פארוואס גלייבסטו?

מחשבה, השקפה ועיון

הודעהדורך ממי_שאמרו » דינסטאג אפריל 01, 2014 3:16 pm

גלייבן מיט מציאות איז צוויי עקסטערע זאכן. אז דו וועסט נישט גלייבן אז ממי שרייבט דא, טוישט עס נאך נישט די מציאות. גלייבן איז א באגריף וואס דו האסט יא אדער נישט.

אז דו וועסט גלייבן אז אבאמא איז א שפיאן פאר אורעגוויי, טוישט עס איז נישט די מציאות.
Perchik: Money is the world's curse.
Tevye: May the Lord smite me with it. And may I never recover.
באניצער אוואטאר
ממי_שאמרו
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1444
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 8:45 pm
האט שוין געלייקט: 536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1504 מאל

הודעהדורך גאנצל » דאנערשטאג אפריל 03, 2014 1:25 pm

ממי_שאמרו האט געשריבן:גלייבן מיט מציאות איז צוויי עקסטערע זאכן. אז דו וועסט נישט גלייבן אז ממי שרייבט דא, טוישט עס נאך נישט די מציאות. גלייבן איז א באגריף וואס דו האסט יא אדער נישט.

אז דו וועסט גלייבן אז אבאמא איז א שפיאן פאר אורעגוויי, טוישט עס איז נישט די מציאות.


איך פארשטיי איז גלייבן א באגריף אבער גלייבן קען נאר זיין געבעיסט אויף א זאך וואס מ'קען גלייבן

אין איין ווארט ווען איינער הערט אז אבאמא איז א שפיאן איז אזוי קודם זאגט ער איך גלייב נישט פארוואס ווייל ס'קוקט ענדערש אויס ווי א ווילדע פאנטאזיע
אויב אבער גייט ער עס נאך און ער זעהט אז ס'איז אמת יעצט גלייבט ער עס שוין אבער נישט נאר אויף אבאמא ער וועט עס שוין פון יעצט און ווייטער גלייבן אויף אלע פרעזידענטן וויבאלד ס'איז שוין געווען במציאות אזא זאך מ'קען שוין נישט אוועקמאכן מיט פאנטאזיע קען מען עס יעצט שוין גלייבן

האו עווער איך האלט איך זאג עפעס איך ווייס נישט צו דו פארשטייסט וואס איך מיין די פוינט וואס איך וויל צוקומען איז אז צו גלייבן א זאך וואס איך קען נישט נאכגיין אדער איך פארשטיי עס נישט איז נישט מעגליך. ס'איז נישט שייך צו גלייבן נאר טאמער איך בעיס עס אויף עפעס זוי ווי די אבאמע שפיאן סקאנדאל

לעניננו איז אזוי איך פארשטיי אז ס'איז געווען אויף די וועלט גרויסע מענטשן אדער העכערע וואס צוליב דעם וואס זיי האבן זיך אסאך באהאפטן מיט די תורה און זיי האבן זיך אויפגעפירט גאר ערליך און ריין האט זייער ריינקייט און הייליגקייט זיי געברענגט צו דעם אז זיי האבן געזען און פארשטאנען מער וואס איך זעי און פארשטיי און אויף זיי בעיס איך מיין גלייבן
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2883
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 490 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1124 מאל

הודעהדורך סודני » דאנערשטאג אפריל 03, 2014 2:22 pm

גאנצל, קודם וויל איל דיר זאגן אז די האסט דא עטליכע שותפים , אין דעים געביט פין נישט קענען ארויסברענגען זאכן בכתב אין איינע פין דעי,איז דער וואס שרייבט די שורות דא.
לענינו, אין קורצן פרעגסטו ווס מיינט גלייבן,די מציאות הדברים ווערט נישט נשתנה מיט מיין יא אדער נישט גלייבן זייער שיין, אבער דער אמת איז , אז דאס איז אוועק פין מסביר זיין וואס דער מענטש האלט אינעם מציאות , דאס מיינט אויב איר קענט אייער ברידער אין איר האט טראסט אין עים אין איר האלט טאקע אז ווי באלד ער זאגט אז ער טייפט, איז דאס טאקע דער מציאות , די זעלבע איז מיט אמונה אין בורא , נאך א משל וועל איך פרובירן מסביר זיין אזוי ווי אין קארט ווען מ׳ברכנגט געוויסע ראיות קעגן איינעם אז ער איז באגאנגן די קריים , געוויסע וועלן אננעמן אז דאס איז טאקע א ראיה אז די מציאות איז טאקע אזוי גיווען אין געוויסע פין די jurors וועלן האלטן אז עס איז נישט קיין ראיה אין אויף אזא פאל ניצט מען די ווארט איך גלויב, ס׳איז דאך סוף כל סוף נישט קיין זאך וואס מ׳זעעט מיט די אויגן אין קורצן וועל מ׳וויל זאגן אויף א געוויסע זאך וואס מ׳קען נישט זעען מיט די אויגן אז די מציאות עקזעסטירט ניצט מען די ווארט גלויבן,אין איר קענט טאקע מחולק זיין צי עס איז גענוג גוטע עווידענס אין דאס איז שמועס פאר זיך אבער ווי איך פארשטיי פרעגט איר נישט וואס זענען די באוויזן אז עס איז דא גאט ממילא דארפט איר אביסל מער מסביר זיין וואס איר פרעגט איך האף איך העלף אייך עפעס ארויס דא .
סודני
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 52
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 5:46 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 47 מאל

הודעהדורך מאטי » פרייטאג מאי 02, 2014 2:01 am

סודני האט געשריבן:הוגה , יאיר , אזוי ווי די אשכול איז ארויפגעקומען האב איך געהאט א געלעגענהייט אדורך ליינען איירע געדאנקן און וואלט אייך זייער גיוואלט בעטן אויב איר קענט מיט מיר טיילן אייער הבנה אין די זאך,
וויל איך גלייך זייער צי פארשטיין אנדערע מיינונגען , אפילו ווען איך בין חולק דערויף ,
איר פרובירט מסביר זיין אז אייער אמונה איז געבויט אויף א געפיל, און געפיל איז א פאקט,
און מ'קען עס נישט אפפרעגן, ווי פארשטענדליך. און מ'קען עס נישט מסביר זיין אפילו, אזוי ווי מ'קען נישט מסביר זיין א טעם אין א מאכל, וואס איך וואלט גיוואלט פארשטיין, איך גלויב אז איר אלע וועט מודה זיין, אז אויב זאל א אידעלע אריינקומען אין שול אין זאגן אז ער האט א געפיל אז דרייסיג ווייסע מלאכים טוען אים באגלייטן, אוודאי וועט נישט זיין שייך דעם איד אפווענדן ווייל ער זאגט זיין געפיל, און דאס קען מען נישט מוכיח זיין פארקערט אווי פריער דערמאנט,
אבער געוויס וועט איר אלע מודה אז דער איד איז נישט אין ארדענונג, און איז נישט מיט אלעמען, ווי אזוי זענט איר מסביר די חילוק פין דעם איד'ל צי אייך?
אגב האט שוין קול דודי אויך געשטעלט גאנץ שטארקע הערות,
אין אויב איר קענט בחדא מחתא דאס אויך מפרש זיין,


מלאכים, זאגן מיר דאך אלע אז זיי באגלייטן אונז, א יעדן פרייטיג צונאכטס, ווען מ'טוט א מצוה, אידן וואס האבן איבערגעלעבט דעם חורבן, מצות זאלן נישט ווערן חמץ.

אבל אי קשיא הכי קשיא. ווען א מענטש קומט אריין אין שול און זאגט אז "איך האב א געפיל אז דרייסיג שחורים שטייען יעצט ארום מיר" דאן דארף ער זיך באזוכן פאר סקיצאפרעניע. וואס איז די נפק"מ ? ווייל מיר ווייסן ווי אזוי שחורים קוקן אויס, און די איינציגע פרוף וואס מיר האבן אז ס'איז נישט דא קיין שחורים איז געוויס, אז מיר זעען נישט קיין שחורים. אויב די פשוט'ע הנחה פאלט אוועק, דאן פאלט אוועק אלע פשוט'ע וועלטליכע הנחות. ווי למשל: אז ס'איז בעסער צו גיין אין גן עדן ווי צו גיין אין גיהנם.

משא"כ גאט אדער מלאכים איז אבער העכער א מענטשליכע באגריף, איינמאל מיר ווייסן ווי אזוי גאט קוקט אויס, דארפן מיר פרעגן "און ווער האט באשאפן און מצמצם געווען זיין אויסקוק". אבער ווילאנג גאט בלייבט העכער אונזער השגה, דאן איז געפיל לעגיטים צו מחליט זיין און גלייבן אין זיין הכרה.

נ. ב. "ווילאנג" איז א געבארגט לשון, ווייל אויב גאטס אי-השגה איז מוגבל צו א ווילאנג, און אן ענדע, דאן דארף מען ווייטער פרעגן ווער איז דער מגביל.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאטי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2989
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3749 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4272 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » זונטאג יאנואר 27, 2019 9:14 pm

אמונה איז א געוויסע סארט השקפה וואס געוויסע מענטשן האבן, ווייל זיי האלטן אז די געדאנק דערפון איז אמת, און לאו דוקא ווייל ס'איז פאקטיש במציאות אזוי. לדוגמא, ס'דא מענטשן וואס גלייבן אז רציחה איז נישט קיין גוטע זאך, און נישט ווייל זיי האבן פאקטישע באווייזן אז ס'איז אזוי. אפילו ווען די פאקטן זאלן ווייזן פונקט פארקערט, וועלן זיי נאכאלץ גלייבן אזוי. ס'איז א השקפה זאך, נישט קיין פאקטישע מציאות.

https://www.youtube.com/watch?v=fJZ8ib93vSk
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2478
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2330 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1501 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק העמק דבר

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט