פרשנות המקרא

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
באניצער אוואטאר
פילון
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 22
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 07, 2013 7:59 pm
געפינט זיך: אלכסנדריה, מצרים
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 117 מאל

פרשנות המקרא

שליחה דורך פילון »

[center]הקדמה[/center]
תורתינו הקדושה איז א תורת חיים, א לעבעדיגע תורה. אנדערש ווי ביי די קאטוילן וואס נאר די קירכע פירער האבן געמעגט לערנען -- און זאגן פשט -- אין'ם ביבל, איז ביי יידן אלץ געווען תורה מונחת בקרן זוית, כל הרוצה ליטול יבוא ויטול, יעדער האט געמעגט לערנען און זיך געקענט באטייליגן אין'ם משא ומתן התורני. אזוי ווייט אז די גמרא זאגט גאר אז יעדע חידוש וואס ווערט נתחדש דורך א תלמיד ותיק איז כאילו עס איז געזאגט געווארן למשה מסיני! (עי' רמב"ן לסה"מ מצוה א) פארשטייט זיך אז א יעדע דור און א יעדע תקופה האט אריינגעברענט אין בית מדרש אייגענטארטיגע קוקווינקלן לויט די צייט און פלאץ. אנגעהויבן פון די בעלי מדרש אגדה וועלכע האבן גע'דרשנ'ט אויף זייער שטייגער (עי' רמב"ן בספר הויכוח מש"כ על מדרשי אגדה)און ווייטער די ספרד'ישע בעלי הפשט, דערנאך די אשכנז'ישע בעלי הפשט, שפעטער די אשכנז'ישע בעלי הקבלה והרמז, און אזוי ווייטער און ווייטער ואטו כי רוכלא ניזל ונחשוב, כמעט יעדע מפרש התורה אויף זיין שטייגער איז דא אין זיין פירוש השפעות פון'ם צייט און פון'ם פלאץ וואו ער האט געשריבן. און דאס איז נישט חלילה קיין חסרון, נאר אדרבה! דאס האט אזוי דער רבוש"ע געפירט אז די שבעים פנים לתורה זאלן זיך קענען אנטפלעקען, הכל בהשגחתו יתברך.

אין'ם לעצטן דור אין וועלכע מיר געפינען זיך האט דער רבוש"ע צוגעפירט אז מיר האבן זוכה געווען צו נייע כלים מיט וועלכע מיר קענען זיך באנוצן צו מפרש זיין און לערנען די תורה. איך רעד שוין נישט פון וואס היינט איז געלויבט צו ג-ט אן עפאכע פון אינפארמאציע ווי יעדער איינער מקטן ועד גדול קען מיט מינימאלע טירחא האבן צוטריט צו די ווערטער פון צענדליגע טויזענטע תלמידי חכם במשך כל הדורות בלי גוזמא, א זאך וואס פאר קוים פופציג יאר צוריק האט זיך דער גרעסטער עושר און ת"ח נישט געקענט פארשטעלן אין ווילדסט'ן חלום און לא זו אף זו נאר אלעס קען מען טרעפן מיט גאר פארגעשריטענע זוך-מאשינען אלעס זיצנדיג באקוועם אינדערהיים אויף'ן פאטעל. איך רעד נאך מער פון דעם. מיר האבן זוכה געווען צו לעבן אין א דור ווי די חכמות חיצוניות האבן זיך געוואלדיג אנטוויקלט און די תורה וועלט קען גאר שטארק בענעפיטירן דערפון. און טאקע, אין געוויסע פעלער האט די תורה וועלט באשלאסן זיך צו באניצן מיט די כלים וואס די מאדערנע וועלט שטעלט צו און די תועלת איז געווען עד אין לשער. א דוגמא איז דאס באנוץ מיט אלטע מאנוסקריפטן צו פארבעסערן און מברר זיין גירסאות פון ש"ס און ראשונים. מען דארף נישט מער ווי דערמאנען דעם אלעמען באקאנט'ן רמב"ם פרנקל א קלאסישער ביישפיל פון קנקן חדש מלא ישן, וויאזוי די נייע מאדערנע כלים וועלכע זענען נתחדש געווארן אין די אקאדעמישע ווינקלן ווערן אויסגענוצט להגדיל תורה ולהאדירה.

גלייכצייטיג אבער האט זיך ארויסגעשטעלט אז אז אין געוויסע פלעצער האלטן מיר זיך צוריק פון זיך באנוצן מיט די נייע כלים, מסיבות שונות ומשונות, און דער רעזולטאט איז גאר ווייטאגליך, דער עולם התורה פארפאסט גאר וויכטיגע אויפטוען און נוצבארע כלים, און עס איז ממש א שאד. עס זענען דא פיל שטחים ווי די נייע מיטלן ווערן נישט גענוצט, אבער איינער פון די פלעצער וואו דאס צוריקהאלטן זיך פון זיך באנוצן מיט די נייע כלים און אינפארמאציע איז גורם אסאך שאדן איז די שטח פון פרשנות המקרא. פארוואס האלט מען זיך טאקע צוריק? עס זענען דא פילפאכיגע סיבות דערצו, איינס איז מעגליך וויבאלד עס איז שוין הונדערטער יאר וואס כלל ישראל איז כמעט נישט עוסק אין פרשנות המקרא על פי פשוטו. דער לעצטער גרויסער בעל מפרש, ר' מאיר לייבוש מלב"ים האט געלעבט צוויי הונדערט יאר צוריק, און אפילו דעמאלטס איז ער געווען א בעל יחיד בדבר. די פאר געציילטע וועלכע זענען געקומען נאכדעם א שטייגער ווי דער נצי"ב און ר' דוד צבי האפמאן זענען אלע געווען יוצאי דופן. נאך א סיבה איז מעגליך וויבאלד מפרש זיין על פי הפשט איז פיל מאל סותר וואס די בעלי מדרש אגדה שרייבן, און ביי ארטאדאקסישע יידן איז די מדרש אגדה געווען גאר פארהייליגט. א דריטער סיבה איז מעגליך וויבאלד מענטשן זענען זיך טועה אז די מאדערנע כלים און מהלכים פון פרשנות המקרא איז די זעלבע ווי ביקורת המקרא, בעת די צוויי האבן בכלל נישט קיין שייכות. א פערטע סיבה, און ווארשיינליך די שטערקסטע סיבה איז וויבאלד רוב מענטשן וואס ווערן ערצויגן בין כותלי הישיבה קענען זיך נישט אויס בין ימינם לשמאלם אין די אקאדעמישער מהלך – נישט קיין חסרון – און זיי קוקן אן מיט חשד איינער וואס ברענגט אריין פון פרעמדע מקומות. אזוי אדער אזוי, עס איז נישט קיין גרויסער נפקא מינא וואס דער מונע איז, דער סך הכל איז אז עס איז א מוראדיגער פארלוסט פאר כלל ישראל, עס איז ממש כפשוטו כמשמעו תורה מונחת בקרן זוית. מען קען אסאך דן זיין אין די אלע סיבות אבער נישט דא -- אין דעם אשכול -- איז דאס פלאץ דערפאר. דער אשכול וויל איך נישט אוועקשטעלן פאר סור מרע, צו דן זיין צו די פראבלעמען זענען גילטיג אדער נישט. דער אשכול איז אן עשה-טוב אשכול, א פאזעטיווער אשכול ווי 'מוועט טון צו דער זאך. זעענדיג אז לעצטנס איז דא א התעוררות ביי געוויסע אין דעם נושא פון פרשנות המקרא האב איך געטראכט מצוה שבא לידך אל תחמיצנה, און במקום שאין איש וכו'. דאס איז די סיבה פארוואס איך עפן די אשכול, און איך האף אז די חשובע אינגעלייט וואס דרייען זיך דא וועלן צולייגן פון זייער אייגנס צו די משא ומתן דא, להרמת קרן התורה, להגדיל תורה ולהאדירה.

איך האף אם ירצה השם ארויפצולייגן דער ערשטער שטיקל אויף פרשת כי תצא מארגן.

דער אשכול פארמאגט 124 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר