויסער אויב מען קען אויפווייזן אז יא, וואס דאן וועט מען דארפן זוכן אן אנדער תירוץ צו דעם פאראדאקס.
איך פארשטיי נישט פונקט ווי אזוי די חקירה צו נומערן עקזיסטירן קומט דא אריין. די שאלה איז אויב מען קען אפציילן אין סוף פיזיש אביעקטן, פונקט ווי מען אפציילן 2 * 2 אביעקטן. איך מיין אז עס איז גאנץ קלאר אז דאס איז אוממעגליך פון א לאגישער שטאנדפונקט, ווייל די דעפיניציע פון אין סוף איז אז מען קען נישט אנקומען אהין. אין סוף קען נאר עקזיסטירן במציאות למעלה מן המקום והזמן, אין אנדערע ווערטער, גאט.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8081 מאל

הודעהדורך יידל » דינסטאג מערץ 17, 2015 2:32 pm

דו טענה'סט עס איז נאר "אויבנאויף" אבסורד, און מיר ווייסן פשוט נישט פארוואס בעומק איז עס נישט קיין פאראדאקס. מהיכי תיתי? אפשר איז אבסורד נישט קיין סתירה מיט אמת און אונזער לאגיק קען פשוט נישט דערגרייכן דערצו? דו לייגסט אראפ אז וויבאלד אין-סוף אין רעאליטעט איז אבסורד, קען נישט זיין אז דער וועלט שטייט זינט אין סוף, והא ראיה, אונז קענען זיך נישט אויס'משל'ן אין-סוף אין רעאליטעט אן אבסורדאלע הנחות. אויף דעם טענה איך, זינט ווען איז אונזער חסרון פון זיך נישט קענען אויס'משל'ן א מניעה צו רעאליטעט? אבסורד איז פשט אז אונזער לאגיק האט א בלאקעדזש, נישט אז די מציאות ערלויבט דאס נישט, והא ראיה די אלע אויבנדערמאנטע פאראדאקסן. זאגסט אז עס נאר אויבנאויף און בעומק שטימט עס? נו, זאל זיין אזוי. אבער השתא דאתית להכא וועל איך טענה'ן אז די וועלט שטייט שוין פון אין-סוף אן, איי ס'איז אבסורד? נו, אויבנאויף איז עס טאקע אבסורד אבער מיר ווייסן פשוט נישט דער ענטפער.

איך פארשטיי אז דיין טענה איז אז אויב מאכט עס נישט קיין סענס איז עס נישט קיין viable טעאריע, און כ'בין מסכים דערצו. אבער דאס אז די וועלט שטייט שוין פון אין סוף אן איז נישט פראבלעמאטיש ווייל עס מאכט נישט קיין סענס בעצם, נאר ווייל עס איז זיך סותר מיט דיין דעפעניציע פון רעאליטעט. אבער דאס אז עס איז זיך סותר מיטן דיין פיינייט רעאליטעט מיינט נאך נישט אז לאגיש שטימט דאס נישט, פונקט ווי גבריאל'ס אין-סופ'דגער טראמפייטער האט פיינייט וואליום, און עס איז א סתירה.

אגב, אין אן אנדערען אשכול האב איך צוגעלינקט דעם גאר אינטערעסאנטן ארטיקל אין דעם נושא פון אין סוף
https://www.quantamagazine.org/20131126 ... -of-logic/
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4914
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2918 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4383 מאל

הודעהדורך יאיר » דינסטאג מערץ 17, 2015 2:36 pm

און ווער זאגט אז שקר איז בכלל א סתירה מיט אמת? אפשר האט עוואלוציע אונז אזוי קאנדישאנד אז מיר זאלן זיך איינרעדן אז ס'איז דא א חילוק צווישן פאקט און פיקציע?
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8081 מאל

הודעהדורך געוואלדיג » דינסטאג מערץ 17, 2015 3:26 pm

ידיעה און בחירה ווער זאגט איז א סתירה?
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 7295 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4874 מאל

הודעהדורך יידל » דינסטאג מערץ 17, 2015 3:30 pm

יאיר האט געשריבן:און ווער זאגט אז שקר איז בכלל א סתירה מיט אמת? אפשר האט עוואלוציע אונז אזוי קאנדישאנד אז מיר זאלן זיך איינרעדן אז ס'איז דא א חילוק צווישן פאקט און פיקציע?

Reductio ad absurdum ;)
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4914
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2918 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4383 מאל

הודעהדורך פארוואס? » דינסטאג אפריל 07, 2015 4:35 pm

wow!!
איך האב פארפאסט די גאנצע קאנוועסעישן, (און יעצט כאפ איך אז אין די זעלבע צייט האב איך פאבליצירט מיין אשכול איבער הילבערטס האטעל, און מסתמא האט דער עולם געמיינט אז איך קום פון דא, אבער ניין!).

איך האב נישט געזעהן דעם אשכול ביז יעצט ווען @ונבנתה העיר האט מיר אהער געלינקט.
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.

~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
פארוואס?
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 838
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 12:28 pm
האט שוין געלייקט: 1364 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1554 מאל

הודעהדורך פארוואס? » דינסטאג אפריל 07, 2015 4:38 pm

און יעצט א הערה אויפן בוך:
אין פעידזש 4, שטייט אזוי געשריבן:

For argument’s sake, let’s consider the possibility that the universe is infinitely
old. If this were true, then an infinite number of events would have already occurred
before we came into existence. Looking backward in time, we would see yesterday
followed by the day before yesterday, and then the day before that, and then the day
before that… forever. Now imagine trying to look in the forward direction of time.
We’d have to go out to infinity to look forward in time toward this moment. But the
thing about infinity is it has no end. We cannot logically go out to infinity, because we
would have to keep going farther and farther backward forever. So we have no starting
point from which to reach this moment, today. That means, if the universe were
infinitely old, the present moment could never come into existence. An infinite number
of events would have to happen before it, which is impossible. Well, clearly, the present
moment has been reached, you are reading these words right now, and you are alive and
conscious. Since the string of events in history was able to reach the present moment,
then there had to be a beginning of time


איך האב נישט קיין צייט צו מאריך זיין, אבער דאס האט מיר געגעבן אסאך חומר למחשבה איבער די גאנצע מושג פון אינסוף.
למעשה בין איך אנגעקומען צו די מסקנה (ביזדערווייל) אז די טענה איז שקול צו די פאראדאקס פון זענא, דוק ותשכח.

נ. ב. מ'וואלט ווען געדארפט מייחד זיין א באזונדערע אשכול איבער די לאגישע הוכחות בעד און נגד "יקום נצחי", (נישט פון א פילאזאפישע פוינט אוו וויו, וואס דאס איז שוין דא דא גענוג).
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.

~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
פארוואס?
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 838
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 12:28 pm
האט שוין געלייקט: 1364 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1554 מאל

הודעהדורך פארוואס? » דינסטאג אפריל 07, 2015 4:47 pm

לאמיר פאר איין מינוט באטראכטן די נומבער ליין וואס פאנגט זיך אן ביי 0, און איז ממשיך צו גיין ביז אינפינטי. (זענט איהר מסכים מיט אט דעם מושג אדער איהר קוקט עס אן אלס אן אבסורד?).

איך מיין אז מ'קען נוצן די זעלבע ארגומענט קעגן די נומבער ליין, ווי פאלגנד:

פאר די סעיק אוו ארגומענט, לאמיר אננעמען אז די נומער ליניע גייט ביז אינפיניטי, דאן מוזן מיר זאגן אז עס זענען פארהאן "אינסוף" נומער צווישן אינפיניטי ביז 0.

יעצט לאמיר פראבירן צו אנקומען פון אינסוף צו זערא, (אדער צו איינס, אדער יעדע נאטורליכע נומער), וויבאלד עס זענען פארהאן אינסוף נומערן צווישן זיי, קומט דאך אויס אז מ'קען קיינמאל נישט אנקומען צו 0 און 1.

מסקנה: עס איז נישט פארהאן קיין נאטורליכע נומערן.
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.

~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
פארוואס?
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 838
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 12:28 pm
האט שוין געלייקט: 1364 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1554 מאל

הודעהדורך פארוואס? » דינסטאג אפריל 07, 2015 5:07 pm

און במחילת כבוד תורתכם (@יאיר @כעלמ'ער מגיד, ועוד).

די מטרה פון די אילוסטרעישן פון די הילבערט האטעל, איז נישט געווען צו ארויסברענגען בכלל די שייכות פון אינפיניטי צו די פיזישע וועלט, (די משל איז פארשטייטצעך נאר לשבר את האוזן, און עס איז בכלל נישט אבסארד לאגיש, ווען מ'פארשטייט אז כאטש אין די פיזישע וועלט קען עס נישט געשעהן צוליב די הגבלה פון ספעיס און טעים, עם כל זה איז עס נישט קיין שום לאגישע פראבלעם).

די מטרה פונעם משל, איז צו אנקומען צום לעצטן חלק (אזוי ווי @יידל האט געשריבן), אז עס איז דא מער ווי איין סארט אינפיניטי. ואיכמ"ל
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.

~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
פארוואס?
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 838
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 12:28 pm
האט שוין געלייקט: 1364 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1554 מאל

הודעהדורך כעלעם'ר מגיד » דינסטאג אפריל 07, 2015 5:32 pm

איך האב נישט מעלה באוב געווען הילברט'ן פאר זיין מטרה, נאר פאר מיין מטרה. נעמליך מסביר צו זיין אז אינפיניטי איז א מעגליכקייט, אויב די universe וואלט ווען געווען infinite, בניגוד צו די פיליזאפישע ארגומענטן פון אל-גאזאלי און דעם צמח צדק אז ס'איז בכלל נישט מעגליך און דערפאר איז קדמות אינגאנצן נישט קיין אפשען. (און אויך דערמאנט בדרך אגב אז infinity מיינט אז ס'איז דא אן אין סוף פון מעגליכקייטן, עיין לעיל)
כעלעם'ר מגיד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1001
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 3:36 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1254 מאל

הודעהדורך פארוואס? » דינסטאג אפריל 07, 2015 7:39 pm

כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:בקיצור וואס הילבערט אילוסטרירעט איז אז אין אן אין-סוף קען "אלעס" אריינפיטן. וואס פאר אן infinity דו זאלסט נאר נישט אויפקומען מיט קען מען (with infinite possibilities) מאכן פלאץ אין א single sequence of infinity.

בקיצור, וואס היילבערט אילוסטרירט איז פונקט פארקערט, אז אין אינפיניטי, קען ״נישט״ אלעס אריינפיטן.
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.

~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
פארוואס?
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 838
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 12:28 pm
האט שוין געלייקט: 1364 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1554 מאל

הודעהדורך כעלעם'ר מגיד » דינסטאג אפריל 07, 2015 8:47 pm

מ'האט זיך שוין צופיל ארומגע'טענה'ט דא דערוועגן, ס'האט נישט קיין פשט איבערצוקייען נאכאמאל און נאכאמאל אבער איך זעה און הילבערט פונקט פארקערט, ס'ווייזט דווקא אז ס'איז יא דא פלאץ פאר infinity בפועל. בפרט אז ס'באמת דא א מקום אז ס'מוז זיין פלאץ פאר infinity אין אונזער universe במציאות, טאקע נישט בשיטת הקדמות, אבער ווי דערמאנט די Big Bounce טעאריע און Ultimate L. והבוחר יבחר
כעלעם'ר מגיד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1001
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 3:36 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1254 מאל

הודעהדורך פארוואס? » מיטוואך אפריל 08, 2015 12:03 pm

כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:מ'האט זיך שוין צופיל ארומגע'טענה'ט דא דערוועגן, ס'האט נישט קיין פשט איבערצוקייען נאכאמאל און נאכאמאל אבער איך זעה און הילבערט פונקט פארקערט, ס'ווייזט דווקא אז ס'איז יא דא פלאץ פאר infinity בפועל. בפרט אז ס'באמת דא א מקום אז ס'מוז זיין פלאץ פאר infinity אין אונזער universe במציאות, טאקע נישט בשיטת הקדמות, אבער ווי דערמאנט די Big Bounce טעאריע און Ultimate L. והבוחר יבחר

איך גיי דיר נישט מאכן איבערקייען אלטע זאכן, (איך האב געלייענט ביז אהער).
אבער משום מה, זעהט מיר אויס פון דיינע ווערטער, אז דו פארשטייסט מיר נאך אלס נישט, וועל איך אביסל מאריך זיין.

קודם כל, איך האב נישט קיין געדולד צו איבערגיין די גאנצע משל פונעם האטעל, אבער אזוי-פול יא, וואו אימער דו לייענסט איבער דעם, זאלסטו וויסן אז די פאנטש ליין איז ביים ענדע, (ווען עס איז אנגעקומען א באס מיט געסט וואס ווערן איידענטיפייעד מיט אינפיניטי נומערן, וואס ער איז "מוכיח", אז דאס איז שוין אזא סארט אינפיניטי, וואס פיט "נישט" אריין אין די פשוט'ע אינפיניטי וועלכע מיר קענען, (די נאטורליכע נומערן).

בכל ענין, די גאנצע נושא האט לענ"ד נישט קיין שייכות בכלל צו דער נושא איבער אינפיניטי אין די פיזישע וועלט. ודי בזה.
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.

~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
פארוואס?
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 838
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 12:28 pm
האט שוין געלייקט: 1364 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1554 מאל

הודעהדורך כעלעם'ר מגיד » מיטוואך אפריל 08, 2015 1:48 pm

מר אמר הכי ומר אמר הכי ולא פליגי
כעלעם'ר מגיד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1001
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 3:36 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1254 מאל

הודעהדורך ונבנתה העיר » דאנערשטאג אפריל 09, 2015 5:46 pm

איך זעה יעצט אז דאס איז קאנט'ס טענה.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3650
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7142 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7299 מאל

הודעהדורך פארוואס? » דאנערשטאג אפריל 09, 2015 6:56 pm

ונבנתה העיר האט געשריבן:איך זעה יעצט אז דאס איז קאנט'ס טענה.

א מראה-מקום ביטע!
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.

~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
פארוואס?
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 838
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 12:28 pm
האט שוין געלייקט: 1364 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1554 מאל

הודעהדורך ונבנתה העיר » דאנערשטאג אפריל 09, 2015 7:27 pm

מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3650
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7142 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7299 מאל

הודעהדורך יאיר » זונטאג אפריל 12, 2015 12:41 pm

רב סעדיה גאון דערמאנט די פירכא פון כעלעמער מגיד פון חלוקה עד אין סוף.
רב סעדיה גאון (מאמר ראשון פרק א') האט געשריבן:והראיה הרביעית מן הזמן46. והוא: אנכי ידעתי כי הזמנים שלשה, עבר והוה ועתיד. ושההוה הוא הפחות מכל עת47, ולכן קבעתי את ההוה כנקודה.
ואמרתי, כיון שהאדם, אם חשב בלבו לעלות בזמן מנקודה זו למעלה לא יוכל, מפני שאין לזמן תכלית, וכל אשר אין לו תכלית לא תוכל המחשבה לצעוד בו למעלה ולעברו48, והרי סיבה זו עצמה מונעת שתלך ההוויה בו למטה ותעברם עד שתגיע אלינו. ואם לא תגיע ההוויה אלינו, הרי אנו בלתי מצויים. והרי דבר זה מחייב כי אנו קהל ההווים בלתי הווים, והמצויים בלתי מצויים. והואיל ומצאתי עצמי מצוי49 ידעתי כי ההוויות עברה את הזמן עד שהגיעה אלי. ואלמלא שיש לזמן תכלית50 לא הייתה ההוויה עוברתו.

והנני בדעה שגם הזמן העתיד כמו שדעתי בזמן העבר בלי פקפוק, ומצאתי הכתוב אומר בכגון זה על הזמן הרחוק:
כל אדם חזו בו אנוש יביט מרחוק51,
ואמר החסיד:
אשא דעי למרחוק ולפעלי יעזן צדק52.

והגיעני53 כי אחד הכופרים אשר נפגש עם זולתי מן המייחדים פקפק בראיה זו באומרו:
יתכן שיעבור האדם בהילוכו דבר שאין תכלית לחלקיו, לפי שכל מיל או אמה שהלך האדם והעלינו אותו בלבנו מצאנוהו מתחלק לחלקים שאין להם סוף.
ושאחד המעיינים הוכרח לומר שיש חלק שאינו מתחלק, ויש מהם שהודה בדילוג54, ומהם מי שהודה בהנחת חלקים רבים על חלקים רבים.

וכאשר ביררתי טענת פקפוק זו מצאתיה הטעיה, מפני שהתחלקות הדבר ללא סוף אינו יוצא לנו אלא בדמיון, ולא יתכן שיהיה בפועל, מפני שהוא דק מכדי שיונח עליו הפועל או החלוקה. וכיון שהזמן העבר לא עברה בו ההוויה כי אם בדמיון לא בפועל, הרי הוא באמת דומה לראייה זו, ואם היה שההוויה עברה את הזמן בפועל עד שהגיעה אלינו, הרי דבר זה לא יהא שום טענת פקפוק על ראייתנו, לפי שאינו אלא בדמיון.

אביסל פריער דערמאנט ער די שפעקולאציע פון אין סוף עולמות און פרעגט עס אפ, לויט זיין פרימיטיווע אריסטוטלישע אוניווערס.
וכך אמרתי: שמא אין תכלית לארץ באורך וברוחב ובעומק?
ואמרתי אילו היה הדבר כך לא הייתה השמש מקיפה אותה ומסיימת סיבובה בכל יום ולילה פעם אחת, ושוב חוזרת לזרוח ממקום שזרחה ושוקעת ממקום ששקעה, וכך הירח ויתר הכוכבים.
ואחר כך אמרתי שמא השמים היא אשר אין לה תכלית?
ואמרתי היאך יתכן זה והרי היא בכללותה נעה ומקיפה סביב הארץ תמיד, כי לא יתכן לחשוב שרק שיכבתה23 הקרובה אלינו היא הסובבת והשאר גדול מכדי שיסוב, מפני שאין אנו מכירים בשם שמים כי אם הדבר הזה הסובב24, ואין אנו מכירים אחריו דבר אחר, כל שכן שנהיה בדעה שהוא שמים ונחשוב שאינו סובב25.
ושוב דקדקתי יותר ואמרתי, ושמא יש כאן ארצות רבות ושמים רבות וכל שמים מהם מקיפה ארץ שלה, ויהיו אם כן עולמות שאין להם סוף26?
ונראה לי שזה נמנע מצד הטבע, כי לא יתכן בטבע שיהא עפר מעל האש27, ולא אוויר מתחת למים באופן טבעי, כי האש והאוויר קלים, והעפר והמים כבדים, אז ידעתי שאלו היה במציאות גושי עפר מחוץ לארץ הזאת כי אז היו בוקעים כל אוויר וכל אש עד שיתאחדו עם עפר הארץ הזאת, וכן אלו היו נאדות מים זולת הימים הללו, היו בוקעים את האוויר והאוהל עד שיגיעו למימות הללו.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8081 מאל

הודעהדורך כעלעם'ר מגיד » זונטאג אפריל 12, 2015 12:47 pm

די טענה פון "אחד הכופרים" מיט מיין טענה האבן נישט קיין שום שייכות, ופשוט הוא.
כעלעם'ר מגיד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1001
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 3:36 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1254 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק העמק דבר

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 5 געסט